Super Physicam Aristotelis, 1595

טאמאַס פון אַקווינא, (לאטייניש: Thomas Aquinas; ‏12257טן מערץ, 1274) איז געווען א קאטוילישער דאמיניקאנער גלח פון אקווינא, איטאליע. ער האט שטודירט פילאזאפיע און טעאלאגיע. טאמאס איז געקומען פון אן אדעלער משפחה אין דער מלוכה פון נאפאלי. ער ווערט גערעכנט פון די חשובסטע קאטוילישע פילאזאפן.

ביאגראפיע

טאמאס איז געבוירן געווארן יאנואר 1225 אין ראקאסעקע. ביי די פינף יאר האט טאמאס אנגעהויבן זיין בילדונג אין מאנטע קאסינא. ביי די ניינצן יאר האט ער באשלאסן זיך פארבינדן מיט די דאמיניקאנער. זיין משפחה אבער האבן געוואלט ער זאל ווערן א בענעדיקטינער מאנאך, דערפאר האבן די דאמיניקאנער אים געשיקט קיין רוים און פון דארטן קיין פאריז.

אין 1245 האט טאמאס שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פון פאריז.

פילאזאפיע
פילאזאפיע פארטאל
  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!