רוי:אנטאניא (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב ברוך האגער, האדמו"ר מאנטניא

אנטאניא (אדער: אטיניא, אוטיניא) איז א חסידישער הויף, א צווייג פון דער וויזשניצער דינאסטיע. דער אנטאניא הויף איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבי חיים האגער אין שטאט אנטאניא, און שפעטער אין סטאניסלאוו. דער היינטיגער רבי וואוינט אין בני ברק.

געשיכטע

הרב ברוך האגער, האדמו"ר מאנטניא פירט טיש ביים יארצייט פון רבי ישראל שלום יוסף פון אנטניא, כ"ד אייר תש"פ

רבי ברוך האגער, דער "אמרי ברוך" פון וויזשניץ איז נפטר געווארן אין יאר תרנ"ג. נאכ'ן פטירה איז באקרוינט געווארן זיין עלטסטער זון רבי ישראל אלץ ממלא מקום און וויזשניץ, און די צוויטע זון רבי חיים איז געווארן רבי אין אנטאניא. ער האט אויסגעוועלט דעם שטאט צוליב א מעשה וואס ער האט געהאט מיט זיין זיידן די צמח צדיק, וואס איז אמאל דורך געפארן דעם שטאט און האט אים געזאגט: "דא קען מען בויען א גרויסער סאלאש". רבי חיים האט אין די ווערטער געזען א רמז פונעם זיידן אז ער דארף זיך אהין זעצן.

צו רבי חיים זענען געקומען די תלמידי חכמים און אסאך גבירים, און ער האט געהאט איבער טויזנט חסידים. אנטאניער שטיבלאך זענען געווען אין גאנץ גאליציע, אזוי אויך אין לייפציג און אין לעמבערג. אויכעט אין קרוין הייטס איז געווען א שטיבל, וואס איז היינט מיט ליובאוויטשער חסידים.

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט רבי חיים זיך איבער געצויגן קיין סטאניסלאוו, דארט האט ער געבויט א גרויסע שוהל. זיין זון רבי מענדל איז געווארן דעמאלטס רב אין אנטאניא און ער האט צוריק אויף געלעבט די יודישע לעבנס-געשיכטע, אבער ביז א פאר יאר איז רבי מענדל קראנק געווארן און אוועק בחיי אביו.

אין יאר תרצ"ב איז רבי חיים נסתלק געווארן און זיין זון ישראל שלום יוסף איז געווארן רבי. רבי ישראל שלום יוסף איז געהארגעט געווארן ביי די מלחמה און תש"ד, מיט זיין גאנצע משפחה, און די שושלת האט זיך אפ-געהאקט.

נאך די לאגער

נאך דער מלחמה האט רבי חיים מאיר האגער פרובירט אופשטעלן א זכר פאר די הויפן און רבי'ס וואס זענען אומגעקומען ביי דער מלחמה, האט ער געשטעלט רבי משה האגער אלץ אנטאניער רבי. רבי משה איז געווען א זון פון רבי ברוך, זון פון רבי יחיאל מיכל פון האראדענקא, וואס איז געווען א איידעם ביי זיין ברודער רבי חיים פון אנטאניא. רבי משה האט געעפענט א בית מדרש אין בני ברק, און א ישיבה אין תל אביב. די ישיבה האט געהייסן "טל חיים" נאך רבי חיים אנטאניער, און עס האט זיך פארמאכט נאך אפאר יאר.

רבי משה איז נפטר געווארן אין כ"ה באב תשנ"ד, און אויף זיין פלאץ איז נתמנה געווארן זיין זון ברוך וואס פירט דעם הויף זינט דעמאלטס. נאך א זון פון רבי משה, רבי אריה האגער, האט געעפנט א בית מדרש אין יאר תש"פ וואס רופט זיך "אנטאניא-האראדענקע".

רעפערענצען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!