רבי ישראל נאג'ארה
| געבורט |
ארום ה'ש"י צפת, אָטאָמאַנישע אימפּעריע |
|---|---|
| פטירה |
ה'שפ"ח עזה, אָטאָמאַנישע אימפּעריע |
| תחומי עיסוק | פּייטן, דרשן, מפרש התנ"ך, רב, סופר |
| ספרים | זמירות ישראל, משחקת בתבל, שוחטי הילדים, כתובת ישראל, פזמונים, שארית ישראל, פצעי אוהב |
| בני דורו | אר"י הקדוש, רבי יוסף קארו, רבי חיים וויטאל. |
| טאטע | רבי משה בן לוי נג'ארה |
| מאמע | טאכטער פון רבי ישראל די קוריאל |
| קינדער | רבי משה נג'ארה דער צווייטער, רבי לוי נג'ארה, א טאכטער וואס איז געשטארבן יונג. |
רבי ישראל נג'ארה (געבוירן ארום ש"י אין צפת; אוועק בערך ה'שפ"ט אין עזה) איז געווען א גרויסער דיכטער און פּייטן פון זיין צייט און פון אלע צייטן, און איז באקאנט אלס "נעים זמירות ישראל". ער איז געווען א רב, א מקובל, א מוזיקער, און א מפרש פונעם תנ"ך. ער איז אויך געווען דער רב פון דער אידישער קהילה אין עזה.
ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין דער העברעאישער פאעזיע און פיוט דורך דעם ענגן פארבאנד וואס ער האט געשאפן צווישן טעקסט און מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע פאר הייליגער פאעזיע. זיינע פיוטים זענען דורכגעדרינגען געווארן אין רוב קהילות. זיין געשטאלט, וואס איז געווען קריגעריש ביי זיין לעבן, איז נאך זיין טויט געווארן פארערט, און זיין פאעזיע איז געווארן א מוסטער פאר הייליגער פאעזיע.
ביאגראפיע
|
זמירות ישראל … והוא להרב ישראל נאגאר"ה שהיה מ"ץ בק"ק עזה והיה מריץ אגרותיו לרבינו בצלאל אשכנזי ולהרב מהריט"ץ כנראה בקונט' מימי ישראל אשר בסופו (וכתבו משם רבינו האר"י זצ"ל אשר שירותיו חשובות בשמים וכו'). והרב מנחם די לונזאנו בס' שתי ידות משיג עליו בענין השירים. והרב ישראל הנזכר הוא בנו של הרב החסיד מגורי האר"י זצ"ל הרב המחבר לקח טוב … והרב ישראל הנזכר הי"ל איזה חבורים כמו שתראה בהקדמתו לזמירות ישראל ועוד יש חלק שני מפיוטיו בכ"י ונקרא שארית ישראל. |
| רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ז', סעיף כז, ערך "זמירות ישראל" |
רבי ישראל נג'ארה איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין צפת[1]. זיין פאמיליע שטאמט פון מגורשי ספרד, און דער משפחה-נאמען צייגט אז זיי זענען געקומען פון דער שטאט נאכערא (Nájera), א שטאט אין צפון שפּאניע אויפ'ן נאכערילא טייך. עס איז אנגענומען אז רבי ישראל'ס זיידע, רבי לוי נג'ארה, איז געבוירן געווארן אין שפּאניע און איז אנטלאפן קיין דמשק צוליב דעם גירוש שפאניע. רבי ישראל'ס פאטער, רבי משה בן לוי, איז געבוירן געווארן אין סאַלאָניקי, גריכנלאנד, און אין זיינע שפּעטערע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן מיט זיין משפּחה קיין צפת און איז געווען פון מיט די מקובלים ארום דעם אר"י הקדוש[2]. זיין זיידע פון דער מוטערס זייט, רבי ישראל די קוריאל, איז געווען פון די גרויסע רבנים פון צפת, און איינער פון די פיר חכמים וואס האבן באקומען סמיכה פון מהר"י בירב.
ר' ישראל נג'ארה האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין זיידן אין צפת. אין זיינע יונגע יארן איז ער אריבער קיין דמשק מיט זיין פאטער, רבי משה, וועלכער איז געווארן רב דארט, און ר' ישראל איז געווארן דער שליח ציבור אדער סעקרעטאר[3] אין דער שפּאנישער קהילה דארטן. פאר א שטיק צייט האט ער זיך געדרייט אין די שטעט פון דער אטאמאנישער אימפעריע: ער האט באזוכט אין סאַלאָניקי, חלב, בורסא, קושטא, און אין מצרים. אין בורסא האט ער געטראפן און ווארשיינליך געלערנט מיט רבי יוסף גאנסו. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק פאר א קורצער צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין צפת, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז אים געבוירן געווארן א טאכטער. ער האט געלעבט אין דער צייט פונעם אר"י הקדוש און הרב יוסף קארו.
אין של"ט, נאָך אַן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אַן אַראַבישן שבט האבן די נג'אַרהס פארלאזט די שטאָט. ר' ישראל האט זיך באַזעצט אין דזשאָבאַר, א פאָרשטאָט פון דמשק, וואו ער האט געדינט אלס שרייבער פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאַר'ן שרייבן און פאָרמולירן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. ער האט זיך געלערנט טערקיש און אראביש. ער האט איבערגעלעבט אומגעווענליכע פערזענליכע טראגעדיעס; זיין ערשטע פרוי איז געשטארבן יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז געשטארבן אין עלטער פון צען יאר. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און עטליכע קינדער פון דער צווייטער חתונה האבן געלעבט ביז'ן זייערע ערוואקסענע יארן[4].
אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך באזעצט אין עזה און איז געווארן ראב"ד און הויפט רב פון דער קהילה. נאך זיין פטירה ארום שפ"ה, האט אים זיין זון ר' משה נג'ארה, אויך א פּייטן, איבערגענומען אלס רב. זיין אייניקל ר' יעקב נג'ארה איז געווען פארמישט אין דער מחלוקת מיט כת ש"ץ[4].
פון דאס וואס זיינע פיוטים זענען געשריבן געשריבן אין מעטערס פון פאַרשידענע לאַדינאָ, טערקישע, און גריכישע לידער, איז קענטיג אז ער האָט געקענט עטליכע פרעמדע שפראכן. צוליב זיין אויפוואקסן אין צפת איז ער געקומען אונטער דער ברייטער השפּעה פון קבלת האר"י. ווי עס איז קענטיג פון זיינע ווערק איז ער געווען א למדן, און ער האט זיך געשריבן מיט פילע רבנים פון זיינע צייט, צווישן אנדערע מיט רבי בצלאל אשכנזי, רבי יום טוב צהלון, משה חמון, און מנחם חפץ[5].
זיינע ווערק
ר' ישראל נג'ארה האָט מחבר געווען אין פארשידענע געביטן, אריינגערעכנט תנ"ך-פירוש, ציבורישע דרשות און הלכה. אָבער זיין עכטער רום ליגט אין זיין ריזיגער פּאעטישער אויסגאבע. ער האט געשריבן הויכע ניווא שירי קודש, באזירט אויף באקאנטע און באליבטע ניגונים. כאטש ער האט אין זיין יוגנט געשריבן סעקולארע לידער און ליבע לידער, זענען זיינע הויפּט חיבורים הייליג. די זענען אויסגעצייכנט דורך זייער טיפער רעליגיעזקייט, דורך זייערע באַציאונגען צו אידישע ליידן, און דורך זיין בענקשאפט פאר גאולה[3]. א סך פון זיינע פּיוטים זענען אין אראמיש.
רבי ישראל נג'ארה איז געווען א טאלאנטירטער מוזיקער, און ווערט געזען אלס דער גרעסטער פּייטן נאך דער גירוש שפּאניע. ער האט מחבר געווען ארום טויזנט פיוטים. זיין שאפונג איז אבזארבירט געווארן מיט ענטוזיאזם און איר שנעלע פארשפּרייטונג האט איר געמאכט אנגענומען און איינפלוסרייך. די לשון-קודש'ער פּאעזיע אין מזרח שטיצט זיך שטארק אויף זיין ארבעט און זיינע חידושים ביז די לעצטע צייטן[6].
ער איז ווי עס שיינט געזעסן אין קאַפעען און זיך אויסגעשטעלט צו די פאפולערע לידער פון יענער צייט. ער האט גענומען די באליבטע ניגונים, לידער אין שפאניש, לאדינא, טערקיש און אראביש. טייל פון זיי זענען געווען ליבעס-לידער מיט צווייפלהאפטיגן אינהאלט. ער האט צו די ניגונים צוגעפאסט ווערטער וואס זענען הייליגע פאעזיע. ער האט נישט באהאלטן דעם מקור, און אין יעדן פיוט פון אים האט ער געשריבן אין אנהייב אז דער ניגון איז לויט "דער שיר וואס הייבט זיך אן מיט די דאזיגע ווערטער", און גלייך דערנאך געשריבן זיין פיוט. די מעטאדע פון נעמען פאפולערע ניגונים און צוטיילן זיי אנדערע ווערטער איז געטון געווארן פאר אים און אויך נאך אים, אבער ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט דער כמות און קוואליטעט פון די לידער וואס ער האט געשאפן; אין שפּעטערן חסידות ווערט דאס אנגערופן "מעלה זיין לידער צו קדושה"[7]. ער האט דאס געטון, ווי ער זאגט אין דער הקדמה צו "זמירות ישראל", מיט דער כוונה אפּצוקערן די אידישע יוגנט פון סעקולארע לידער, דורך שאפן הייליגע לידער צו די מעלאדיעס וואס זיי זענען געוואוינט צו הערן[8].
זיינע פיוטים זענען געווען זייער פאפולער צווישן אידן. פאר יהודי המזרח איז ער געווען א "כוכב". למעשה זענען זיינע פיוטים געווען זייער פאפולער צווישן אידן, פון הודו אין מזרח ביז מאראקא אין מערב. מען האט זיי געזונגען אין שבתות, ימים טובים, ביי שירת הבקשות (העב') און ביי משפחה שמחות. דאס זינגען פיוטים איז געווען א פאפולערע פארעם פון פארוויילונג אין יענער צייט, ספעציעל אין שבת און יום טוב[7].
זמירות ישראל און שארית ישראל
זיין הויפּט זאמלונג פון פּאעמעס און פּיוטים, דער ספר "זמירות ישראל" איז געדרוקט געווארן ביי זיין לעבן אין דריי אויפלאגעס. דאס איז זעלטן אפילו היינט, און אין יענער צייט זענען ספרים געווען טייער. דערפאר, אויסער דעם דרוק פונעם ספר, איז עס האנטיג קאפירט געווארן, איבער און איבער, אין פיל קהילות[7]. די ערשטע אויסגאבע איז געווען אין צפת אין 1587 און האט אנטהאלטן 109 פּאָעמעס. די צווייטע אויסגאבע איז געווען אין סאַלאָניקי אין 1594. די דריטע פאַרגרעסערטע אויסגאַבע אין ווענעציע (שנ"ט–ש"ס) האט אנטהאלטן 346 פּאָעמעס און איז צעטיילט אין דריי חלקים: (1) "עולת תמיד", אַנטהאַלט 225 פּיּוטים פאר וואכנטעג, ארגאניזירט לויטן אָטאָמאַנישן מקאם סיסטעם; (2) "עולת שבת", אנטהאלט 54 פּיוטים פאר יעדן שבת פון יאר; (3) "עולת חודש": אנטהאלט 160 פּיּוטים און קינות פאר די ימים נוראים, פּורים, תשעה באב, און געלעגנהייטליכע צערעמאניעס[9]. אויסצוגן פון זמירות ישראל זענען פארעפנטליכט געווארן אונטערן נאמען "תפילות נוראות" אין 1712.
צווישן זיינע באקאנטע פיוטים אין זמירות ישראל זענען "יה רבון עלם", "יערת דבש"[10] און "יעלה בואי לגני[11]". זיין אראמישע שבת ליד, "יה רבון עלם ועלמיא", איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער אידישער וועלט. כאָטש ער איז געווען פון א ספרדישן אפּשטאם און האט געווירקט אין מזרח, איז דער דאזיגער פיוט איינגעפירט געווארן אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת.
דער ספר זמירות ישראל שליסט אויך איין זיין באקאנטן פּיוט "ירד דודי לגנו", אויך באקאנט אלס די "כתובה לחג השבועות", וואס איז א פּאָעטישע פּאַראָדיע אדער זמר וואס באשרייבט די חתונה־תנאים צווישן ישראל און ג-ט[12]. מען לייענט דאס אין פיל קהילות פון עדות המזרח אויף שבועות. א באזונדערער נוסח פון שטר תנאים און כתובה, וואס איז איינגעפירט צו ליינען אום שבועות אין די סיגוט-סאטמארע הויפן, איז בטעות צוגעשריבן געווארן צו אים[13].
ר' ישראל האט איבערגעלאזט א כתב יד "שארית ישראל", א גרויסע זאמלונג פון פּאָעמעס, פיל פון וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן דורך פארשידענע געלערנטע[14]. עס איז, לויט זיין קעפּל, דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל. צום באדויערן איז ער נפטר געווארן איידער ער האט עס באוויזן צו טאן. דער ספר "שארית ישראל – מזמירות ישראל", מיט 418 זעלטענע פיוטים, איז לעצטנס ארויסגעגעבן געווארן א דאנק דער לאנגער פארשונג ארבעט פון טובה בארי און עדווין סערוסי[7][8]. אן אנדער פיוט אין דעם נייעם ספר "שארית ישראל" איז "ימלט אי נקי", וואס איז געווידמעט ארץ ישראל און דעם ווילן ס'זאל זיך מערן שמחות ביי אידן[7].
אנדערע כתבים
רבי ישראל נג'ארה האט אויך מחבר געווען אנדערע כתבים. צווישן זיי:
- משחקת בתבל (צפת, שמ"ז) – דאס איז אַן עטישע פּאעמע וועגן דער נישטיגקייט פון דער וועלט.
- פצעי אוהב (איסטאנבול, שנ"ח) – א פירוש אויף איוב.
- מימי ישראל – רעטאָרישע בריוו מיט וועלטליכע און ליבעס־פּאָעמעס, געשריבן אין זיין יוגנט, און צוגעגעבן צו דער דריטער אויסגאבע פון זמירות ישראל. צעטיילט אין פיר חלקים: מי השילוח (צו פייטנים און פאעטן), מי מנוחות (צו פארשידענע מענטשן), מי מריבה (וועגן מוסר און שלום), מי מצור (העלפן קהילות אין קריזיס), מי זהב (בעטן צדקה פאר ארעמע לייט), מי המרים (טרייסט בריוו)[15]. דער בריוו "משחקת בתבל" איז צוגעלייגט צום ספר, אבער איז אן אייגענער קונטרס.
- כלי מחזיק ברכה (ווענעציע, ש"פ) – הלכות פון, און א פירוש אויף, ברכת המזון[16].
- מקוה ישראל – דרשות. (די היברובוקס סקען אנטהאלט נאר פינף פון פערציג דרשות. בר אילן אוניווערזיטעט האט איבערגעדרוקט דעם פולן ספר, תשס"ד).
- שוחטי הילדים: געדרוקט אין אַמסטערדאַם, תע"ח. אנטהאלט די הלכות פון שחיטה און ניקור אין א לייכטער שפּראַך פאַרשטענדליך אַפילו פאַר קינדער.
- פזמונים: א זאמלונג פון 120 זמירות, ארויסגעגעבן אין תרי"ח.
- מערכות ישראל (אין מאנטסקריפּט, פארלוירן) – א פירוש אויפן תורה.
פון זיינע הלכה תשובות געפינען זיך אין די שו"ת פונעם מהריט"ץ (רבי יום טוב צהלון), מיט וועמען ער האט זיך קארעספאנדירט אין הלכה.
פּאָעטישע סטיל און השפעה
רבי ישראל האט פיל געלערנט פון די גרויסע אידישע פּאָעטן פון דער שפּאניש-אראבישער פּעריאד, אבער ער האָט אויך אפט גענוצט אריגינעלע פאָרמען און אינהאלטן. זיינע לידער זענען אויסערגעווענליך מיט זייער רייכטום פון שפּראך און זייער געשליפענער סטיל[3].
מיינונגען פון זיינע צייטגנוסן
רבי מנחם לאָנזאַנאָ פון דמשק האָט שטאַרק קריטיקירט זיין פּאָעטישע אינאָוואַציעס, למשל זיינע זמירות וועגן דער חתונה פון ג-ט און ישׂראל[17].
רבי חיים וויטאל האט געהאט א זייער נעגאטיווע מיינונג וועגן רבי ישראל נג'ארה. אין זיין ספר "ספר החזיונות" רעקארדירט ר' חיים אינפארמאציע וועגן ר' ישראל, וועלכע איז אנטפּלעקט געווארן דורך א גייסט וואס איז אריין אין א פרוי (א פאנאמען וואס שפּעטער איז באקאנט געווארן אלס א דיבוק). דער גייסט האט באשולדיגט ר' ישראל אין שווערע עבירות, אריינגערעכנט אז ער איז תמיד געווען שיכור, זיין מויל האט געשפראכן נבלה, ער האט מחלל שבת געווען, זיך געקריגט מיט זיין ווייב, און פארבונדן מיט אוממאראלישע מעשׂים און באציאונגען מיט א גויטע[18].
ר' חיים וויטאל שרייבט, אז דער גייסט האט אויך געזאגט אז ר' ישראל האט צוגעגרייט א מאלצייט צווישן תענית־טעג, געזונגען הויך, געגעסן פלייש, געטרונקען וויין און זיך שיכור געמאכט. ר' חיים וויטאל גיט אָן אַז נג'ארה האט מודה געווען אז די אינצידענטן זענען פאָרגעקומען. אבער, ר' חיים וויטאל רעקארדירט נישט אז ער האט געפרעגט ר' ישראל וועגן די ערנסטערע באשולדיגונגען[19].
פון דער אנדערער זייט, האט דער אר"י הקדוש (רבי יצחק לוריא), לויט דעם ספר "חמדת ימים", געהאַט א פּאָזיטיווע מיינונג אויף אים. לויט באריכטן האט ער געזאגט וועגן ר' ישראל, אז ער איז געווען א נצוץ פון דוד המלך עליו השלום. דער אר"י האט אמאל ביים זינגען פון רבי ישראל נג'ארה אין א ליל שבת, געזען מלאכים טויזנטער און צענדליגער טויזנטער ארויפגייענדיג און אראפנידערנדיג אין זיין הויז צו הערן די געזאנג, ווייל אלע זיינע לידער זענען געווען ברוח הקודש. ווען דער אר"י האט באמערקט אז די מלאכים זענען אוועקגעגאנגען, ווייל נג'ארה האט געזונגען ביים טיש אן כבוד (מיט אנטבלויזטע ארעמס און אן א הוט), האט דער אר"י געשיקט צוויי תלמידים זיינע אים צו זאגן דעם ענין. אז נג'ארה האט דאס געהערט, האט אים באנומען א ציטערניש, און ער איז אוועקגעזעסן מיט גרויס כבוד ביי זיין טיש און האט צוריקגעקערט צו זיין געזאנג. גלייך האבן די מלאכי שמים זיך אומגעקערט ווי פריער, פרייליך און משתעשעים (זייענדיג פארוויילט) ווי ביים חתונות פון חתן און כלה, און דער אר"י מיט זיין גרויסן תלמיד האבן דאס געזען און זיך געוואונדערט[20].
דער חמדת ימים אליינס שרייבט: וכבר חברו הקדמונים וכל בעלי השיר פיוטים מיוחדים לזמר בשבת ומכולם לא ישרו בעיני אלא פיוטי בעל זמירות ישראל דאית בהון קבלה אמיתית, והאיש המשכיל ישכיל בם שיש הרבה מהם שאין לומר בשבתות וימים טובים והוא סמך על עין המשכיל[21].
נאָך זיין טויט איז זיין געשטאַלט געוואָרן געערט, טראץ דער שטארקער התנגדות וואס ער האט געטראפן אין זיין לעבן. זיין שירה איז געווארן א מאדעל פאר הייליגער פּאעזיע. נג'אַרהס פּיּוּטים זענען אויך געלויבט געוואָרן פון ר' לעאָן פון מאָדזשענאַ, וועלכער האָט קאָמפּאָנירט א ליד לכבוד אים, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין אָנהייב פון עולת שבת, דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל[מקור פארלאנגט].
מיינונגען פון שפעטערדיגע פערזענלעכקייטן
די שבתי צביסטן און פראַנקיסטן האָבן אים שטארק געשעצט, בטעות האלטנדיג אים פאר א מקובל. זיי האבן אזוי ליב געהאט איין פון זיינע לידער, אז זיי האבן עס געמאכט פאר א הימנע פאר זייער אייגענעם נוצן[22].
חיים נחמן ביאליק (א סעקולערער העברעאישער פאעט פון 20סטן יארהונדערט) האט אין זיין ארטיקל "שירתנו הצעירה" שארף קריטיקירט נג'ארה'ס עפנטליכקייט צו די קולטורן פון די גוים. ער האט זיך באקלאגט אויף "דער גלות'ישער, מאדנער און באזונדערער קרעכץ, וואס איר נאטור איז צו פאראידישן אין קאנטאקט אפילו איטאליענישע ליבעס-לידער און זייערע ניגונים". ער האט דערקלערט אז רוב פון ר' ישראל נג'ארה'ס רעליגיעזע פזמונים זענען מינים פון "סירוסים ושנויים" (פארקריפלונגען און ענדערונגען) פון לידער ווי אן איטאליענישער "דאן זשואן" זינגט צו זיין סעניארא הינטערן פענצטער, אבער ר' ישראל נג'ארה זינגט מיט אש אויפן קאפ, אין דער זעלבער מעלאדיע און אין לשון הקודש, צו קודשא בריך הוא ושכינתיה ביים ארון הקודש ביים תיקון חצות[23].
מאיר בניהו פאַרטיידיגט נג'ארה און שלאָגט פאָר אַז די קריטיקער קעגן אים זענען אפשר געווען מקנא צוליב זיינע דרשות און די פילע מענטשן וואָס זענען זיך צוזאַמענגעקליבן ביי אים[24].
מקום קבורה
רבי ישראל נג'ארה איז באגראבן געווארן אין עזה. זיין קבר איז געווען באקאנט אין דעם בית הקברות פון עזה. נאך דער סיני מלחמה זענען מענטשן געקומען צו באזוכן זיין קבר. אבער נאך דעם ווי עזה איז צוריקגעגעבן געווארן אונטערן עגיפטישן הערשאפט, האבן די עגיפטער אויסגעפלאגט דעם קבר. נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה איז זיין קבר-ארט נישט געווען באקאנט. עס איז געווען א שמועה אז מדינת ישראל ווייסט וועגן זיין קבר און בעסערט עס צו פארשטעלן. ר' ישראל מאיר גבאי האט געזאגט אז עס געפינט זיך לעבן דער אלטער מעטשעט אין שכונת סאדזשאיא, וואס איז געווען דער אלטער קערן פון עזה. עס קען זיין אז איבערבלייבסן פונעם בית הקברות עקזיסטירן, אבער דער קבר אליין איז אומבאקאנט[25].
ביבליאגראפיע
- אברהם מאיר הברמן, אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל ג, תש"ח, עמ' 993–995.
- מאיר בניהו, "רבי ישראל נאג'ארה", אסופות ד, ירושלים: יד הרב ניסים, תש"נ, עמ' רג–רפד.
- אדוין סרוסי, "רבי ישראל נאג'ארה מעצב זמרת הקודש אחרי גירוש ספרד", אסופות ד, ירושלים: יד הרב נסים, תש"נ, עמ' רפה–שי (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- טובה בארי, "'עולת חדש' לרבי ישראל נאג'ארה - נושאים ותכנים", אסופות ד, ירושלים: יד הרב נסים, תש"נ, עמ' שיא–שכד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- שאול רגב, "'פצעי אוהב' לר' ישראל נאג'ארה", אסופות ד, ירושלים: יד הרב נסים, תש"נ, עמ' שכה–שנו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- אברהם ישעיהו דיין, "אם יש להימנע מלשורר את שירי ר"י נג'ארה", האוצר כא (חשון תשע"ט), עמ' קמא–קנו.
- טובה בארי, אדוין סרוסי, שארית ישראל א–ב, יד יצחק בן-צבי, תשפ"ד (תוכן הענינים, זז' 15–21, זז' 22–31).
- טובה בארי, "היסודות הספרדיים בשירת ר' ישראל נג'ארה", פעמים 49, תשנ"ו.
- Tova Beeri, "Israel Najara: A Beloved and Popular Poet", The Poet and the World, 2019, pp. 59–76.
דרויסנדיגע לינקס
- Pizmonim.org - Israel Najara
מחבר:רבי ישראל נג'ארה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל - רבי ישראל נג'ארה, אויף JDN (העברעאיש)
- ארכיון רבי ישראל נג'ארה - סרוגים
- ר' ישראל נג'ארה, זמן לפיוט
- שירי רבי ישראל נאג'ארה אין פרויקט בן-יהודה
- רבי ישראל נאג'ארה, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Yisrael Najara • the Open Siddur Project פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ
- ר' ישראל נגארה, אתר הפיוט והתפילה
רעפערענצן
- ↑ יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים אות מ', סעיף קסא (ברוקלין, 1958)
- ↑ 3.0 3.1 3.2 Abraham David, "Najara, Israel ben Moses", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ 4.0 4.1 טובה בארי, "בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו", תרביץ סד(ב), טבת-אדר תשנ"ה, עמ' 275–300, JSTOR 23600680.
- ↑ "Najara", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
- ↑ יוסף יהלום, "ר' ישראל נג'ארה והתחדשות השירה העברית במזרח לאחר גירוש ספרד", פעמים 13, תשמ"ב, עמ' 96–124.
- ↑ 7.0 7.1 7.2 7.3 7.4 יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
- ↑ 8.0 8.1 טובה בארי, "גלגוליו של הקובץ שארית ישראל לרבי ישראל נג'ארה", ספר זכרון לפרופ' מאיר בניהו, חלק ב: קבלה ומחשבת ישראל ספרות, שירה, פיוט ותפילה (ירושלים: יד הרב ניסים, תשע"ט), 1085–1094.
- ↑ זמירות ישראל, בעלגראד, תקצ"ח.
- ↑
דער פיוט יערת דבש, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
- ↑
דער פיוט יעלה יעלה, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
- ↑
דער פיוט ירד דודי לגנו (כתובה לחג השבועות), אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
- ↑ זעט סדר התנאים והכתובה שמיוחס לר' ישראל נגארה מי חיבר אויף אוצר החכמה פארום ; "ווער האט מחבר געווען דער נוסח שטר אירוסין ליום טוב שבועות ?", אשכול אויף אייוועלט.
- ↑ ווי אין דוד ילין, "עשרים שירים משירי 'שארית ישראל' לר' ישראל נג'ארה", מחקרים לזכרו של ר' עמרם קוהוט, ניו־יורק תרצ"ו, עמ' נט-פח.
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ספרים, א'רכד.
- ↑ קאנסטאנטין, תצ"ד אויף גוגל.
- ↑ מנחם די לונזנו, שתי ידות, דף קמב.
- ↑ שבחי רבי חיים וויטאל, אוסטראה, תקפ"ו, עמ' יט; רבי חיים וויטאל, ספר החזיונות, מהדורת פיירשטיין, מכון בן-צבי, ירושלים תשס"ו, עמ' 68.
- ↑ Marc B. Shapiro, Hasidism in America, Seforim Blog, October 18, 2017.
- ↑ חמדת ימים, חלק א, איזמיר תצ"ב, דף עח (פרק ח, אות יב) און חלק ג פרק ג, אות ו–ז; רבי יצחק מאגריסו, ילקוט מעם לעז, ה'תק"ו, פר' ויקהל לח, ג. תר' ללשון קודש, תשכ"ט, עמו' תתתמג.
- ↑ חמדת ימים, חלק א, פרק ח, אות פב.
- ↑ גרשם שלום, "שיר של ישראל נג'ארה בפי השבתאים", אין Samuel Löwinger and Joseph Somogyi, eds., Ignace Goldziher Memorial Volume, Part I (Budapest: Globus, 1948), 41-44.
- ↑ חיים נחמן ביאליק, "שירתנו הצעירה, אות ג, אדעס תרפ"ז" אין פרויקט בן-יהודה.
- ↑ אסופות ד, זז' 234–235.
- ↑ זעט מקום קבורת רבי ישראל נג'ארה בעזה אויף אוצר החכמה פארום.