אבטליון
קברי שמעיה ואבטליון אין גוש חלב | |||||||
תקופת הפעילות | פערטער זוג פון תקופת הזוגות | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
רבי'ס | יהודה בן טבאי און שמעון בן שטח | ||||||
תלמידים | הלל, שמאי, מנחם | ||||||
בני דורו | שמעיה און יהודה בן דורתאי | ||||||
|
אבטליון איז געווען דער אב בית דין אין פערטן דור פון תקופת הזוגות, דער פָּאר פון שמעיה וועלכער איז געווען דער נשיא. זיי האבן געפירט כלל ישראל איבער הונדערט יאר פאר דער חורבן בית המקדש, ביי דער ברידער קריג צווישן די חשמונאים, און די אנהייב פון הורדוס'נס הערשאפט. ער ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.
זיין צייט
אבטליון איז געווען פון פערטן דור פון די זוגות[1], אין זעקסטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה[2], איבער הונדערט יאר בעפאר דער חורבן בית המקדש[3].
זיין חבר איז געווען שמעיה; אבטליון איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין און שמעיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגען דער מחלוקת צווישן די חכמי ישראל, צי מען מעג סומך זיין אין יום טוב; שמעיה האט געהאלטן אז יא, און אבטליון האט געהאלטן אז נישט[4].
זיי זענען געווען תלמידים פון שמעון בן שטח און יהודה בן טבאי, און זייערע תלמידים זענען געווען הלל הזקן און שמאי הזקן[5], וועלכע האבן געשלאסן דעם תקופת הזוגות.
שמעיה און אבטליון האבן געלעבט אין א שטורמישע תקופה ביי אידן, דורכאויס דער ברידער קריג צווישן די לעצטע חשמונאים. עס איז מעגליך אז דער מאמר פון אבטליון: ”חכמים, הזהרו בדבריכם, פן תחובו חובת גלות”[6] קומט אויך אנצודייטן אויף אזעלכע חכמים ווי יהודה בן טבאי און יהושע בן פרחיה וועלכע האבן געדארפט אנטלויפן נאך וואס זיי האבן זיך געמישט אין מלוכה ענינים. אין די לעצטע יארן פון זייער פירערשאפט האט הורדוס אנגעהויבן הערשן[7].
לעבנס געשיכטע
די גמרא זאגט אז שמעיה און אבטליון האבן געשטאמט פון סנחריב[8]. עס איז פארהאן א מיינונגס-פארשידנהייט צווישן די מפרשים צי זיי האבן זיך אליין מגייר געווען[9], אדער זיי האבן בלויז געשטאמט פון גרים[10][א]. אין טייל מקורות ווערט געברענגט אז אין די גוי'אישע ביכער איז נאך פארהאן געזעצן וואס אבטליון האט געשריבן איידער ער האט זיך מגייר געווען, און אז עס איז גאר פארהאן א גאנצע רעליגיע וואס ער האט געגרינדעט און הייסט נאך אים[11].
שמעיה און אבטליון זענען געווען אנערקענט אלס די "גדולי הדור, חכמים גדולים ודרשנים גדולים"[12]. די גמרא פארציילט אז אמאל מוצאי יום הכיפורים, ווען אלע אידן האבן באגלייט דעם כהן גדול וואס איז ארויס בשלום פון קדשי קדשים, האבן זיי אינמיטן וועג געזען די צוויי גרויסע חכמים שמעיה און אבטליון, זענען אלע מענטשן נאכגעגאנגען די חכמים און אפגעלאזט דעם כהן גדול[13]. די שעצונג פון פאלק האט זיי געברענגט א שטראם פון אסאך תלמידים, און עס איז ביי זיי איינגעפירט געווארן צו דארפן צאלן א קליינע סכום געלט פאר א שומר צו קענען אריינקומען אין בית המדרש[14].
טייל שפעקולירן, אז אבטליון ווערט אויך דערמאנט אין "קדמוניות היהודים" פון יוסף בן מתתיהו, וואו עס ווערט דערציילט אז הורדוס האט אומגעברענגט אסאך חכמים, אבער ער האָט געלאזט לעבן "פּאָליאָן"; דער זעלבער "פּאָליאן" ווערט אויך דערמאנט אלס רבי און חבר פון "סאמעאס” ("שמעיה")[15].
לויט ווי אנגענומען, ליגן שמעיה און אבטליון אין גוש חלב, נאנט צום אריינגאנג פון דארף[16].
זעט אויך
צו ליינען מער
- אברהם קוסמן, "תעלומת תקופת של שמעיה ואבטליון", קולמוס 87, ירושלים, תש"ע.
- בנימין לאו, "שמעיה ואבטליון: בעיצומה של מלחמת אריסטובלוס והורקנוס", בספרו: חכמים, כרך ראשון: ימי בית שני, ידיעות ספרים, 2006, עמ' 142-137.
דרויסנדיגע לינקס
- רבי אהרן היימאן, "שמעיה ואבטליון", תולדות תנאים ואמוראים ג, לאנדאן, תר"ע, עמ' 1228–1229
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אליקים כרמולי, אַבְטַלְיוֹן, בתוך: תולדות גדולי ישראל, מיץ: אפרים הדאמר, תקפ"ח. עמ' יג-יד- אבטליון, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- שיחה על שמעיה ואבטליון אויף "ישיבת ברכת משה" וועבזייטל.
נאטיצן
- ↑ א שוועריגקייט ווערט אויפגעברענגט אויף די שיטה אז זיי זענען געווען גרים, ווייל די הלכה איז אז א גר קען נישט פארנעמען א שטעלע ביי אידן. צווישן אנדערע תירוצים ווערט פארענטפערט אז ווען אלע אידן נעמען אן זייער הערשאפט מעג מען יא (כנסת הגדולה, חו"מ סימן א').
רעפערענצן
- ↑ משנה, אבות א, י
- ↑ הקדמת פירוש המשנה להרמב"ם, פרק ד'
- ↑ זעט שבת טו, א, אז זיין תלמיד הלל הזקן האט אנגעהויבן פירן הונדערט יאר בעפאר דער חורבן.
- ↑ חגיגה טז, א
- ↑ משנה, אבות א, יב
- ↑ משנה, אבות א, יא
- ↑ אברהם קוסמן, זייט 9
- ↑ גיטין נז, ב
- ↑ משנה תורה, הקדמה, ד"ה כל המצות; פירוש המשניות פונעם רמב"ם, מסכת עדויות, פרק א, משנה ג; פרק ה, משנה ו; תוספות, מסכת ברכות, דף יט, עמוד א, ד"ה דוגמה; רבי שמעון בן צמח דוראן, מגן אבות (על מסכת אבות), פרק א, משנה י. זעט אויך נודע ביהודה, מהדורא קמא, חושן משפט, סימן א; ברכי יוסף, חושן משפט, סימן ז, ס"ק ו.
- ↑ מהר"ל מפראג, דרך חיים (על מסכת אבות), פרק א, סוף משנה י, ד"ה והתבאר לך; תוספות יום טוב, אבות, פרק א, משנה י, ד"ה שמעיה.
- ↑ רבי יצחק אברבנאל, נחלת אבות, אבות פרק א' משנה י'.
- ↑ פסחים ע, ב
- ↑ יומא עא, ב
- ↑ יומא לה, ב
- ↑ חיים מיכל מיכלין, "הערות המגיה לפ"ב", מסכת אבות ע"פ עגת אליהו, ירושלים, תרע"ג, זייט מח ע"ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); אברהם קוסמן, "תעלומת תקופת של שמעיה ואבטליון", קולמוס 87, ירושלים, תש"ע, זייט 10; אברהם קוסמן, זייט 10.
- ↑ אוצר מסעות, "מסע דפליסטינא" פון רבי שמואל ב"ר שמשון (1210), עמ' 64
הזוגות | ||
---|---|---|
בפתח התקופה | שמעון הצדיק • אנטיגנוס איש סוכו | |
הזוגות | יוסי בן יועזר ויוסי בן יוחנן • יהושע בן פרחיה ונתאי הארבלי • שמעון בן שטח ויהודה בן טבאי • שמעיה ואבטליון • (בני בתירה) • הלל הזקן ושמאי הזקן (מנחם) |
שלשלת הקבלה | ||
---|---|---|
נביאים | משה רבינו • יהושע בן נון • פינחס וזקנים • עלי הכהן • שמואל • דוד המלך • אחיה השילוני • אליהו הנביא • אלישע • יהוידע הכהן • זכריה בן יהוידע • הושע בן בארי • עמוס • ישעיהו • מיכה • יואל הנביא • נחום • חבקוק • צפניה • ירמיהו • ברוך בן נריה | |
אנשי כנסת הגדולה | עזרא הסופר ובית דינו • שמעון הצדיק | |
תקופת הזוגות | אנטיגנוס איש סוכו • יוסי בן יועזר ויוסי בן יוחנן • יהושע בן פרחיה ונתאי הארבלי • יהודה בן טבאי ושמעון בן שטח • שמעיה ואבטליון • הלל ושמאי | |
תנאים | רבן יוחנן בן זכאי ורבן שמעון בן הלל • רבן גמליאל הזקן • רבן שמעון בן גמליאל הזקן • רבן גמליאל • רבן שמעון בן גמליאל • רבי יהודה הנשיא | |
אמוראים | רב ושמואל ורבי יוחנן • רב הונא ורב יהודה • רבה ורב יוסף • אביי ורבא • רב אשי ורבינא | |
הרשימה לפי הרמב"ם בהקדמת משנה תורה. לרשימות אחרות, ראו שלשלת הקבלה. |