ד' חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ד' חשון איז דער פערטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פערטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
גכה גכז |
זונטאג | לך לך |
הכז השא החא השג |
דינסטאג | לך לך |
זשה זחא זשג זחג |
דאנערשטאג | נח |
בשה בחה בשז בחג |
שבת | נח |
חגים וזמנים
- "פורים אנצארא" אדער "פורים אדום" אין אלזשיר, צוליב וואס די שטאט איז געראטעוועט געווארן פון א שפאנישע אינוואזיע אין יאר ה'ש"א
- "פורים באסניע", צוליב וואס דער אנטיסעמיטישער פאשא האט געדארפט אנטלויפן אין יאר ה'תק"פ, נאך וואס ער האט זיך שוין געגרייט אומצוברענגען דעם רב און ניין ראשי קהילה פון סאראיעווא.
געשעענישן
- ה'תקי"ח – שריפת התלמוד אין קאמעניץ-פאדאלסקי נאכפאלגנדיג דעם וויכוח מיט די פראנקיסטן[1]. טייל האבן זיך מקבל געווען צו פאסטן אין דעם טאג[2].
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: די קהילות אין בריסק, דראהיטשין און אוסטראה ווערן פארטיליגט
- ה'תשי"ח – א האנט גראנאט ווערט געווארפן אין כנסת, פון וואס טייל מיניסטארן, אריינגערעכנט דוד בן-גוריון און גאלדע מאיר, ווערן פארוואונדעט.
- ה'תשמ"ג – די עתניאל געגנט ווערט אויפגעשטעלט
- ה'תשס"א – על אקצא אינטיפאדע: א קאר באמבע רייסט אויף נעבן שוק מחנה יהודה, אומברענגנדיג צוויי אידן
געבוירן
- ה'תק"צ – רבי מאיר רובין פון גלאגאוו (נפטר ה'תרנ"ח)
- ה'תרט"ז – רבי שמואל בורנשטיין, דער "שם משמואל" פון סאכאטשוב (נפטר ה'תרפ"ו)
- ה'תרכ"א – רבי שמעון גרינפעלד (מהרש"ג), רב און ראש ישיבה פון סעמיהאלי און בארימטער משיב אין אונגארן (נפטר ה'תר"צ)
- ה'תרס"ד – רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, ראש ישיבה פון נייטרא, בארימט פאר זיינע הצלה אקטיוויטעטן ביים חורבן אייראפע (נפטר ה'תשי"ח)
- ה'תש"א – דניאל שפערבער, א תלמוד'ישער חוקר
- ה'תשמ"ד – עמית ליסטוואנד, אן אדוואקאט וועלכער איז געווען א זעלטענער וואונדערקינד אין דער וועלט פון חסיד'ישע מוזיק
יארצייטן
- ה'תקנ"ב – רבי נתן בורגיל, פון די גרויסע רבנים פון טוניסיע און מחבר פון "חק נתן" אויף סדר קדשים[3]
- ה'תקפ"ה – רבי משה אפרתי, ראש ישיבה אין בארדיטשוב און רב אין באטשאן, דער שווער פון רבי ישראל פון רוזשין
- ה'תרנ"ד – רבי יהודה מודרן, א גאון און ראש ישיבה אין סיגעט (געבוירן ה'תק"פ)
- ה'תרנ"ט – מרת מרים, די טאכטער פון רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז און די פרוי פון רבי משה אונגאר
- ה'תרע"א – רבי גבריאל שבתי, א דיין און עסקן אין ירושלים, פון די גרינדער פון משגב לדך שפיטאל (געבוירן ה'תר"ז)
- ה'תרפ"ג – רבי יואב יהושע וויינגארטן, רב פון קינצק און מחבר פון שו"ת "חלקת יואב" (געבוירן ה'תר"ה)
- ה'תש"ג – רבי שמחה זעליג ריגער, דיין און מורה הוראה אין בריסק (געבוירן ה'תרכ"ד)
- ה'תש"ג – רבי אברהם אלישיב, א רב אין בעלארוס און שפעטער אין ירושלים, פאטער פון רבי יוסף שלום אלישיב
- ה'תש"ד – רבי יעקב יצחק דן לאנדא, דער דריטער אדמו"ר פון סטריקוב, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרמ"ב)
- ה'תש"ד – רבי קלונימוס קלמיש שפירא, דער פיאסעצנער רב, מחבר פון "חובת התלמידים", אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרמ"ט)
- ה'תשכ"ח – רבי יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רב (געבוירן ה'תרנ"ז)
- ה'תשמ"ג – רבי לייב גורוויץ, דער געיטסהעדער ראש ישיבה (געבוירן ה'תרס"ו)
- ה'תשס"ב – רבי אליהו שרים, א רב און ראש ישיבה אין תל אביב (געבוירן ה'תרצ"ב)
רעפערענצן
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם יערי, שריפת התלמוד בקמניץ, אין: סיני, כרך מ"ב, עמ' רצ"ד. - ↑ עטרת תפארת ישראל, פרשת לך
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט א' אדער ב' חשוון.