רוי:רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים

פון המכלול
ווערסיע פון 09:02, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: קרעטשענעווער רבי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מנחם אליעזר ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי

רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים (געבוירן כ"ד ניסן ה'תש"ט), איז דער היינטיגער קרעטשענעווער רבי

לעבנס געשיכטע

רבי מנחם אליעזר זאב איז געבוירן געווארן אין רחובות אין יאר ה'תש"ט צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי פון רחובות און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, דער נאדווארנער רבי. ער איז אויכעט א צווילינג ברודער פונעם קרעטשענעווער-קרית גת'ער רבי ישראל ניסן ראזנבוים.

אלס בחור האט ער געלערנט אין זיין פאטער'ס ישיבה. ה' אדר א ה'תשכ"ז האט ער געהייראט מרת לאה רחל, טאכטער פון רבי יואל בעער, דער ראצפערטער רבי פון סאו פאולא, בראזיל. נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן אין בראזיל צו וואוינען נאענט צו זיין שווער. נאך אומגעפער א יאר וואס ער האט געוואוינט דארט און געלערנט אין דעם ארטיגן כולל, האט ער זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל, און ווען איז ער צוריקגעקומען, האט אים זיין פאטער געבעטן אז ער זאל זיין אנוועזנד אין דעם "פראווען צימער" ווען ער נעמט אויף מענטשן און קוויטלעך כדי ער זאל זיך אויסלערנען די "סודות ההנהגה".

ט"ו תמוז ה'תשכ"ט, נאכדעם וואס זיין פאטער איז געווען אין ראמעניע אויף קברי צדיקים און נפטר געווארן, האט מען אים אויפגענומען אלס זיין ממשיך, און עמטליך, איז ער באקרוינט געווארן שוין ביי דער לוויה, אבער פאקטיש האט ער נישט געפירט קיין רעביסטווע, און בלויז עטליכע מאנאטן שפעטער אין יאר ה'תש"ל, ביי דער פורים סעודה, האט ער מקבל געווען אויף זיך אנצופירן דעם חסידות.

דער חסידות אונטער זיין פירערשאפט און אויפזיכט ציילט אפ היינטיגן טאג אומגעפער 600 משפחות (250 וואוינען אין "קרית קרעטשענעוו" רחובות, און אין דער דערנעבנדיגער נייעם געגנט "פסגת קרעטשענעוו" וואס מען האט לעצטנס אויפגעבויט, וואוינען 80 משפחות). אנדערע פיליאלען פון דעם הויף זענען פאראן אין בני ברק, ירושלים, אלעד, ביתר עילית און מודיעין עילית. די מוסדות פונעם הויף זענען ווי פאלגנד: ישיבה גדולה און ישיבה קטנה וואו עס לערנען 150 בחורים, תלמוד תורה "בני משה", מיידל שולע, סעמינאר, קינדערגארטן, כולל, בית מדרש, שטיבלעך און מקווה. דער הויף פארמאגט אויכעט חסד ארגאניזאציעס, דער מערקווערדיגער איז "לשבוע מטובך" וואס טיילט טאג טעגליך עסנווארג פאר קראנקע מענטשן אין דעם "קאפלאן" שפיטאל אין רחובות.

דער רבי האט קיינמאל נישט באזוכט אין דעם כותל וויבאלד זיין פאטער פלעגט זיך אויכעט פירן אזוי זייט דער באפרייאונג פונעם כותל דורך די ציונים.

קינדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!