פרשת שמיני
| |||||
פסוקים | ויקרא ט, א - יא, מז | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 91 (41'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1238 (41'סטע) | ||||
צאל אותיות | 4670 (41'סטע - אייניג מיט פרשת חוקת) | ||||
אינהאלט | חנוכת המשכן, חטא פון נדב און אביהוא, סימנים פון כשר'ע בעלי חיים, דינים פון טומאה וטהרה | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים און פאזנע | שמואל ב' ו, א–יט | ||||
תימנים און איטאליענער | שמואל ב' ו, א - ז, ג | ||||
אשכנזים | שמואל ב' ו, א - ז, יז |
פרשת שְׁמִינִי איז די דריטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 26'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ט', פסוק א', ביז קאַפּיטל י"א, פסוק מ"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 91 פסוקים און זעקס פרשיות - דריי פתוחות און דריי סתומות.
די פרשה הייבט אן מיט א שילדערונג פון די אכטע טאג נאך די שבעת ימי המילואים, דער טאג פון חנוכת המשכן, און די חטא פון נדב און אביהוא אין יענעם טאג. דאן ווערט אראפגעשטעלט די דינים פון כשר'ע און טמא'נע בעלי חיים, און טייל דינים פון טומאה וטהרה.
פרשת שמיני ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ' אדר ב' (אין עיבור יארן) און כ"ט ניסן (אין חו"ל). אין עיבור יארן געפאלט די סדרה אום שבת פרה (אין די קביעות השג, החא, בשז און גכז), אדער שבת החודש (אין בחה, זשה און זחג יארן), וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה.
פרשה אינהאלט
חנוכת המשכן
נאך די שבעת ימי המילואים געשילדערט אין פאריגן פרשה, ווען משה האט געזאלבט און איינגעלייטעט די משכן און די כהנים, איז געקומען דער אכטער טאג, ראש חודש ניסן, ווען עס איז אפגעהאלטן געווארן דאס באנייאונג פונעם משכן, ווי געשילדערט אין די פרשה: משה האט גערופן אהרן מיט זיינע זין און די זקנים. אהרן מיט די כהנים האבן לויט די אנווייזונגען פון משה מקריב געווען א קרבן חטאת און עולה פאר זיך, און דאן מקריב געווען א חטאת און עולה פאר'ן פאלק, א מנחה, און א שור און איל פאר שלמים - אויסער די טעגליכע קרבנות תמיד. אהרן האט אויפגעהויבן זיינע הענט און געבענטשט, דאן זענען משה און אהרן ארויסגעקומען פון אהל מועד און געבענטשט דאס פאלק. דער כבוד פון אויבערשטן האט זיך באוויזן, און א פייער פון גאט האט פארלענדט די קרבנות פונעם מזבח[1].
נדב און אביהוא
נדב און אביהוא האבן מקריב געווען קטורת פאר'ן אויבערשטן, אנדעם וואס זיי זאלן געווען באפוילן, און עס איז ארויס א פייער פונעם אויבערשטן פון וואס זיי זענען אוועק. משה האט געזאגט צו אהרן אין נאמען פון גאט: "בִּקְרֹבַי אֶקָּדֵשׁ וְעַל פְּנֵי כָל הָעָם אֶכָּבֵד", און אהרן האט געשוויגן. משה האט געהייסן מישאל און אליצפן, די קינדער פון עוזיאל, ארויסנעמען די גופים פון משכן אינדרויסן פון מחנה. משה האט דאן אנגעזאגט אהרן און זיינע זין, אלעזר און איתמר, איבער די איסור פאר כהנים זיך צו לאזן וואקסן די האר און רייסן די קליידער, און זיי זאלן נישט ארויסגיין פון משכן בשעת די עבודה, און מען זאל נישט טון די עבודה נאכ'ן טרינקען "יין ושכר".
משה האט באפוילן אהרן מיט זיינע לעבן־געבליבענע זין צו עסן פון די איבערגעבליבענע מנחה און קרבנות, און זיי פארגעהאלטן דערויף וואס זיי האבן נישט געגעסן פונעם חטאת, אויף וועלכע אהרן האט געענטפערט אז אלס אוננים טארן זיי נישט עסן דערפון[2], און משה האט צוגעשטימט דערצו[3].
מאכלות אסורות
דאן ווערט אויסגערעכנט אין די פרשה די סימנים פון כשר'ע בהמות און חיות, פיש און פייגלען, און היישעריק. די תורה זאגט אן איבער די איסור פון עסן די פארשידענע ערליי שרצים. אויך ווערן אויסגערעכנט טייל דינים פון טומאה וטהרה: טומאת שרצים, טומאת אוכלין, און טומאת נבלה[4].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[5] זענען פארהאן זיבעצן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | עשה / לאו | |
---|---|---|---|---|---|
1 | כהנים זאלן נישט אריינגיין אין בית המקדש מיט באוואקסענע האר | רָאשֵׁיכֶם אַל תִּפְרָעוּ (י, ו) | ניין | כהנים-מענער | לאו |
2 | כהנים זאלן נישט אריינגיין אין בית המקדש מיט צעריסענע קליידער | וּבִגְדֵיכֶם לֹא תִפְרֹמוּ (י, ו) | ניין | כהנים-מענער | לאו |
3 | כהנים זאלן נישט ארויסגיין בשעת די עבודה | וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ (י, ז) | ניין | כהנים-מענער | לאו |
4 | א שיכור זאל נישט אריין אין בית המקדש, אדער פסק'ען | יַיִן וְשֵׁכָר אַל תֵּשְׁתְּ אַתָּה ... בְּבֹאֲכֶם אֶל אֹהֶל מוֹעֵד ... וּלְהוֹרֹת אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל (י, ט–יא) | יא | יעדער[א] | לאו |
5 | באקוקן סימנים פון בהמות און חיות | זֹאת הַחַיָּה אֲשֶׁר תֹּאכְלוּ מִכָּל הַבְּהֵמָה וגו' (יא, ב–ג) | יא | יעדער | עשה |
6 | נישט עסן טמא'נע בהמות און חיות | אַךְ אֶת זֶה לֹא תֹאכְלוּ מִמַּעֲלֵי הַגֵּרָה וּמִמַּפְרִיסֵי הַפַּרְסָה וגו' (יא, ד–ז) | יא | יעדער | לאו |
7 | באקוקן סימנים פון פיש | אֶת זֶה תֹּאכְלוּ מִכֹּל אֲשֶׁר בַּמָּיִם (יא, ט) | יא | יעדער | עשה |
8 | נישט עסן טמא'נע פיש | ...מִבְּשָׂרָם לֹא תֹאכֵלוּ וְאֶת נִבְלָתָם תְּשַׁקֵּצוּ (יא, יא) | יא | יעדער | לאו |
9 | נישט עסן טמא'נע פייגלען | וְאֶת אֵלֶּה תְּשַׁקְּצוּ מִן הָעוֹף לֹא יֵאָכְלוּ וגו' (יא, יג) | יא | יעדער | לאו |
10 | באקוקן סימנים פון היישעריק | אַךְ אֶת זֶה תֹּאכְלוּ מִכֹּל שֶׁרֶץ הָעוֹף וגו' (יא, כג) | יא | יעדער | עשה |
11 | טומאת שרצים | וְזֶה לָכֶם הַטָּמֵא בַּשֶּׁרֶץ הַשֹּׁרֵץ עַל הָאָרֶץ וגו' (יא, כט) | יעדער | עשה | |
12 | טומאת אוכלין | מִכָּל הָאֹכֶל אֲשֶׁר יֵאָכֵל אֲשֶׁר יָבוֹא עָלָיו מַיִם וגו' (יא, לד) | יעדער | עשה | |
13 | טומאת נבלה | וְכִי יָמוּת מִן הַבְּהֵמָה ... הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ יִטְמָא וגו' (יא, לט) | יעדער | עשה | |
14 | נישט עסן קריכעדיגע פון דער ערד | וְכָל הַשֶּׁרֶץ הַשֹּׁרֵץ עַל הָאָרֶץ שֶׁקֶץ הוּא לֹא יֵאָכֵל (יא, מא) | יא | יעדער | לאו |
15 | נישט עסן קריכעדיגע פון געוואוקסן | לְכָל הַשֶּׁרֶץ הַשֹּׁרֵץ עַל הָאָרֶץ לֹא תֹאכְלוּם (יא, מא) | יא | יעדער | לאו |
16 | נישט עסן קריכעדיגע פון וואסער | אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם בְּכָל הַשֶּׁרֶץ הַשֹּׁרֵץ וְלֹא תִטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם (יא, מג) | יא | יעדער | לאו |
17 | נישט עסן קריכעדיגע פון שימל | וְלֹא תְטַמְּאוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם בְּכָל הַשֶּׁרֶץ הָרֹמֵשׂ עַל הָאָרֶץ (יא, מד) | יא | יעדער | לאו |
- ↑ בזמן הבית, אריינגיין אין בית המקדש; היינט פסק'ען, פאר זכרים.
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:
- השג יאר - כ' אדר ב'
- החא יאר - כ"ב אדר ב'
- גכז יאר און בשז יאר - כ"ג אדר ב'
- בחה יאר און זשה יאר - כ"ה אדר ב'
- זחג יאר - כ"ז אדר ב'
- גכה יאר און בשה יאר - כ"ד ניסן
- בחג יאר און זשג יאר - כ"ו ניסן
- זחא יאר און השא יאר - כ"ח ניסן
- הכז יאר - אין ארץ ישראל - כ"ב ניסן, אין חוץ לארץ - כ"ט ניסן
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר שמואל ב', פון קאַפּיטל ו', פסוק א', וואו עס ווערט געשילדערט דאס ארויפברענגען דעם ארון הברית קיין ירושלים אין די צייטן פון דוד המלך, ווען א כהן, עוזא, האט אנגערירט דעם ארון און אומגעקומען אויפ'ן פלאץ. די ספרדים און די פאזנער ליינען ביז פסוק י"ט[6]; די תימנים און איטאליענער ביז קאַפּיטל ז', פסוק ג'; און די אשכנזים ביז קאַפּיטל ז', פסוק י"ז. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר יחזקאל, קאַפּיטל מ"ג, פסוק כ"ז - קאַפּיטל מ"ד, פסוק כ"א.
מען ליינט די הפטורה פון פרשת שמיני נאר אין פשוט'ע יארן, וויבאלד אין עיבור יארן געפאלט עס אין איינע פון די ארבע פרשיות; אין השג, החא, בשז און גכז יארן אום שבת פרה; און אין בחה, זשה און זחג יארן אום שבת החודש - וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן הפטורה. אין הכז יארן אין חוץ לארץ, געפאלט ראש חודש סיון אויף זונטאג, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת שמיני, אויף שיתופתא
- פרשת שמיני, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת שמיני - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת שמיני, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת שמיני", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת שמיני אויף קול הלשון
- פרשת שמיני, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת שמיני, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת שמיני, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת שמיני, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת שמיני", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת שמיני אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ קאַפּיטל ט'.
- ↑ זבחים קא, א.
- ↑ קאַפּיטל י'.
- ↑ קאַפּיטל י"א.
- ↑ ספר החינוך, מצוות קמט–קסה.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
שמיני קאַטעגאָריע:אדר קאטעגאריע:ניסן קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען