רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו

פון המכלול
ווערסיע פון 07:15, 2 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קידוד קישורים, החלפות ([[קאטעגאריע, יי, וו, , ))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ פאטער, מוטער, קבורה ארט, זיינע רביס, עיקר חיבור ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

די "דגל"
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
געבורט מעזשביזש
פטירה
מעזשביזש
ספרים דגל מחנה אפרים
די ציון פון דגל מחנה אפרים
די בית המדרש אין סאדילקאוו

רבי משה חיים אפרים (די "דגל") פון סאדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסידי'שע ספרים.

ביאגראפיע

געבוירן געווארן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, די טאכטער פונעם בעל שם טוב, אין שטאט מעזיבוז וואו זיין זיידע האט געוואוינט. דאס יאָר פון זיין געבורט איז אומבאַקאַנט[1].
זיין זיידע רופט אים אן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[א]

נאכן זיידן'ס פטירה האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים רבי דוב בער פון מעזריטש, ווי אויך ביי רבי וואלף קיצעס, און מערסטנס ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה בעל התולדות יעקב יוסף. טראץ דעם ווערט רבי אפרים פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות[ב], ווייל ער האט אליין באקומען דירעקט פון זיין זיידנס תורה, און ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.

האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סאדילקאוו וואס איז דערנעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורט'ס ארט, דארט האט ער שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאם מיט ארעמקייט נאך וואס די קהילה איז אים נישט בייגעקומען וואס סאיז זיך אים געקומען[2], און אום יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורט'ס ארט ווי זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי, צוליב דעם האט ער זיך געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן, און האט אויך דארט געדינט אלס רבי.

עס איז באקאנט אז דער פריינדשאפט צווישן די ברידער איז געווען זייער נאנט, כאטש זיי האבן ביידע געדינט אין כתר פונעם רבי'ן אין דער זעלבער שטאט. ר' אפרים האט זיך נישט פיל אויסגעצייכנט אין זיין לעבן אלס מנהיג פון א גרויסן קהילה, ווי זיין רבי'ן די תולדות יעקב יוסף, איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן. זיין ברודער פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסן קהילה און אפילו געווען אסאך אויף רייזען אין די פארשידענע שטעטלעך פון אוקראינע, וואו זיינע חסידים האבן געוואוינ, און אסאך פון די מנהיגים פון נעקסטער דור און חסידות, זענען געציילט געווארן צווישן זיינע תלמידים.

אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר יאר ה'תק"ס איז ער אוועק און באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש

נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין די פירערשאפט אין מעזשביזש, זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, האט איבערגענומען זיין שטעלע ווי מגיד מישרים און אדמו"ר אין סאדילקאָוו נאך בחייו.

תקופת חייו של הרב רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרוניםציר הזמן


זיין ספר

Postscript-viewer-blue.svg דגל מחנה אפרים

צען יאר נאך זיין פטירה אין יאר ה'תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט זיינע שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג דעם ספר דעם נאמען "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט ווי אַ ספר יסוד אין חסידות.

פאמיליע

  • זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ.
  • זיין זון רבי יצחק פון קאליס.
  • זיין טאכטער אדל פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סאדילקאוו.

היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו, רבי אריה לייב גלנץ אין מאנסי אין ניו יארק, און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין די בריוו צו זיין שוואגער רבי גרשון פון קיטוב. די בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ג, ד.ה. ווען ער איז געווען צווישן פינף און עלף יאר.
  2. און נישט פון דריטן, אלס תלמיד פון בעש"ט'ס תלמידים.
  3. איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.

רעפערענצן

  1. עס זענען פארהאן עטליכע מיינונגען איבער זיין עלטער אין דער צייט פון זיין זיידע'ס פטירה אום יו"ט שבועות ה'תק"כ. אין "ספר החסידות" פון אברהם כהנא ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אום יאר ה'תק"ב, און אין ספר "החסידות והחסידים" פון שמואל אבא האראדצקי ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אום יאר ה'תק"ח.
  2. נישט געזארגט פאר זיין פרנסה.

קאטעגאריע:משפחת הבעל שם טוב קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות