אלה בן בעשא
אילוסטראציע פון יאר 1553 | |||||||
מדינה | מלכות ישראל | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
נהרג |
ג'י"א תרצה | ||||||
בית בעשא דינאסטיע | |||||||
| |||||||
|
אֵלָה בן בַּעְשָׁא פון שבט יששכר איז געווען דער פערטער קעניג איבער מלכות ישראל אין די צייטן פון אסא מלך יהודה, פון יאר ג'י' ביז יאר ג'י"א[1]. זיין קורצע קעניגרייך ווערט געשילדערט אין מלכים א' טז, ח–יד.
אלה האט איבערגענומען זייט פאטער בעשא, וועלכער האט פארטיליגט בית ירבעם און געגרינדט בית בעשא[2]. די פאטער און זון פון בית בעשא זענען אבער געווען פונקט אזוי זינדיג ווי בית ירבעם, און דער באשעפער האט געשיקט דער נביא יהוא בן חנני אים זאגן אז די סוף פון בית בעשא וועט זיין ווי בית ירבעם, און עס פון זיי גארנישט בלייבן: ”הַמֵּת לְבַעְשָׁא בָּעִיר יֹאכְלוּ הַכְּלָבִים וְהַמֵּת לוֹ בַּשָּׂדֶה יֹאכְלוּ עוֹף הַשָּׁמָיִם” (מלכים א' טז, ד).
די נבואה איז מקוים געווארן אין די צייטן פון אלה, ווען אין זיין צווייטע יאר אויפ'ן טראן איז ער אומגעברענגט געווארן דורך זמרי, זיין רייט־וועגענער גענעראל. דאס האט פאסירט ווען די אידן זענען געווען אויפ'ן שלאכטפעלד קעגן די פלשתים אין גבתון, און זמרי איז געווען אינעם הויפטשטאט תרצה אין די הויז פון ארצא – זיין פארוואלטער, וואו ער האט גע'שיכור'ט. זמרי איז אהין געקומען, און האט אים גע'הרג'עט און זיך זעלבסט געקרוינט אלס קעניג[3]. זמרי האט אויסגע'הרג'עט גאנץ בית בעשא; אלה'ס זין, ברידער, און אנדערע יורשים – כדי עס זאל נישט זיין קיין יורש, און אלע קינדער און פרויען – כדי זיי זאלן זיך נישט קעגנשטעלן דאס קרוינונג פון זמרי[4].
דאס אונטערגאנג פון בית בעשא איז פארגליכן געווארן אין יהוא'ס נבואה צום אונטערגאנג פון בית ירבעם, און זיי האבן טאקע געענדלט אין עטליכע הינזיכטן; ביידע זענען אונטערגעגאנגען ביים צווייטן דור, ביידע אטענטאטן האבן פאסירט אין דער צווייטע יאר פונעם קעניג, און ביידע אינמיטן א מלחמה קעגן די פלשתים אין גבתון[5].
רעפערענצן
מלכי יהודה וישראל | |||||
---|---|---|---|---|---|
פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
מלכי ישראל | איש בושת • ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
בית חשמונאי |
| ||||
מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער |