י"א חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"א חשון איז דער עלפטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער עלפטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
גכה גכז |
זונטאג | וירא |
הכז השא החא השג |
דינסטאג | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
דאנערשטאג | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
שבת | לך לך |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ליקווידאציע פון דער געטא אין אפטא. איבערלעבער האבן באשטימט דעם טאג אלס יום הזכרון פאר אידן אין אפטא.
- ה'תשס"ה – דער כנסת האט געשטימט פאר דער התנתקות פלאן
געבוירן
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – בנימין, דער יונגסטער זון פון יעקב אבינו מיט רחל, אין דעם טאג לויט איין מקור[1] (נפטר ב'שכ"ד אין זעלבן טאג)
- ה'תרל"ט – רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש" (נפטר ה'תשי"ד)
- ה'תרע"ד – רבי נפתלי חיים אדלער, א חסיד'ישער רב און ראש ישיבה, גערופן "דער דזשיקוב-וויזשניצער רבי" (נפטר ה'תשנ"ה)
- ה'תרצ"ד – הרב דוב ליאור, רב פון קרית ארבע און פון די פראמינענטע פוסקים ביי די חרדים לאומיים
- ה'תש"ה – רבי ישעיה טווערסקי, דער טשערנאבילער רבי אין בארא פארק
- ה'תשי"ד – רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסוב-וויזשניצער רבי
יארצייטן
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – רחל אמנו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ב'שכ"ד – בנימין בן יעקב אבינו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ה'תקנ"ח – רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, מחבר פון "מאור עינים" און שטאם פאטער פון די טשערנאבילער גזע (געבוירן ה'ת"צ)
- ה'תרמ"ד – רבי אברהם וויינבערג, דער ערשטער סלאנימער רבי און מחבר פון "יסוד העבודה" (געבוירן ה'תקס"ד)
- ה'תרצ"ו – רבי יהודה לייב חאסמאן, א ראש ישיבה און בעל מוסר, מחבר פון "אור יהל" (געבוירן ה'תרכ"ט)
- ה'תש"ג – רבי משה חיים לאו, רב אין פיעטרקאוו, פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו, אומגעברענגט אין טרעבלינקע (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשס"א – רבי משה לוי, א ספרד'ישער תלמיד חכם, פוסק און מחבר ספרים, מגיד שיעור אין ישיבת כסא רחמים (געבוירן ה'תשכ"א)
- ה'תשע"ב – רבי נתן צבי פינקל, מירער ראש ישיבה (געבוירן ה'תש"ג)