י' חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י' חשון איז דער צענטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צענטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז השא החא השג |
מאנטאג | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
מיטוואך | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
פרייטאג | לך לך |
גכה גכז |
שבת | לך לך |
חגים וזמנים
- לויט איין מקור, איז דער טאג מסוגל פאר א גוטן מזל, און ווען עפעס פאדערט הצלחה איז כדאי דער מענטש זאל עס באשטימען אויף דעם טאג[1].
געשעענישן
- א'תקל"ו – עס ווערט באשטימט די גזירה פון דער מבול, וואס וועט פארקומען 120 יאר שפעטער[2]; נח הייבט אן בויען די תיבה[3].
- א'תרנ"ו – לויט איין שיטה, איז נח אריין אין תיבה אין דעם טאג[4]
- ה'תשנ"ה – א דורכגעפאלענע אקציע דורך סיירת מטכ"ל צו ראטעווען א זעלנער פארכאפט דורך כאמאס
געבוירן
- תרפ"ז – מתושלח, דער זון פון חנוך[5]
- ב'קצ"ז – גד, דער זון פון יעקב אבינו מיט זלפה
- ה'תשכ"ב – בנימין לאו, א דאקטאר אויף תלמוד
- ה'תשכ"ה – רבי יעקב עדס, א תלמיד חכם און מקובל פון ירושלים, א זון פון רבי יהודה עדס, מחבר פון די סעריע ספרים "דברי יעקב"
יארצייטן
- א'תרנ"ו – מתושלח בן חנוך
- ב'שכ"ב – גד בן יעקב אבינו
- ה'תק"י – רבי אריה לייביש אויערבאך פון סטאניסלאוו, א תלמיד פון דער בעל שם טוב
- ה'תרל"ג – רבי מאיר מארים שאפיט, רב אין קאברין, מחבר פון פירוש "ניר" אויף תלמוד ירושלמי
- ה'תרע"ט – רבי צבי הירש הורוויץ, דער צווייטער אדמו"ר פון ראזוואדאוו
- ה'תרצ"ב – רבי נפתלי הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תשט"ו – רבי שלמה זלמן פינס, א למדן און מחבר פון פילע ספרים (געבוירן ה'תרל"ד)
- ה'תשכ"ו – רבי דוב בעריש וויידנפעלד, טשעבינער רב און גרינדער פון טשעבינער ישיבה, מיטגליד פון מועצת גדולי התורה (געבוירן ה'תרמ"א)
- ה'תשע"ב – רבי דב שווארצמאן, ראש ישיבת בית התלמוד אין ירושלים, אן איידעם פון רבי אהרן קאטלער (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תשפ"ב – הערץ פרענקל, דער פרינציפל פאר לימודי חול אין סאטמארער שולע אין וויליאמסבורג, און ענגלישער ווארטזאגער פאר סאטמאר אין פארשידענע געלעגנהייטן
רעפערענצן
- ↑ רבי חיים פאלאדזשי, צדקת חיים, עמוד תקל"ב
- ↑ רש"י, בראשית ו, ג
- ↑ רש"י, בראשית ו, יד. לויט אן אנדערע שיטה האט נח אנגעהויבן בויען די תיבה אין די לעצטע פינף יאר איידער דער מבול (ספר הישר, געברענגט אין סדר הדורות שנת אלף תרנ"ו).
- ↑ פרקי דרבי אליעזר פרק כ"ג. דער מבול זעלבסט האט זיך אנגעהויבן, לשיטת רבי אליעזר, אום י"ז חשוון - זיבן טעג שפעטער.
- ↑ רבי שלמה בן שם טוב גבאי, עבד שלמה, אויף בראשית ז, ד