רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער "דגל"
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
געבורט מעזשביזש
פטירה
מעזשביזש
מקום קבורה מעזשביזש
רבי'ס בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה
ספרים דגל מחנה אפרים
די בית המדרש אין סאדילקאוו

רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סאדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.

ביאגראפיע

געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, די טאכטער פונעם בעל שם טוב, אין שטאט מעזשביזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. עטליכע מיינונגען זענען פארהאן איבער דאס יאָר פון זיין געבורט[1]. אלס קינד האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[א].

נאכן די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און מערסטנס ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער מחבר פון תולדות יעקב יוסף. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.

האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סאדילקאוו וואס איז דערנעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורט'ס ארט, דארט האט ער שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאם מיט ארעמקייט נאך וואס די קהילה איז אים נישט בייגעקומען וואס סאיז זיך אים געקומען[2], און אום יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורט'ס ארט ווי זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי, צוליב דעם האט ער זיך געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן, און האט אויך דארט געדינט אלס רבי.

עס איז באקאנט אז דער פריינדשאפט צווישן די ברידער איז געווען זייער נאנט, כאטש זיי האבן ביידע געדינט אין כתר פונעם רבי'ן אין דער זעלבער שטאט. ר' אפרים האט זיך נישט פיל אויסגעצייכנט אין זיין לעבן אלס מנהיג פון א גרויסן קהילה, ווי זיין רבי'ן די תולדות יעקב יוסף, איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן. זיין ברודער פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסן קהילה און אפילו געווען אסאך אויף רייזען אין די פארשידענע שטעטלעך פון אוקראינע, וואו זיינע חסידים האבן געוואוינ, און אסאך פון די מנהיגים פון נעקסטער דור און חסידות, זענען געציילט געווארן צווישן זיינע תלמידים.

אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר יאר ה'תק"ס איז ער אוועק און באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש.

נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין די פירערשאפט אין מעזשביזש, זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, האט איבערגענומען זיין שטעלע ווי מגיד מישרים און אדמו"ר אין סאדילקאָוו נאך בחייו.

תקופת חייו של הרב רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרוניםציר הזמן


זיין ספר

Postscript-viewer-blue.svg דגל מחנה אפרים

צען יאר נאך זיין פטירה אין יאר ה'תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט זיינע שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג דעם ספר דעם נאמען "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט ווי אַ ספר יסוד אין חסידות.

פאמיליע

  • זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ.
  • זיין זון רבי יצחק פון קאליס.
  • זיין טאכטער אדל פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סאדילקאוו.

היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו, רבי אריה לייב גלנץ אין מאנסי אין ניו יארק, און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ג, ד.ה. ווען ער איז געווען צווישן פינף און עלף יאר.
  2. איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.

רעפערענצן

  1. אין "ספר החסידות" פון אברהם כהנא ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, און אין ספר "החסידות והחסידים" פון שמואל אבא האראדעצקי ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח
  2. נישט געזארגט פאר זיין פרנסה.

קאטעגאריע:משפחת הבעל שם טוב קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות