אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניקאלא מאקיאוועלי"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ניקאלא מאקיאוועלי צו רוי:ניקאלא מאקיאוועלי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:ניקולו מקיאוולי) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ניקולו מקיאוולי]] |
רעוויזיע פון 15:23, 20 אפריל 2023
ניקאלא די בערנאַרדא דע מאַקיאַוועלי (3טן מאי 1469 - 21סטן יוני 1527) איז געווען אן איטאליענישער היסטאריקער, פילאזאף, הומאניסט, שרייבער און דראמאטורג אין פירענצע בשעת דעם רענעסאנס. ער איז באקאנט ווי דער פארפאסער פון דער פרינץ, וואס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף פאליטיק.
ביאגראפיע
ניקאלא מאקיאוועלי איז געבוירן דעם 3טן מאי 1469 אין פירענצע (היינט איטאליע) דער ערשטער זון (און דאס דריטע קינד) פון בערנארדא די ניקאלא מאקייאוועלי, אן אדוואקאט, און זיין ווייב בארטאלאמיע דע סטעפאנא נעלי. זיינע חברים אין פירענצע אין זיינע יונגע יארן זענען געווען מענשטן וואס האבן ליב געהאט שיינע קליידער און רעדן שיין.
אין 1494 האט פראנקרייך אינוואדירט איטאליע און פארטריבן פון פירענצע די מעדיטשי פאמיליע וואס האט געהערשט איבער דער שטאט. מ'האט אויפגעשטעלט אין פירענצע א רעפןבליק, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1512. אין די יארן איז מאקיאוועלי געווען א דיפלאמאט פון דער רעפובליק אין פארשידענע לענדער.
פון 1521 ביז 1525 האבן די מעדיטשי געהערשט נאכאמאל אין פירענצע. ווען מ'האט זיי פארטריבן אין 1525, האט מאקיאוועלי זיך צוריקגעצויגן אין פירענצע, זוכנדיק זיין אלטן דיפלאמאטישן אמט. ער איז אבער קראנק געווארן, און אינעם 21סטן יוני 1527 איז ער געשטארבן ביי דער עלטער פון 58.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!