אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלברעכט דירער"
ק (החלפת טקסט – "גרענעץ" ב־"גרעניץ") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אלברעכט דירער צו רוי:אלברעכט דירער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:16, 8 יאנואר 2023
אַלברעכט דירער (21סטן מאי 1471 - 6טן אפריל 1528) איז געווען אַ דייטשער מאָלער פון נירנבערג פון דער צייט פונעם רענעסאַנס. ער איז געווען א גרויסער געלערנער וואס איז געווען פעאיק אין מאטעמאטיק, געאמעטריע, גאלדשמיט־פאך, מוזיק, און פארשונג אין פראפארציע, פערספעקטיוו, אנאטאמיע, און ער האט אויך געפלאנעוועט פלי־מיטל.
מען האט אים גערופן דעם "לעאנארדא פונעם צפון".
לעבנסגעשיכטע
דירער איז געבוירן געווארן אין נירנבערג וואו ער האט געוואוינט דעם גרעסטן טייל פון זיין לעבן. זיין פאטער, אלברעכט, וואס האט אימיגרירט פון אונגארן אינמיטן דעם 15טן יארהונדערט, איז געווען א גאלדשמיט און זיין מוטער, בארבארא (האלפער) איז געווען א לאקאלע. אלברעכט איז געווען דער דריטער פון אכצן קינדער. זיין פאטער האט אויסגעקליבן א משפחה־נאמען וואס דערמאנט דאס דארף פון זיין געבורט, אייטאש, דזשולע געגנט, ביים היינטיגן גרעניץ מיט רומעניע. אייטאש (אונגאַריש: ajtós) איז טייטש א טירער, און אויפן נירבערגער דיאלעקט, דירער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!