רוי:צייט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן. מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט, למשל "ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף", אדער "נאכ'ן וועלטס קריג". די קאלענדאר מעסט צייט לויט די פאזיציעס פון הימלישע עלעמענטן, למשל "ווען די לבנה איז געווען גאנץ", אדער "פינף גאנצע לבנות צירוק". זייגערס מעסטן צייט לויט ווי לאנג עס דויערט פאר מעכאנישע, עלעקטראנישע, אדער נוקלעארע רעאקציעס צו געשען. די מאס פון זייגערס איז צוטיילט אויף סקונדעס וואס איז באזירט אויף חלקים פון א "טאג" וואס איז באזירט אויף די געשעענישן פון טונקעלקייט און ליכטיגקייט אויף אונזער פלאנעט.

פסיכילאגישע צייט

פסיכילאגישע צייט, איז די צייט וואס מענטשן שפירן מיטן מח, דאס קען אויסקוקען ווי עס לויפט שנעלער אדער שטייטער - אפילו ווען לויטן זייגער איז עס די זעלבע לאנג. דאס איז נישט די זעלבע פארקורצערינג און פארלענגערינג פון צייט ווי די רעלאטיווע צייט פון איינשטיין'ס טעאריע, וואס מען קען מעסטן מיט צוויי זייגערס.

צייט איז א חלק פון דער בריאה, בעפאר די בריאה איז נישט געווען אזא מין מושג פון צייט[מקור פארלאנגט].

איינשטיינ'ס טעאריע

אלבערט איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבונדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט די טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער וואו עס איז דא א שטארקע קראפט פון גראוויטאציע. אויך גייט די צייט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אוביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.

אידישקייט

רעפערענצן

  1. דף נ"ט עמוד ב.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!