רוי:טעאריע פון רעלאטיוויטעט
טעאריע פון רעלאטיוויטעט זענען צוויי טעריעס.
ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון אלבערט איינשטיין איז געבויט אויף דער טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון גאלילעא לויט וואס באוועגונג איז אלעמאל רעלאטיוו. איינשטיין האט געענדערט די טעאריע פון גאלילעא בעיקר ביי הויכע גיכן. אריינגעבויט אין דער טעריע איז אז ליכט פארט שטענדיג מיט דעם זעלבן גיך, נישט קיין אונטערשיט ווי גיך פארט דער מענטש וואס טוט אים מעסטן. מען האט דאס באשטעטיגט אין דעם באוואוסטן עקספערימענט פון מיכאלסאן-מארלי.
איינער פון די קאנסעקווענצן פון דער טעאריע איז אז זאכן ווערן קירצער וואס גיכער זיי גייען. דאס טוט מען באמערקן נאר ביי גאר הויכע גיכן.
אלבערט איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבינדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט דער טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.
א קאנסעקווענץ פון דער טעאריע איז אז מאס איז רעלאטיוו צו ענערגיע E=mc², און די מאטריאל קען פארוואנדלט ווערן צו ענערגיע צ. ב. נוקלעארע ענערגיע פון אוראניום אדער די זון שטראלן.
דער צווילינג משל
לויט איינשטיין'ס טעאריע קען אויסקומען דער פאלגנדער משל מיט די צווילינג: אויב צוויי ברודער ווערן געבוירן אויף דער וועלט אין דער זעלבער צייט. לאמיר זיי רופן ראובן און שמעון. איין טאג פליט ראובן ארויף מיט א ראקעט וואס פארט גאר שנעל (קרוב צו דער גיך פון ליכט). פאר ראובן שפירט עס ווי ער פליט פאר אפאר סעקונדעס, און זיין זייגער ווייזט אויך אזוי. ווען ראובן קומט צוריק אראפ, טרעפט ער שמעון אן אלטן מענטש, און שמעון זאגט אים אז ער האט געווארט פאר אים פופציג יאר. וויבאלט ראובן איז געפארן גאר שנעל, איז צייט פאר אים געגאנגען אסאך שטייטער ווי די צייט פון שמעון וואס איז נישט געפארן אזוי שנעל.
נאסא'ס פראבע
נאס"א האט אויספרובירט איינשטיין'ס טעאריע מיט צוויי אטאמישע זייגערס וואס מען האט אנגעשטעלט אויף גענוי דער זעלבער צייט. איין זייגער האט מען ארויפגעשיקט מיט א ראקעט וואס איז געפארן זייער שנעל (אבער נישט גענוג שנעל אז דער חילוק אין צייט זאל קענען באמערקט ווערן דורך מענטשן). ווען מען האט צוריק אראפגעברענגט דעם זייגער און אים פארגלייכט מיט דעם אנדערן האט מען געזען אז ער איז טאקע אנדערש מיט א חלק פון א סעקונדע, גענוי וויפיל עס וואלט געדארפט זיין לויט דער טעאריע פאר דער שנעלקייט מיט וואס דער ראקעט איז געפארן.
אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז געשאפן דורך אלבערט איינשטיין (פאר וועלכע ער האט באקומען דעם נאבעל־פריז). די טעאריע איז, אז צייט מיט פלאץ (געשפרייט) זענען רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס איז איין מאטריאל געפלאכטן אינאיינעם, צום ביישפיל אזוי ווי מען מעסט א זאך די לענג און די ברייט, אזוי ווערט עקזיסטענץ געמאסטן דורך צייט (ווען, פון ווען, ביז ווען) און פלאץ (וואו, פון וואו, ביז וואו) אבער עס איז איין זאך, און אז דאס ווערט געשאפן דורך גראוויטאציע פון א מאסיווער אביעקט (צום ביישפיל די ערד) וואס שאפט א בייג אין דעם ליידיגן צייט/פלאץ אז עס זאל יא עקזיסטירן צייט/פלאץ.
שווארצשילד־מעטריק
די ערשטע לייזונג וואס מען האט פארגעשלאגן צו דער גלייכונג האט דער פיזיקער קארל שווארצשילד געגעבן. די לייזונג שילדערט די קרומקייט פון א רוים ארום א ספערישן שטערן, און ווען מען דער שטערן ווערט גענוג צעקוועטשט טוט די לייזונג פאראויסזאגן דאס עקזיסטענץ פון א שווארצער לאך. מיט דער הילף פון דער דאזיגער לייזונג קען מען דעפינירן א שווארצע לאך ווי א קערפער מיט א שווער פעלד אזוי שטארק אז אפילו ליכט קען אנטלויפן דערפון. דער שווארצשילד־מעטריק איז צוגעפאסט צו א שווארצע־לאך וואס איז נישט אנגעלאדן און דרייט זיך ניש.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!