אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרובה"

663 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
ק ((diffedit))
(←‏ספּעציעלע קרובות: רעדאגירונג)
שורה 55: שורה 55:


===ספּעציעלע קרובות===
===ספּעציעלע קרובות===
א ספּעציעלע סארט קרובה איז באשטימט פארן מוסף פון ערשטן טאג פסח און שמיני עצרת, 'תפלת טל' און 'תפלת גשם'; זיי דערגרייכן נאר ביז מיטן צווייטן ברכה, ביז משיב הרוח ד. ה. ביז דעם פונקט אין די אָנהייב פון די תפילה וואו די דערמאנונג פון טוי אדער רעגן קומט פאָר. עס זענען געווען עטליכע אזעלכע קאמפּאזיציעס, אבער נאר די קליר'ס זענען, ווי ווייט מיר ווייסן, טאקע גענוצט געווארן אין דאווענען. זיי אנטהאלטן ערשט צוויי סטראָפן פון פינף שורות, פון וועלכע איינער ווערט אריינגעלייגט פאר מגן אברהם, דער צווייטער גלייך נאך אתה גבור; דער צווייטער ווערט נאכגעפאלגט פיר לאנגע אלפאבעטישע שטיק, פון וועלכע די ערשטע איז א סארט רשות, די צווייטע (א"ב) און די דריטע (תשר"ק) געבן א היסטארישע איבערבליק פון די תנ"ך נסים פון טוי און רעגן, אין ביידע פּסוקים ענדיגן זיך מיט ענטשפּרעכנדע פסוקים ("ככתוב"); דער פערטער באשטייט פון 22 סטראָפן פון טאָפּלטע פיר-שורה'דיגע שטיקלעך, צוויי סטראָפן אימער געווידמעט די בקשה פון טוי און רעגן פאר יעדער חודש, איינער פארבונדן מיט די נאמען פון די חודש, די אנדערע צו זיין מזל אין די י"ב מזלות און צו די צוועלף שבטים; די גאנצע ווערט ענדליך פארענדיגט מיט א קורצע בקשה פאר טוי אדער רעגן, וואס ענדיגט זיך מיט "שאתה הוא ה' א' משיב הרוח וגו'"{{הערה|עלבויגן, גאטעסדינסט, ז' 214}}.
א ספּעציעלע סארט קרובה, 'תפלת טל' און 'תפלת גשם', איז באשטימט פארן מוסף פון ערשטן טאג פסח און שמיני עצרת, ווען מען ענדערט די נוסח התפילה, ווינטער דערמאנט איבער רעגן "מוריד הגשם" און זומער טוישט מען דאס אויף "מוריד הטל". די סארט קרובה הייבט זיך אן מיט א קורצע פיוט אויפ'ן ערשטן ברכה, און ביים אנהייב פון צווייטן ברכה ווערט עס פארלענגערט מיט פיוטים וואס פירן אריין צו די ווערטער "משיב הרוח ומוריד הגשם" אדער "הטל". עס זענען געווען עטליכע אזעלכע קאמפּאזיציעס, אבער אין די מחזורים און אין די מנהגים פון די קהילות טרעפט מען בלויז דעם קליר'ס. סיי דער טל און סיי דער גשם פונעם קליר זענען געבויט מיטן זעלבן סיסטעם, דער "מגן" באשטייט פון א קורצער סטראָף פון פינף שורות, און דאס זעלבע מיט'ן "מחיה"; דערנאך ווערט נאכגעפאלגט פיר לענגערע פיוטים, דער ערשטער פון זיי איז א סארט רשות, דער צווייטער און דריטער, וואס זענען לויט די אקראסטיך פון א"ב און תשר"ק, שילדערן די נסים פון טוי און רעגן פון תנ"ך און מדרשים, ביידע פון זיי פירן אויס מיט א רייע פסוקים ("ככתוב"); דער פערטער איז א קונסטליכער פיוט וואס לויפט אריבער אלע 12 חדשים, עס באשטייט פון 22 סטראָפן פון פיר געדאפלטע-פערזן, יעדע צוויי סטראָפן זענען געווידמעט אויף די בקשה פון טוי און רעגן פאר אן אנדערן חודש, איינס איז פארבונדן מיטנאמען פונעם חודש, און דער אנדערער צום מזל פון יענעם חודש און צו די צוועלף שבטים; דער פיוט ווערט פארענדיגט מיט א קורצע בקשה פאר טוי אדער רעגן, וואס פירט אריין צו די ווערטער "שאתה הוא ה' א' משיב הרוח וגו'"{{הערה|עלבויגן, גאטעסדינסט, ז' 214}}.


אריגינעל זענען [[סליחות]] און [[קינות]] אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער. די קרובות פאר ראש השנה און יום הכפורים האבן באקומען פארשידענע הוספות, ווי די 'תקיעות' און די '[[עבודה (יום כיפור)|עבודה]]'.
אריגינעל זענען [[סליחות]] און [[קינות]] אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער. די קרובות פאר ראש השנה און יום הכפורים האבן אויסגעשפרייט אויף באזונדערע טיילן פון די חזרת הש"ץ וואס זענען פארבינדן מיט'ן ספעציעלקייט פונעם טאג, ווי די 'תקיעות' און 'מלכיות זכרונות ושופרות' פיוטים פון ראש השנה, און די '[[עבודה (יום כיפור)|עבודה]]' פון יום כיפור.


==הלכה'דיגער פּאלעמיק==
==הלכה'דיגער פּאלעמיק==