4,450
רעדאגירונגען
ק (הגהה) |
|||
| שורה 25: | שורה 25: | ||
'''שָׁאוּל המלך''' איז געווען דער ערשטער [[קעניג]] ביי כלל ישראל (ב'תתפ"ב-ב'תתפ"ד), וועלכער איז געקרוינט געווארן דורך [[שמואל הנביא]] אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטער. אויספירנדיג איינער פון די צילן פון זיין קרוינונג, האט ער דורכאויס זיין קעניגרייך געקעמפט קעגן פלשת און אנדערע פעלקער צו באשיצן און באפעסטיגן ארץ ישראל. ער ווערט באצייכנט אין [[חז"ל]] אלס א שיין-אויסזעענדער מאן, און ווי א גרויסער צדיק און עניו. | '''שָׁאוּל המלך''' איז געווען דער ערשטער [[קעניג]] ביי כלל ישראל (ב'תתפ"ב-ב'תתפ"ד), וועלכער איז געקרוינט געווארן דורך [[שמואל הנביא]] אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטער. אויספירנדיג איינער פון די צילן פון זיין קרוינונג, האט ער דורכאויס זיין קעניגרייך געקעמפט קעגן פלשת און אנדערע פעלקער צו באשיצן און באפעסטיגן ארץ ישראל. ער ווערט באצייכנט אין [[חז"ל]] אלס א שיין-אויסזעענדער מאן, און ווי א גרויסער צדיק און עניו. | ||
נאך וואס שאול האט נישט געפאלגט גאט'ס באפעל אויסצו'הרג'ענען אלע [[עמלקים]] איז ער | נאך וואס שאול האט נישט געפאלגט גאט'ס באפעל אויסצו'הרג'ענען אלע [[עמלקים]] איז ער פאראכט געווארן ביים אויבערשטן, און שמואל הנביא האט געזאלבט [[דוד]] אלס קעניג אנשטאט אים. עטליכע עפיזאדן, צווישן זיי [[די קאמף קעגן גלית]] און שאול'ס שווערע גיסטעס, האבן פארגעשטעלט דוד המלך צום קעניגליכן הויף, און ער האט עווענטועל געהייראט [[מיכל]], א טאכטער פון שאול. די באציאונגען צווישן דוד און שאול האבן זיך אלץ פארערגערט, שאול האט געוואלט הרג'ענען דוד'ן, און האט אים נאכגעיאגט א לענגערע תקופה. ביי איין פאל האט שאול ערלויבט [[דואג האדומי]] אויסצו'הרג'ענען אלע כהנים פון [[נוב]] צוליב זייער שטיצע פאר דוד. | ||
נאך שמואל הנביא'ס פטירה איז שאול ארויס אין א ברייטערע קריג קעגן פלשת, אבער ווען שאול האט אנגעפרעגט דורך א [[בעלת אוב]] פון שמואל דערוועגן, האט ער אים אינפארמירט אז ער וועט פארלירן די שלאכט און פאלן פאר די פלשתים. שאול און דריי פון זיינע זון זענען געפאלן אינעם שלאכט, און די פלשתים האבן פארכאפט און פארשוועכט זייערע קערפער. נאך שאול האט דוד געקעניגט אין [[חברון]], אין דער צייט וואס שאול'ס זון [[אישבושת]] האט געוועלטיגט איבער די איבריגע פון [[ארץ ישראל]]. זיבן פון שאול'ס קינדער און אייניקלעך זענען אומגעברענגט געווארן דורך די [[גבעונים]] אלס נקמה פאר זיין שלעכטע באציאונג צו זיי. פון זיינע אייניקלעך זענען [[שמעי בן גרא]], [[מרדכי הצדיק]], און [[אסתר המלכה]]. | נאך שמואל הנביא'ס פטירה איז שאול ארויס אין א ברייטערע קריג קעגן פלשת, אבער ווען שאול האט אנגעפרעגט דורך א [[בעלת אוב]] פון שמואל דערוועגן, האט ער אים אינפארמירט אז ער וועט פארלירן די שלאכט און פאלן פאר די פלשתים. שאול און דריי פון זיינע זון זענען געפאלן אינעם שלאכט, און די פלשתים האבן פארכאפט און פארשוועכט זייערע קערפער. נאך שאול האט דוד געקעניגט אין [[חברון]], אין דער צייט וואס שאול'ס זון [[אישבושת]] האט געוועלטיגט איבער די איבריגע פון [[ארץ ישראל]]. זיבן פון שאול'ס קינדער און אייניקלעך זענען אומגעברענגט געווארן דורך די [[גבעונים]] אלס נקמה פאר זיין שלעכטע באציאונג צו זיי. פון זיינע אייניקלעך זענען [[שמעי בן גרא]], [[מרדכי הצדיק]], און [[אסתר המלכה]]. | ||
| שורה 87: | שורה 87: | ||
בשעת'ן זאלבן שאול פריוואטערהייט, האט שמואל אים שוין געהייסן ארויסגיין אין מלחמה קעגן פלשת, און דערביי אנגעזאגט צו גיין קיין [[גלגל]] און ווארטן דארט א וואך ביז ער וועט אנקומען און מקריב זיין א [[שלמים]]{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|י|ח}}.}}. שאול האט אזוי געטון, אבער ווען שמואל האט זיך פארזוימט און דאס פאלק האט שוין אנגעהויבן אוועקגיין פון שאול, אויס מורא פאר די פלשתים, האט שאול אליין מקריב געווען דעם [[קרבן]]. שמואל איז אנגעקומען באלד נאך וואס שאול האט געענדיגט מקריב זיין דעם קרבן, און ער איז נישט געווען צופרידן מיט שאול'ס טאט. ער האט אים געזאגט אז ער האט זיך באנארישט, און אז אצינד וועט זיין קעניגליכע [[דינאסטיע]] נישט אנהאלטן, נאר א צווייטער וועט איבערנעמען{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|יג|ח|יד}}.}}. | בשעת'ן זאלבן שאול פריוואטערהייט, האט שמואל אים שוין געהייסן ארויסגיין אין מלחמה קעגן פלשת, און דערביי אנגעזאגט צו גיין קיין [[גלגל]] און ווארטן דארט א וואך ביז ער וועט אנקומען און מקריב זיין א [[שלמים]]{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|י|ח}}.}}. שאול האט אזוי געטון, אבער ווען שמואל האט זיך פארזוימט און דאס פאלק האט שוין אנגעהויבן אוועקגיין פון שאול, אויס מורא פאר די פלשתים, האט שאול אליין מקריב געווען דעם [[קרבן]]. שמואל איז אנגעקומען באלד נאך וואס שאול האט געענדיגט מקריב זיין דעם קרבן, און ער איז נישט געווען צופרידן מיט שאול'ס טאט. ער האט אים געזאגט אז ער האט זיך באנארישט, און אז אצינד וועט זיין קעניגליכע [[דינאסטיע]] נישט אנהאלטן, נאר א צווייטער וועט איבערנעמען{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|יג|ח|יד}}.}}. | ||
א צייט שפעטער ביי די מלחמה קעגן [[עמלק]], איז שאול געווארן באאויפטראגט דורך שמואל אינגאנצן אויסצוראטן עמלק, אריינגערעכנט קינדער און פרויען און אלע [[בהמות]]. שאול האט מאביליזירט א גרויסע מיליטער פון אידן, געווארנט די קיני זיך אפצוטון פון עמלק, און שטארק באזיגט די עמלקים, כאפנדיג [[אגג]] דער עמלק'ישער קעניג לעבעדיג. ער האט אבער נישט גע'הרג'עט אגג, און ער האט אויך געשוינט די בהמות. ווען שמואל האט זיך דערוואוסט אז שאול האט נישט אינגאנצן אויסגעפאלגט וואס מען האט אים באפוילן, האט ער אים געזאגט אז וויבאלד ער האט | א צייט שפעטער ביי די מלחמה קעגן [[עמלק]], איז שאול געווארן באאויפטראגט דורך שמואל אינגאנצן אויסצוראטן עמלק, אריינגערעכנט קינדער און פרויען און אלע [[בהמות]]. שאול האט מאביליזירט א גרויסע מיליטער פון אידן, געווארנט די קיני זיך אפצוטון פון עמלק, און שטארק באזיגט די עמלקים, כאפנדיג [[אגג]] דער עמלק'ישער קעניג לעבעדיג. ער האט אבער נישט גע'הרג'עט אגג, און ער האט אויך געשוינט די בהמות. ווען שמואל האט זיך דערוואוסט אז שאול האט נישט אינגאנצן אויסגעפאלגט וואס מען האט אים באפוילן, האט ער אים געזאגט אז וויבאלד ער האט פאראכט דעם באפעל פונעם באשעפער, האט דער באשעפער אים פאראכט, און זיין קעניגרייך וועט געגעבן ווערן פאר א פאסיגערן מאן{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|טו}}.}}. דער באשעפער האט טאקע דאן באפוילן שמואל צו גיין זאלבן דוד אנשטאט שאול{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|טז|א}}.}}. | ||
=== שאול מיט דוד === | === שאול מיט דוד === | ||
| שורה 94: | שורה 94: | ||
אלץ רעזולטאט פון דעם וואס דוד איז געזאלבט געווארן, פלעגט א שלעכטע גייסט קומען צו שאול, און זיינע שטוב מענטשן האבן געזוכט אן עצה דאס צו אדרעסירן. זיי האבן פארגעשלאגן צו ברענגען "א זון פון [[ישי]]" וואס קען שיין שפילן מוזיק, ער זאל מיט זיין מוזיק בארואיגן דעם קעניג. נאכ'ן באקומען ישי'ס צושטימונג איז דוד געגאנגען זיך אויפהאלטן ביי שאול צו שפילן ווען דער גייסט איז אנגעקומען{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|טז}}.}}. | אלץ רעזולטאט פון דעם וואס דוד איז געזאלבט געווארן, פלעגט א שלעכטע גייסט קומען צו שאול, און זיינע שטוב מענטשן האבן געזוכט אן עצה דאס צו אדרעסירן. זיי האבן פארגעשלאגן צו ברענגען "א זון פון [[ישי]]" וואס קען שיין שפילן מוזיק, ער זאל מיט זיין מוזיק בארואיגן דעם קעניג. נאכ'ן באקומען ישי'ס צושטימונג איז דוד געגאנגען זיך אויפהאלטן ביי שאול צו שפילן ווען דער גייסט איז אנגעקומען{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|טז}}.}}. | ||
שפעטער האבן זיך די פלשתים צוזאמגענומען צו גיין אין מלחמה קעגן די אידן, און א שטארקער ריז מיט'ן נאמען [[גלית]] האט געשפעט פון די אידן און גערופן איינער פון זיי פאר א [[דועל]]. קלאנגען האבן קורסירט אז דער קעניג וועט רייך מאכן דער וואס וועט אים באזיגן, און אים געבן זיין טאכטער פאר א ווייב. דוד האט זיך געוואגטערהייט צוגעשטעלט; ער איז געגאנגען צום קאמף אן קיין געווער אדער פאנצער נאר בלויז מיט שטיינער און האט אים איבער־נאטירליך באזיגט. די אידן האבן שטארק צעקלאפט די פלשתים אין די נאכפאלגנדע שלאכט. [[יונתן]], דער זון פון שאול, האט שטארק ליב באקומען דוד, און אים געשאנקען זיין אייגענע געווער; די פרויען האבן באזינגען דוד'ן, "שאול האט געשלאגן אין זיינע טויזנטער, און דוד אין זיינע צען טויזנטער". ווי פארשפראכן, האט שאול געאפערט זיין טאכטער [[מירב]] פאר דוד, אבער דוד האט עס | שפעטער האבן זיך די פלשתים צוזאמגענומען צו גיין אין מלחמה קעגן די אידן, און א שטארקער ריז מיט'ן נאמען [[גלית]] האט געשפעט פון די אידן און גערופן איינער פון זיי פאר א [[דועל]]. קלאנגען האבן קורסירט אז דער קעניג וועט רייך מאכן דער וואס וועט אים באזיגן, און אים געבן זיין טאכטער פאר א ווייב. דוד האט זיך געוואגטערהייט צוגעשטעלט; ער איז געגאנגען צום קאמף אן קיין געווער אדער פאנצער נאר בלויז מיט שטיינער און האט אים איבער־נאטירליך באזיגט. די אידן האבן שטארק צעקלאפט די פלשתים אין די נאכפאלגנדע שלאכט. [[יונתן]], דער זון פון שאול, האט שטארק ליב באקומען דוד, און אים געשאנקען זיין אייגענע געווער; די פרויען האבן באזינגען דוד'ן, "שאול האט געשלאגן אין זיינע טויזנטער, און דוד אין זיינע צען טויזנטער". ווי פארשפראכן, האט שאול געאפערט זיין טאכטער [[מירב]] פאר דוד, אבער דוד האט עס אפגעזאגט{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|יז}}-{{תנ"ך|שמואל א|יח|יט}}.}}. | ||
דאס אלץ האט געברענגט אז שאול זאל פיינט באקומען דוד אויס מורא אז ער וועט פון אים צונעמען די קעניגרייך. דער קומענדיגער מאל א שלעכטע גייסט איז געקומען אויף שאול, האט שאול צוויי מאל פרובירט צו ווארפן א שפיז אויף דוד אים אומצוברענגען, אבער דוד האט עס אויסגעמיטן. שאול האט אוועק געשיקט דוד פון פאר אים, און אים געשטעלט אלס גענעראל אין זיין מיליטער. דוד איז אלץ געווארן מער געלונגען, און דערמיט שאול אלץ מער פיינטליך צו אים. שאול האט באפוילן זיינע קנעכט איבערצורעדן דוד אנצונעמען אן אנבאט צו הייראטן זיין טאכטער מיכל אין אויסטויש פאר הונדערט עָרְלוֹת פון די פלשתים. אבער אנדערש ווי שאול האט גערעכנט, האבן די פלשתים נישט אומגעברענגט דוד, נאר ער האט פון זיי גע'הרג'עט צוויי הונדערט און געברענגט די ערלות פאר שאול{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|יח|ט}}-{{תנ"ך|שמואל א|יח|ל}}.}}. | דאס אלץ האט געברענגט אז שאול זאל פיינט באקומען דוד אויס מורא אז ער וועט פון אים צונעמען די קעניגרייך. דער קומענדיגער מאל א שלעכטע גייסט איז געקומען אויף שאול, האט שאול צוויי מאל פרובירט צו ווארפן א שפיז אויף דוד אים אומצוברענגען, אבער דוד האט עס אויסגעמיטן. שאול האט אוועק געשיקט דוד פון פאר אים, און אים געשטעלט אלס גענעראל אין זיין מיליטער. דוד איז אלץ געווארן מער געלונגען, און דערמיט שאול אלץ מער פיינטליך צו אים. שאול האט באפוילן זיינע קנעכט איבערצורעדן דוד אנצונעמען אן אנבאט צו הייראטן זיין טאכטער מיכל אין אויסטויש פאר הונדערט עָרְלוֹת פון די פלשתים. אבער אנדערש ווי שאול האט גערעכנט, האבן די פלשתים נישט אומגעברענגט דוד, נאר ער האט פון זיי גע'הרג'עט צוויי הונדערט און געברענגט די ערלות פאר שאול{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|יח|ט}}-{{תנ"ך|שמואל א|יח|ל}}.}}. | ||
רעדאגירונגען