אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי טווערסקי"
שורה 32: | שורה 32: | ||
| דינאסטיע = צווייטער | | דינאסטיע = צווייטער | ||
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | שם התפקיד = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי | למניין = צווייטער | התחלת כהונה = [[י"א חשוון]] [[ה'תקנ"ח]] | סיום כהונה = [[כ' אייר]] [[תקצ"ז]] | הקודם בתפקיד = [[רבי מנחם נחום טווערסקי]] | הבא בתפקיד = '''[[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]] ([[טשערנאבל]])''' }} | | תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | שם התפקיד = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי | למניין = צווייטער | התחלת כהונה = [[י"א חשוון]] [[ה'תקנ"ח]] | סיום כהונה = [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]] | הקודם בתפקיד = [[רבי מנחם נחום טווערסקי]] | הבא בתפקיד = '''[[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]] ([[טשערנאבל]])''' }} | ||
| תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{טקסט מוקטן|[[רבי משה טווערסקי|רבי משה]] ([[קאריסטשאוו]])}}}} | | תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{טקסט מוקטן|[[רבי משה טווערסקי|רבי משה]] ([[קאריסטשאוו]])}}}} | ||
| תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{טקסט מוקטן|[[רבי יעקב ישראל טווערסקי|רבי יעקב ישראל]] (טשערקאס)}}}} | | תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{טקסט מוקטן|[[רבי יעקב ישראל טווערסקי|רבי יעקב ישראל]] (טשערקאס)}}}} |
רעוויזיע פון 08:10, 9 מאי 2023
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך) קיעוו | ||||
מקום קבורה | אנאטיווקא | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תקופת הפעילות | י"א חשוון ה'תקנ"ח – כ' אייר ה'תקצ"ז (39 יאָרן) | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | צווייטער | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
רבי מרדכי טווערסקי, (ווערט אנגערופן: טשערנאבילער מגיד; ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט.
ביאגראפיע
געבורן געווארן ה'תק"ל אין טשערנאביל צו זיין מאמע שרה און זיין טאטע רבי מנחם נחום טווערסקי תלמיד פון בעש"ט און פון רבי דוב בער פון מעזריטש און שרריבער פון ספר "מאור עינים".
האט חתונה געהאט צו חיה שרה טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, און האט געהאט מיט איר דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא טאכטער פון רבי דוד לייקעס תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט אירע איינוואוינער זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאַמיליע נאמען, האָט רבי מרדכי אויסגעקליבן דעם נאָמען טווערסקי באווייזנדיג אויף דער שטאָט טבריה, וואו ס'האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.
ר' מרדכי האט געהאט גאר אסאך חסידים, און אסאך שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים.
די דברי תורה וואס ער האט דערעדט זענען פארעפנטלעכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין יאר ה'תשנ"א איז דאָס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ רעוויזירטער אויסגאַבע
רבי מרדכי איז אוועק אין קיעוו אום כ' אייר ה'תקצ"ז[א], בעפאר דעם האט ער אליינס שוין באשטעטיגט דעם דערנעבנדיגער דארף אנאטיווקא אויף צו דארט באהאלטן ווערן, צוליב דעם וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קירכע, און אזוי וועלן נישט צושטערן זיין רוה די קלאנגען פון דארט. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד נעבן בערג מיט א טייך.
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי מרת חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
- רבי משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו.
און פון זיין צווייטע פרוי מרת פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום פון מאקארוב.
- רבי אברהם פון טריסק.
- רבי דוד פון טאלנא.
- רבי יצחק פון סקווירא.
- רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא.
- מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס. געבורן אום ה'תק"ע און אוועק אום ה'תרנ"ג.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין. געבורן אום ה'תקפ"א און אוועק אום ה'תרס"א.
תלמידים
- רבי ישראל דב פון ווילעדניק.
- רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין".
- רבי ישראל יוסף גינזבארג פון דויד הורודוק.
דרויסנדע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ספר ליקוטי תורה, אויף ויקיטקסט זייטל.
- ליקוטי תורה
- ליקוטי תורה נייע מהדורה, תשס"א, אויף אוצר החכמה זייטל.
תולדות און עובדות:
- הרב מנשה ישראל רייזמן,יארצייט פון רבי מרדכי בן הרה“ק רבי מנחם נחום פון טשערנאביל זי“ע, זען דעם שיעור אויף קול הלשון זייטל.
- נפלאות הרה"ק מטשערנאביל, אויף אוצר החכמה זייטל.
- ספר בית מרדכי, אויף הספריה הלאומית זייטל.
ליינט מער
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: רבי מרדכי מצ'רנוביל |
- "מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ו, עמודים 291–292, אויף היברובוקס
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל.
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל.
- רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז, אויף אידישע וועלט פארומס זייטל.
נאטיצן
- ↑ זיין פלומעניק רבי ישראל פון רוזשין (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו)האט גערופן זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין מיטן נאמען מרדכי, אויפן נאמען פון זסיין פעטער ר' מרדכי, נאך אין זיין לעבנסיארן, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר איז דער פעטער נישט אויף דער וועלט, נאך אסאך העכער דערפון.
רעפערענצן
קאטעגאריע:אדמו"רי בית טשערנאביל קאטעגאריע:רבנים אוקראינים קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות קאטעגאריע:משפחת טווערסקי קאטעגאריע:אדמו"רים אוקראינים
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער