אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:מעוז צור"
(←טעקסט: פון המכלול העברי, ערך "שחר קמתי להודות") |
ק (←צייט און מחבר: אויסדרוק) |
||
| (5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 5: | שורה 5: | ||
== צייט און מחבר == | == צייט און מחבר == | ||
דאס ליד מעוז צור שטאמט פון דייטשלאנד; דאס געבוי פונעם פיוט זאגט עדות אויף שטריכן פונעם ספרד'ישן סטיל פיוט וועלכע האבן אנגעהויבן אריינדרינגען אין אשכנז. לויט צונץ איז דער פיוט ווארשיינליך פון דעם 13'טן יארהונדערט{{הערה|צונץ, ליטעראטורגעשיכטע דער זינאגאגאלען פאעזיע, 580.}}, אבער אן ענליכער פיוט איבער'ן הצלה פון שטאט [[וורמייזא]] אין ד'תתקס"א שיינט צו דינען אלס קאפיע פון מעוז צור, וואס ברענגט אויף אז עס איז פארפאסט געווארן נאך פריער פון דעם{{הערה|שם=פרנקל|{{המעין|אברהם פרנקל|הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור'|32|1058|נד [ב], עמ' 11}}}}. | |||
איין השערה איז אז דער מחבר איז [[רבי מרדכי בן הלל]] פון [[נירנבערג]], מחבר פון ספר מרדכי אויף ש"ס. | דער אידענטיטעט פונעם מחבר, אויסער זיין נאמען מרדכי, איז נישט באקאנט און עס זענען פארהאן פארשידענע השערות. <!-- איין השערה איז אז דער מחבר איז [[רבי מרדכי בן הלל]] פון [[נירנבערג]], מחבר פון ספר מרדכי אויף ש"ס{{מקור}}. --> טייל פיוט-פארשער אידענטיפיצירן אים מיט רבי מרדכי בר יצחק הלוי, מחבר פונעם שבת-זמר 'מה יפית', און זיי צייגן אן אויף ענליכקייטן צווישן די צוויי פיוטים; אבער אויך דער אידענטעט פון יענעם רבי מרדכי איז נישט באקאנט. טייל זאגן אז עס איז רבי מרדכי ב"ר יצחק קמחי פון די [[חכמי פרובינצא]], אן אייניקל פון [[רד"ק]]. אנדערע צייגן אן אויף רבי מרדכי ב"ר יצחק, געברענגט אין תוספות{{הערה|{{בבלי|נדה|לו|א}} ד"ה והלכתא; זעט אבער אין תוס' הרא"ש וואו דער זעלבער קושיא ווערט געברענגט אין נאמען פון רבי יום טוב ב"ר יצחק.}}. | ||
דער ערשטער מאל מען געפונט דאס אין דרוק איז אין א בענטשערל אין שטאט פראג. אין אנהייב געפינט מען דאס בלויז אלס פיוט לכבוד חנוכה, און נישט דווקא בשייכות מיט די ליכט אבער אין שפעטערדיגע דרוקן איז דאס שוין יא אן אינטערגראלער טייל פון דאס ליכט צינדן. מען געפונט דאס אויך אין די ספרי המנהג פון אשכנז צו זינגן נאכ'ן צינדן, און שבת נאך די סעודה{{הערה|לקט יושר; רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, ח"א עמוד רמא}}, אבער נישט אין די פריע ספרדי'שע מקורות, וואו עס איז הערשט אריין שפעטער{{הערה|זעט [https://tora-forum.co.il/threads/האם-פיוט-מעוז-צור-קשור-במיוחד-לחנוכה.3676/post-43864 דא] פאר די מקורות}}. | דער ערשטער מאל מען געפונט דאס אין דרוק איז אין א בענטשערל אין שטאט פראג. אין אנהייב געפינט מען דאס בלויז אלס פיוט לכבוד חנוכה, און נישט דווקא בשייכות מיט די ליכט אבער אין שפעטערדיגע דרוקן איז דאס שוין יא אן אינטערגראלער טייל פון דאס ליכט צינדן. מען געפונט דאס אויך אין די ספרי המנהג פון אשכנז צו זינגן נאכ'ן צינדן, און שבת נאך די סעודה{{הערה|לקט יושר; רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, ח"א עמוד רמא}}, אבער נישט אין די פריע ספרדי'שע מקורות, וואו עס איז הערשט אריין שפעטער{{הערה|זעט [https://tora-forum.co.il/threads/האם-פיוט-מעוז-צור-קשור-במיוחד-לחנוכה.3676/post-43864 דא] פאר די מקורות.}}. | ||
==אינהאלט== | ==אינהאלט== | ||
דער מעוז צור באשטייט פון זעקס סטראָפן. | דער מעוז צור באשטייט פון זעקס סטראָפן. | ||
דער ערשטער סטראָף דינט אלס אריינפיר, און דערקלערט אז עס איז פאסיג צו לויבן דעם אויבערשטן, און בעט א תפילה אז עס זאל שוין אויפגעבויט ווערן דער [[בית המקדש]] און דארט וועט מען מקריב זיין א קרבן תודה צו דאנקען אויפ'ן אויסשעכטן דעם פיינט, און דעמאלטס וועט מען צוענדיגן מיט'ן געזאנג אויפ'ן באנייען דעם מזבח. דער פייטן בעט אויפ'ן ישועה פון גלות אדום, און דאן וועט מען צוענדיגן דעם זמר אז ס'זאל אויך אנטהאלטן דעם לויב אויפ'ן ענדגילטיגן ישועה פון דעם לעצטן גלות{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי אשר זאב שרייבער|תבונות מועד|611894|page=60|באנד=ב|מקום הוצאה=ביתר עילית|שנת הוצאה=תשע"ח|עמ=64|ב}}}}. | |||
אין די פאלגענדע דריי סטראָפן לויפט דער פיוט אדורך אויף אלע [[גלות]]'ן וואו כלל ישראל האט זיך געפונען, יעדן סטראָף איבער א צווייטן גלות, און ברענגט ארויס דעם באשעפער'ס גאולה. | |||
אין די פאלגענדע דריי סטראָפן לויפט דער פיוט אדורך אויף אלע [[גלות]]'ן וואו | |||
*'''מצרים''': דער צווייטער סטראָף רעדט פון גלות [[מצרים]], און רופט דאס אן "מלכות עגלה". עס שילדערט דעם "יד הגדולה" ביי [[יציאת מצרים]], און דאס איינזינקען די מצריים ביי [[קריעת ים סוף]]. | *'''מצרים''': דער צווייטער סטראָף רעדט פון גלות [[מצרים]], און רופט דאס אן "מלכות עגלה". עס שילדערט דעם "יד הגדולה" ביי [[יציאת מצרים]], און דאס איינזינקען די מצריים ביי [[קריעת ים סוף]]. | ||
*'''בבל''': דער דריטער סטראָף איז איבער [[גלות בבל]], און דערציילט דעם זינד פון [[עבודה זרה]] וואס האט דאס צוגעברענגט, און די ענדע פונעם גלות, ווען מען איז ארויף אין ארץ ישראל דורך [[זרובבל]]. | *'''בבל''': דער דריטער סטראָף איז איבער [[גלות בבל]], און דערציילט דעם זינד פון [[עבודה זרה]] וואס האט דאס צוגעברענגט, און די ענדע פונעם גלות, ווען מען איז ארויף אין ארץ ישראל דורך [[זרובבל]]. | ||
| שורה 35: | שורה 34: | ||
== געבוי == | == געבוי == | ||
דאס געבוי פונעם פיוט איז גאר אויסגעצייכנט און אייגנארטיג, עס איז געבוי, ווי א לייטער, אויף א מייסטערהאפטיגע סטיל פון גראמען וואס מען געפונט נישט כמעט ביי קיין שום פיוט (א/ב,א/ב,ב/ב,ג/ג,ב). עס הייבט זיך אן מיט איבערהיפנדיגע גראמען ביי יעדן האלבע שורה, דערנאך א געדאפלטע גראם וואס פארט אינגאנצן מיט'ן אויספיר פון די שורות, און א באזונדערע גראם ביים לעצטן שורה, וואס ענדיגט זיך דערנאך צוריק צום באשטימטן גראם. אן ענליכע געבוי טרעפט מען ביים זמר [[מה יפית]]. | דאס געבוי פונעם פיוט איז גאר אויסגעצייכנט און אייגנארטיג, עס איז געבוי, ווי א לייטער, אויף א מייסטערהאפטיגע סטיל פון גראמען וואס מען געפונט נישט כמעט ביי קיין שום פיוט (א/ב,א/ב,ב/ב,ג/ג,ב). עס הייבט זיך אן מיט איבערהיפנדיגע גראמען ביי יעדן האלבע שורה, דערנאך א געדאפלטע גראם וואס פארט אינגאנצן מיט'ן אויספיר פון די שורות, און א באזונדערע גראם ביים לעצטן שורה, וואס ענדיגט זיך דערנאך צוריק צום באשטימטן גראם. אן ענליכע געבוי טרעפט מען ביים זמר [[מה יפית]]. | ||
דער פיוט איז אויך איינגעטיילט אין אן אייניגער [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]] פון זעקס טראַפן פער שורה (נישט אריינגערענט [[שוא]]). און דער אנהויבן פון די סטראפן זענען לויט די אקראסטיך פון "מרדכי חזק". | דער פיוט איז אויך איינגעטיילט אין אן אייניגער [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]] פון זעקס טראַפן פער שורה (נישט אריינגערענט [[שוא]]). און דער אנהויבן פון די סטראפן זענען לויט די אקראסטיך פון "מרדכי חזק". | ||
פארהאן א מיינונג אז דער שורה "אז אגמור, בשיר מזמור, חנוכת המזבח" דינט ווי א פזמון און דארף געזאגט ווערן אלס אויספיר צו יעדן סטראף. אין געוויסע כתבי יד ערשיינט דער לעצטער שורה פון יעדן סטראף צוויי מאל, דאס איז ווארשיינליך באזירט אויפ'ן ניגון מיט וואס מען פלעגט דאס זינגען. | פארהאן א מיינונג אז דער שורה "אז אגמור, בשיר מזמור, חנוכת המזבח" דינט ווי א פזמון און דארף געזאגט ווערן אלס אויספיר צו יעדן סטראף. אין געוויסע כתבי יד ערשיינט דער לעצטער שורה פון יעדן סטראף צוויי מאל, דאס איז ווארשיינליך באזירט אויפ'ן ניגון מיט וואס מען פלעגט דאס זינגען. | ||
| שורה 65: | שורה 64: | ||
| <poem>מיין פעלזן פעסטער הילף, פאר דיר איז שיין צו לויבן, | | <poem>מיין פעלזן פעסטער הילף, פאר דיר איז שיין צו לויבן, | ||
פארפעסטיג מיין דאוון שטוב, און דארט וועלן מיר שחט'ן א תודה, | פארפעסטיג מיין דאוון שטוב, און דארט וועלן מיר שחט'ן א תודה, | ||
צום צייט פון אפרעכטן א שעכטונג, פונעם פיינט וואס בילט, | צום צייט פון אפרעכטן א שעכטונג, פונעם פיינט וואס בילט, | ||
דעמאלט וועל איך ענדיגן, דאס ליד פון געזאנג, פאר'ן באנייאונג פונעם מזבח.</poem> | דעמאלט וועל איך ענדיגן, דאס ליד פון געזאנג, פאר'ן באנייאונג פונעם מזבח.</poem> | ||
|- | |- | ||
| שורה 83: | שורה 82: | ||
קֵץ בָּבֶל, זְרֻבָּבֶל, לְקֵץ שִׁבְעִים נוֹשַׁעְתִּי:}}</poem> | קֵץ בָּבֶל, זְרֻבָּבֶל, לְקֵץ שִׁבְעִים נוֹשַׁעְתִּי:}}</poem> | ||
|<poem>אין מיין הייליג צימער האט ער מיר אריינגעברענגט, און אויך דארט האב איך נישט געשוויגן, | |<poem>אין מיין הייליג צימער האט ער מיר אריינגעברענגט, און אויך דארט האב איך נישט געשוויגן, | ||
און עס איז געקומען דער באטריגער און מיר פארטריבן, ווייל פרעמדע האב איך געדינט, | און עס איז געקומען דער באטריגער און מיר פארטריבן, ווייל פרעמדע האב איך געדינט, | ||
און גיפיטיגע וויין האב איך געגאסן, כמעט וואס איך בין פארגאנגען, | און גיפיטיגע וויין האב איך געגאסן, כמעט וואס איך בין פארגאנגען, | ||
דאס ענדע פון בבל, דורך זרובבל, צום ענדע פון זיבעציג [יאר] בין איך געהאלפן געווארן. </poem> | דאס ענדע פון בבל, דורך זרובבל, צום ענדע פון זיבעציג [יאר] בין איך געהאלפן געווארן. </poem> | ||
|- | |- | ||
| שורה 92: | שורה 91: | ||
רֹב בָּנָיו וְקִנְיָנָיו עַל הָעֵץ תָּלִיתָ.}}</poem> | רֹב בָּנָיו וְקִנְיָנָיו עַל הָעֵץ תָּלִיתָ.}}</poem> | ||
|<poem>פארשניידן דאס הייעך פונעם ציפרעס האט ער געוואלט, אגגי זון פון המדתא, | |<poem>פארשניידן דאס הייעך פונעם ציפרעס האט ער געוואלט, אגגי זון פון המדתא, | ||
און ביסט געווען פאר אים פאר א נעץ און א שטרויכלונג, און זיין שטאלץ איז צעשטערט געווארן, | און ביסט געווען פאר אים פאר א נעץ און א שטרויכלונג, און זיין שטאלץ איז צעשטערט געווארן, | ||
דאס קאפ פון "ימיני" האסטו דערהויבן, און דאס פיינט האסטו פארמעקט זיין נאמען, | דאס קאפ פון "ימיני" האסטו דערהויבן, און דאס פיינט האסטו פארמעקט זיין נאמען, | ||
זיין פיל קינדער, און זיין פארמעגן, אויפ'ן בוים האסטו געהאנגען.</poem> | זיין פיל קינדער, און זיין פארמעגן, אויפ'ן בוים האסטו געהאנגען.</poem> | ||
|- | |- | ||
| שורה 100: | שורה 99: | ||
:וּמִנּוֹתַר קַנְקַנִּים  נַעֲשָׂה נֵס לַשּׁוֹשַׁנִּים{{ביאור|א כינוי אויף די אידן, ווי עס שטייט אין פסוק {{תנך|שיר השירים|ב|ב|}} {{מנוקד|"כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים כֵּן רַעְיָתִי בֵּין הַבָּנוֹת"}}.}} | :וּמִנּוֹתַר קַנְקַנִּים  נַעֲשָׂה נֵס לַשּׁוֹשַׁנִּים{{ביאור|א כינוי אויף די אידן, ווי עס שטייט אין פסוק {{תנך|שיר השירים|ב|ב|}} {{מנוקד|"כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים כֵּן רַעְיָתִי בֵּין הַבָּנוֹת"}}.}} | ||
בְּנֵי בִינָה, יְמֵי שְׁמוֹנָה, קָבְעוּ שִׁיר וּרְנָנִים:}}</poem> | בְּנֵי בִינָה, יְמֵי שְׁמוֹנָה, קָבְעוּ שִׁיר וּרְנָנִים:}}</poem> | ||
|<poem>די יוונים האבן זיך פארזאמלט אויף מיר, דאן אין די טעג פון די חשמונאים, | |<poem>די יוונים האבן זיך פארזאמלט אויף מיר, דאן אין די טעג פון די חשמונאים, | ||
און זיי האבן אויפגעבראכן די מויערן פון מיינע טורמעס, און האבן מטמא געווען אלע אוילן, | און זיי האבן אויפגעבראכן די מויערן פון מיינע טורמעס, און האבן מטמא געווען אלע אוילן, | ||
און פון די פארבליבענע קריגלעך, האט פאסירט א נס פאר די "רויזן", | און פון די פארבליבענע קריגלעך, האט פאסירט א נס פאר די "רויזן", | ||
| שורה 111: | שורה 110: | ||
|<poem>אנטפלעק דיין הייליג ארעם, און דערנענטער די ענדע פונעם ישועה, | |<poem>אנטפלעק דיין הייליג ארעם, און דערנענטער די ענדע פונעם ישועה, | ||
זיי נוקם די נקמה פון דיינע קנעכט, פון דעם שלעכטן פאלק, | זיי נוקם די נקמה פון דיינע קנעכט, פון דעם שלעכטן פאלק, | ||
ווייל עס פארלענגערט זיך די צייט, און נישט קיין ענדע צו די בייזע טעג, | ווייל עס פארלענגערט זיך די צייט, און נישט קיין ענדע צו די בייזע טעג, | ||
שטופ דעם "רויטן", אין שאטן פון גיהנום, שטעל אונז אויף די זיבן פאסטוכער.</poem> | שטופ דעם "רויטן", אין שאטן פון גיהנום, שטעל אונז אויף די זיבן פאסטוכער.</poem> | ||
|- | |- | ||
| colspan="2" |{{ביאורים}} | | colspan="2" |{{ביאורים}} | ||
|} | |} | ||
==ביבליאגראפיע== | |||
*{{צ-בוך|מחבר=ישראל דאווידזאן|נאמען=אוצר השירה והפיוט|עמ=159–160|כרך=ג|קישור=https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015024589593&seq=177|לינק טעקסט=נו' 1955}} | |||
*{{היברובוקס|דוד ליפסון|המעין|58472|page=30|קעפל='מעוז צור' ממבט היסטורי|באנד=מו [ב]|שנת הוצאה=תשס"ו|עמ=29–34}} | |||
*{{היברובוקס||מעוז צור ישועתי: עיונים בקטע הראשון והחמישי של הפיוט|68447|מקום הוצאה=ציריך|שנת הוצאה=תשנ"ד|סופיקס=יא}} | |||
*{{אוצר החכמה|המוסף התורני של עתון המבשר|המבשר תורני - 0158 (מקץ, חנוכה)|192556|0158 (מקץ, חנוכה)||page=4}} | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:32, 15 יוני 2025
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
מָעוֹז צוּר (יְשׁוּעָתִי) איז א פיוט וואס ווערט געזינגען נאכ'ן אנצינדן די חנוכה ליכט, און איז דער פּאפּולערסטער פון די חנוכה זמירות. דער פיוט גייט אדורך די גלות'ן אין וואס די אידן האבן זיך געפינען, און ברענגט ארויס די לויב צום באשעפער וואס האט זיי געהאלפן און געראטעוועט.
דער פיוט איז געשריבן געווארן אין אשכנז סוף אלף החמישי. דער מחבר איז אן אומבאקאנטער פייטן מיטן נאמען מרדכי, ווי געצייגט אין די אקראסטיך פון די ערשטע פינף סטראפן. דער געזאנג האט זוכה געווען צו א פארשפרייטונג אינערהאלב כמעט אלע שטרעמונגען פון אידישן פאלק, אשכנזים ווי ספרדים[1], סיידן די תימנ'ער אידן, און ווערט באטראכט אלס סינאנים מיט'ן צינדן חנוכה ליכט.
צייט און מחבר
דאס ליד מעוז צור שטאמט פון דייטשלאנד; דאס געבוי פונעם פיוט זאגט עדות אויף שטריכן פונעם ספרד'ישן סטיל פיוט וועלכע האבן אנגעהויבן אריינדרינגען אין אשכנז. לויט צונץ איז דער פיוט ווארשיינליך פון דעם 13'טן יארהונדערט[2], אבער אן ענליכער פיוט איבער'ן הצלה פון שטאט וורמייזא אין ד'תתקס"א שיינט צו דינען אלס קאפיע פון מעוז צור, וואס ברענגט אויף אז עס איז פארפאסט געווארן נאך פריער פון דעם[3].
דער אידענטיטעט פונעם מחבר, אויסער זיין נאמען מרדכי, איז נישט באקאנט און עס זענען פארהאן פארשידענע השערות. טייל פיוט-פארשער אידענטיפיצירן אים מיט רבי מרדכי בר יצחק הלוי, מחבר פונעם שבת-זמר 'מה יפית', און זיי צייגן אן אויף ענליכקייטן צווישן די צוויי פיוטים; אבער אויך דער אידענטעט פון יענעם רבי מרדכי איז נישט באקאנט. טייל זאגן אז עס איז רבי מרדכי ב"ר יצחק קמחי פון די חכמי פרובינצא, אן אייניקל פון רד"ק. אנדערע צייגן אן אויף רבי מרדכי ב"ר יצחק, געברענגט אין תוספות[4].
דער ערשטער מאל מען געפונט דאס אין דרוק איז אין א בענטשערל אין שטאט פראג. אין אנהייב געפינט מען דאס בלויז אלס פיוט לכבוד חנוכה, און נישט דווקא בשייכות מיט די ליכט אבער אין שפעטערדיגע דרוקן איז דאס שוין יא אן אינטערגראלער טייל פון דאס ליכט צינדן. מען געפונט דאס אויך אין די ספרי המנהג פון אשכנז צו זינגן נאכ'ן צינדן, און שבת נאך די סעודה[5], אבער נישט אין די פריע ספרדי'שע מקורות, וואו עס איז הערשט אריין שפעטער[6].
אינהאלט
דער מעוז צור באשטייט פון זעקס סטראָפן. דער ערשטער סטראָף דינט אלס אריינפיר, און דערקלערט אז עס איז פאסיג צו לויבן דעם אויבערשטן, און בעט א תפילה אז עס זאל שוין אויפגעבויט ווערן דער בית המקדש און דארט וועט מען מקריב זיין א קרבן תודה צו דאנקען אויפ'ן אויסשעכטן דעם פיינט, און דעמאלטס וועט מען צוענדיגן מיט'ן געזאנג אויפ'ן באנייען דעם מזבח. דער פייטן בעט אויפ'ן ישועה פון גלות אדום, און דאן וועט מען צוענדיגן דעם זמר אז ס'זאל אויך אנטהאלטן דעם לויב אויפ'ן ענדגילטיגן ישועה פון דעם לעצטן גלות[7].
אין די פאלגענדע דריי סטראָפן לויפט דער פיוט אדורך אויף אלע גלות'ן וואו כלל ישראל האט זיך געפונען, יעדן סטראָף איבער א צווייטן גלות, און ברענגט ארויס דעם באשעפער'ס גאולה.
- מצרים: דער צווייטער סטראָף רעדט פון גלות מצרים, און רופט דאס אן "מלכות עגלה". עס שילדערט דעם "יד הגדולה" ביי יציאת מצרים, און דאס איינזינקען די מצריים ביי קריעת ים סוף.
- בבל: דער דריטער סטראָף איז איבער גלות בבל, און דערציילט דעם זינד פון עבודה זרה וואס האט דאס צוגעברענגט, און די ענדע פונעם גלות, ווען מען איז ארויף אין ארץ ישראל דורך זרובבל.
- פרס: דער פערטער סטראָף פארציילט איבער דעם נס פורים, די פרואוון פון המן צו אומברענגען מרדכי און די אידן, און זיין ענדגילטיגע מפלה ווען מ'האט אים אויפגעהאנגען אויפ'ן בוים.
- יוון: דער פינפטער סטראָף איז מסכם דעם נס חנוכה און שילדערט די יוונים וואס האבן אויפגעבראכן די מויערן פון בית המקדש און האבן מטמא געווען אלע שמן זית צו צינדן די מנורה, און פון א קליינעם קריגל איז געשען א נס, דערפאר האט מען באשטימט חנוכה אויף אכט טעג.
- אדום: דער זעקסטער בית פירט אויס מיט א תפילה צו אויסגעלייזט ווערן פון גלות אדום און אן ענדגילטיגע ישועה, און א נקמה אין די רוימישע אימפעריע און אירע נאכפאלגער.
זעקסטער סטראָף
דער לעצטער סטראָף "חשוף זרוע קדשיך", וואס טראגט די ראשי תיבות פון "חזק", אן אלגעמיינער סופיקס ביי פייטנים צו ערגענצן דעם אקראסטיך פון זייערע פיוטים, ערשיינט נישט אין די ערשטע מקורות פון דעם זמר, און אויך נישט שפעטער אין פילע דרוקן. דערפאר זענען דא וואס זאגן אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורכ'ן זעלבן מחבר פונעם גאנצן שיר, נאר עס עס צוגעטשעפעט געווארן שפעטער[8][9]. און אזוי שטייט אויך אינעם ערשטן דרוק וואו מען געפונט דעם בית "חשוף"[10].
אנדערע ווייזן אבער אן אז אין קעגנזאץ צו אנדערע הוספות צו דעם פיוט, פארמאגט דער דאזיגער בית אקוראט דער זעלבער סטיל און געבוי ווי די אנדערע בתים, ווי אויך פארענדיגט עס שיין דעם זמר מיט אן אויספיר פון האפענונג איבער דאס באפרייאונג פון גלות אדום. אזוי זעט מען אויך פונעם זמר "מצור באתה העיר", וואס איז אויפ'ן זעלבן סגנון פון מעוז צור, און פארמאגט אויך אן ענליכער אויספיר מיט'ן אקראסטיך "חזק". דעריבער קומען זיי צו א מסקנא אז עס איז בעצם יא א טייל פונעם זמר, נאר איז ארויסגעלאזט געווארן צוליב'ן צענזור וויבאלד עס פארמאגט די ווערטער " נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה", און דערנאך " דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן"[3].
דער רעפערענץ צו "אַדְמוֹן" – אלס א סינאנים פאר אדום – ווערט פארשטאנען לויט געוויסע אז עס ליגט אין דעם א תפילה צום מפלה פונעם קעניג פרידריך דער ערשטער פון פרייסן, וואס האט געהאט דעם צונאמען "רויטבארד" (איטאליעניש: Barbarossa; ד'תתפ"א–ד'תתק"נ), און האט געפירט צום דריטן קרייצוג. טייל זעען אויך אין "צלמון" א רמז אויפ'ן ארט וואו ער איז גע'הרג'עט געווארן[11]. אנדערע זאגן אבער אז דאס באציט זיך אין אלגעמיין צום גלות אדום, וועם ער רופט אן "אדמון"[12], און ער בעט מען זאל דאס שיקן צום "צלמון" - דאס איז דער גיהנום[13]. און איז אויך מרמז אויפ'ן קרייץ צו וואס די קריסטן פארבינדן זיך[14].
אין געוויסע סידורים[15] איז פארהאן אן אנדער נוסח אין דעם לעצטן בית, וואס איז ווארשיינליך פארענדערט געווארן צוליב צענזור אדער אויס מורא פון די גוים, און אנשטאט די ווערטער " נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה" ערשיינט " עֲשֵׂה נָא לְמַעַן שְׁמֶךָ לִהְיוֹת לָּנוּ תְּשׁוּעָה" און דערנאך " מְחֵה פֶשַׁע וְגַם רֶשַׁע" אנשטאט " דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן".
וויבאלד אין גרויסטייל ערשיינט נישט קיין אויספיר בית וואס זאל ערגענצן דעם פיוט איבער דעם לעצטן גלות און האפענונג פאר א ישועה, זענען פארהאן א צאל מחברים וואס האבן צוגעטשעפעט א בית וואס זאל אריינפאסן און ערגענצן דעם פיוט. אין ספר קיצור של"ה (פיורדא, תמ"ב) ערשיינט צום ערשט דער בית "חשוף", אין עטוואס אן אנדערע נוסח, אויף וואס דער דרוקער לייגט צו אז היות דער שיר רעדט נאר פון דריי גלות'ן און פארענדיגט נישט אויף גלות אדום האט מען צולייגט הוספות וואס רעדן פון דעם גלות. דערנאך ברענגט ער נאך עטליכע השלמות, איינס פון רבי משה איסרליס מיט דעם אקראסטיך "משה חזק" וואס איז איינגעפירט אין געוויסע קהילות צו זאגן. און דערנאך נאך איינס פון רבי ירמיה, רב פון ווייצבורג, וואס זיין נאמען איז פארצייכנט מיט ראשי תיבות ביים אנהויב פונעם פיוט, און דערנאך נאך איינס מיט דריי סטראפעס פון רבי שמואל ב"ר דוד הלוי, מחבר פון ספר נחלת שבעה, וואס פארצייכנט זיין נאמען "שמואל הלוי חזק". עס זענען פארהאן נאך א צאל אזעלכי בתים וואס זענען נתחבר געווארן דורכאויס די דורות.
געבוי
דאס געבוי פונעם פיוט איז גאר אויסגעצייכנט און אייגנארטיג, עס איז געבוי, ווי א לייטער, אויף א מייסטערהאפטיגע סטיל פון גראמען וואס מען געפונט נישט כמעט ביי קיין שום פיוט (א/ב,א/ב,ב/ב,ג/ג,ב). עס הייבט זיך אן מיט איבערהיפנדיגע גראמען ביי יעדן האלבע שורה, דערנאך א געדאפלטע גראם וואס פארט אינגאנצן מיט'ן אויספיר פון די שורות, און א באזונדערע גראם ביים לעצטן שורה, וואס ענדיגט זיך דערנאך צוריק צום באשטימטן גראם. אן ענליכע געבוי טרעפט מען ביים זמר מה יפית.
דער פיוט איז אויך איינגעטיילט אין אן אייניגער מעטער פון זעקס טראַפן פער שורה (נישט אריינגערענט שוא). און דער אנהויבן פון די סטראפן זענען לויט די אקראסטיך פון "מרדכי חזק".
פארהאן א מיינונג אז דער שורה "אז אגמור, בשיר מזמור, חנוכת המזבח" דינט ווי א פזמון און דארף געזאגט ווערן אלס אויספיר צו יעדן סטראף. אין געוויסע כתבי יד ערשיינט דער לעצטער שורה פון יעדן סטראף צוויי מאל, דאס איז ווארשיינליך באזירט אויפ'ן ניגון מיט וואס מען פלעגט דאס זינגען.
ניגון
דער ניגון מיט וואס עס איז איינגעפירט צו זינגען דעם פיוט איז גאר אן אלטער, און איז געזינגען געווארן אין דייטשלאנד פאר הונדערטער יארן[16]. דער ניגון פאסט שטארק אריין מיט די אייגנארטיגע אויסשטעל פון די גראמען פון דעם פיוט, און עס לאזט זיך זאגן אז דער פיוט איז אריגינעל פארפאסט געווארן צו זינגען מיט דעם ניגון.
דער ניגון איז גאר שטארק פארשפרייט געווארן, און עס זענען פארפאסט געווארן נאך א צאל פיוטים צו זינגען מיט דעם ניגון[17]. דער ניגון פלעגט אויך געזינגען ווערן אין דייטשלאנד ביי די גוים, און איז אפילו פארהאן אויף געוויסע כוראלן און קירכע לידער, אבער די פארשער זענען נישט פאראייניגט ווער עס האט עס גענומען פון וועם, וויבאלד עס איז פארהאן גאר אלטע מקורות אז עס איז געזונגען געווארן ביי די אידן פאר א לאנגע צייט[18].
אנדערע זענען נישט געווען צופרידן אז מען זינגט דעם ניגון אויף מעוז צור, און האבן פארפאסט אנדערע ניגונים דערויף. דער חזן לייב גלאנץ האט געשריבן ארטיקלען דערוועגן, און האט פארפאסט א נייעם ניגון באזירט אויף די אלגעמיינער נוסח פון די ברכות ביים צינדן די חנוכה ליכט[19][20]. אזוי אויך האט רבי יעקב עטלינגער פארפאסט אן אייגן ניגון דערויף[21].
אין געוויסע חצרות פארפאסט מען יעדן יאר לכבוד חנוכה א פרישע יצירה אויף מעוז צור.
טעקסט
| לשון-קודש | טייטש |
|---|---|
מיין פעלזן פעסטער הילף, פאר דיר איז שיין צו לויבן, | |
|
רָעוֹת שָׂבְעָה נַפְשִׁי בְּיָגוֹן כֹּחִי כָּלָה |
שלעכט האט געזעטיגט מיין זעל, מיט קלאג איז מיין כח פארלענדט געווארן, |
דְּבִיר קָדְשׁוֹ[ד] הֱבִיאַנִי וְגַם שָׁם לֹא שָׁקַטְתִּי |
אין מיין הייליג צימער האט ער מיר אריינגעברענגט, און אויך דארט האב איך נישט געשוויגן, |
כְּרוֹת קוֹמַת בְּרוֹשׁ בִּקֵּשׁ, אֲגָגִי בֶּן הַמְּדָתָא |
פארשניידן דאס הייעך פונעם ציפרעס האט ער געוואלט, אגגי זון פון המדתא, |
יְוָנִים נִקְבְּצוּ עָלַי אֲזַי בִּימֵי חַשְׁמַנִּים |
די יוונים האבן זיך פארזאמלט אויף מיר, דאן אין די טעג פון די חשמונאים, |
חֲשׂוֹף זְרוֹעַ קָדְשֶׁךָ[ו] וְקָרֵב קֵץ הַיְשׁוּעָה |
אנטפלעק דיין הייליג ארעם, און דערנענטער די ענדע פונעם ישועה, |
| |
ביבליאגראפיע
- ישראל דאווידזאן, אוצר השירה והפיוט ג, נו' 1955, עמ' 159–160
- דוד ליפסון, "'מעוז צור' ממבט היסטורי", המעין מו [ב], תשס"ו, עמ' 29–34
- מעוז צור ישועתי: עיונים בקטע הראשון והחמישי של הפיוט, ציריך, תשנ"ד, אויף היברובוקס
- המוסף התורני של עתון המבשר, המבשר תורני - 0158 (מקץ, חנוכה), 0158 (מקץ, חנוכה)
דרויסנדיגע לינקס
- "זמירות לחנוכה - מעוז צור", אשכול אויף אייוועלט
- פיוט מעוז צור + קישורי אשכולות + קבצים, אויף פורום לתורה
- פיוט 'מעוז צור' מיט אלט-אידיש איבערזעצונג, היידנהיים, באוואריע, 18טער יארהונדערט, אויף בידספיריט
רעפערענצן
- ↑ שער יששכר, מאמר ב' לחנוכה.
- ↑ צונץ, ליטעראטורגעשיכטע דער זינאגאגאלען פאעזיע, 580.
- ↑ 3.0 3.1 אברהם פרנקל, "הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור'", המעין נד [ב], עמ' 11.
- ↑ נדה לו, א ד"ה והלכתא; זעט אבער אין תוס' הרא"ש וואו דער זעלבער קושיא ווערט געברענגט אין נאמען פון רבי יום טוב ב"ר יצחק.
- ↑ לקט יושר; רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, ח"א עמוד רמא.
- ↑ זעט דא פאר די מקורות.
- ↑ רבי אשר זאב שרייבער, תבונות מועד ב, ביתר עילית, תשע"ח, עמ' 64, ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ זעליגמאן בער, סדר עבודת ישראל, רעדלהיים, תרס"א, עמ' 440.
- ↑ גבריאל וסרמן, "Liturgical poems of Ḥanukka from Europe", חלק א עמוד 102.
- ↑ ספר קיצור של"ה (פיורדא, תמ"ב); זעט אויך מקור חיים (להחוות יאיר) סי' תרעו.
- ↑ לוינסקי.
- ↑ אזוי ווי עס שטייט "ויצא הראשון אדמוני"
- ↑ ברכות, טז, א: אל תקרי בצלמון אלא בצלמות.
- ↑ ליפסון.
- ↑ כתר נהורא, בית יעקב.
- ↑ רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא ח"א עמוד רמא.
- ↑ עמודי העבודה, לאנדסהוט, עמ' 306.
- ↑ דוד אסף, גלגולו של ניגון: מה למרטין לותר ול'מעוז צור', אינעם "עונג שבת" בלאג, נאוועמבער 29, 2013.
- ↑ לייב גלאנץ, על חטא שחטאנו ב"מעוז צור", דבר, דעצעמבער 9, 1955.
- ↑ לייב גלאנץ, מעוז צור ישועתי: שיר חנוכה, תל אביב: ספריה מוזיקלית קטנה (74), תשט"ז 1955.
- ↑ מעוז צור - בלחן עתיק לגאון הקדוש רבי יעקב עטלינגער - בעל "ערוך לנר" זיע"א, דורך בנימין נויפעלד, ניגון אויף יוטיוב.
| חנוכה | |||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
| חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
| היסטאריע |
| ||||||
| תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
| מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
| פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
קאַטעגאָריע:חנוכה לידער קאַטעגאָריע:פיוטים קאַטעגאָריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער