אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רמב"ם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(הגהה)
ק (החלפת טקסט – "גרויס" ב־"גרויס")
 
(10 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
משה בן מימון (רמב"ם) איינער פון די באדייטנדסטע פערזעגלעכקייטן אין דער [[יידיש]]ער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין [[רעליגיעזן יידנטום]], באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון [[פילאזאפיע]] אלס "מיימאנידעס". דער [[רמב"ם]] ("רבנו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין [[קארדאווא]] אין [[שפאניע]] ערב פסח ד' אלפים תתצ"ה (1135) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין [[מצרים]], [[כ' טבת]] ד' אלפים תתקס"ה (1204).  
{{דעסקריפציע|ראשון און פילאזאף (ד'תתצ"ח–ד'תתקס"ה)}}
{{אישיות רבנית
| נאמען = רבי משה בן מימון
| בילד = קובץ:maimonides-2.jpg
| כיתוב = דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער [[18'טע י"ה]]
| כינוי = הרמב"ם, הר"מ, הנשר הגדול
| געבורט דאטום = [[1138]]
| געבורט ארט = [[קובץ:Flag of Morocco 1073 1147.svg|קישור=מוראביטון|גבול|22x16pxpx|דער אל־מאראביטישע אימפעריע]] [[קארדאווא]], [[דער אל־מאראביטישע אימפעריע]]
| פטירה דאטום = [[13'טן דעצעמבער]] [[1204]]
| פטירה ארט = [[קובץ:Flag of Ayyubid Dynasty.svg|קישור=דער פאטימישע כאליפאט|גבול|22x16pxpx|דער פאטימישע כאליפאט]] [[פאסטאט]], [[דער פאטימישע כאליפאט]]
| מקום קבורה = [[קבר הרמב"ם]], [[טבריה]]
| וואוין ארט = [[קאירא]],[[פאסטאט]]
| מדינה = [[אל־אנדאלוס]], [[מאראקא]], [[מצרים]]
| תאריך לידה עברי = [[ד'תתצ"ח]]
| תאריך פטירה עברי = [[כ' בטבת]] [[ד'תתקס"ה]]
| תפקידים נוספים = ראטגעבער און פערזענליכע דאקטער פון דער פאטימישע סולטאן
| רביס = זיי פאטער [[רבי מימון הדיין]], [[רבי יוסף אבן מיגאש]], [[רבי יהודה הכהן אבן סוסאן]].
| תלמידיו = זיין זון [[רבי אברהם בן הרמב"ם]], [[רבי יוסף בן יהודה אבן עקנין]], [[רבי חננאל בן שמואל]] און פיל אנדערע
| ספרים = [[מילות ההגיון]], [[פירוש המשנה לרמב"ם|פירוש המשנה]], [[משנה תורה]], [[אגרות הרמב"ם|אגרות]], [[תשובות הרמב"ם]], [[מורה הנבוכים]], מעדיצינישער ווערק און פארלוירענע אדער טיילווייז פארלוירענע ווערק.
}}
{{פילוסוף
| תאריך לידה =
| מקום לידה =
| תאריך פטירה =
| מקום פטירה =
|שם=רמב"ם
|תמונה=
|כיתוב=
|זרם={{קישור שפה|אנגלית|Aristotelianism|אריסטאטעליאניזם}}, [[רבנים אידישקייט]]
|תחומי עניין=[[הלכה]], [[טעאלאגיע]], [[מעטאפיזיק]], [[לאגיק]], [[עטיק]], [[דאקטעריי]], [[אסטראנאמיע]]
|משפיעים=[[אריסטו]], [[אל־פאראבי]], [[אבן באדזשא]], [[אבן סינא]]
|מושפעים=
|מדינה=
}}
משה בן מימון (רמב"ם) איז איינער פון די באדייטנדסטע פערזענליכקייטן אין דער אידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין [[רעליגיעזן אידנטום]], באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון [[פילאזאפיע]] אלס "מיימאנידעס". דער רמב"ם ("רבינו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין [[קארדאווא]] אין [[שפאניע]] שבת ערב פסח ד' אלפים תתצ"ח (1138) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין [[מצרים]], [[כ' טבת]] ד' אלפים תתקס"ה (1204).
 


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==
אין דער יגנט האט דער [[רמב"ם]] געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר [[יידיש]]ער לימודים נאר אויך [[וועלט]]לעכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצואונגען צו אנט- לויפן מיט זיין [[פאמיליע]] פון [[שפאניע]] צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע די אלמוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע [[צוויי]] זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון-[[אפריקע]], אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזרת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע [[קינדער]] האבן געלעכט עטלעכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ-ישראל קיין [[מצרים]] (לערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין [[אלעקסאנדריע]] און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאחהיר.  
אין דער יוגנט האט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר אידישער לימודים נאר אויך וועלטליכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצוואונגען צו אנטלויפן מיט זיין פאמיליע פון שפאניע צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע, די אל־מוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע [[צוויי]] זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון־[[אפריקע]], אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזירת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע קינדער האבן געלעבט עטליכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ־ישראל קיין [[מצרים]] (בערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין [[אלעקסאנדריע]] און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאירא.
 
דער רמב"ם האט דא געליטן פיל פאמיליע־ליידן, זיין [[פאטער]] איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיג אויף א שיף. דער רמב"ם האט אין פאסטאט לעבן [[קאירא]], וואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון עגיפטישן [[סולטאן]], גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס [[דאקטאר]] מעדיצין און ער האט שנעל זיך ערווארבן א [[נאמען]] אלס בארימטער [[דאקטאר]]. ער איז געווען לייב־[[דאקטאר]] צוערשט פון גרויס־וויזיר און דערנאך פון [[סולטאן]] צאלאך א־דין אין הויף.
 
דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון־[[אפריקע]] און [[מצרים]]) האט ער אויך פארעפנטליכט [[ספרים]], און ער איז געווען בארימט אלס גרויסער למדן און [[דענקער]], די אידן אין [[מצרים]] האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אזא [[מיינונג]] איז פארהאן ביי טייל [[היסטאריקער]]). ער האט פאר זיינע דאזיגע אידישע אמטן נישט גענומען קיינע געלט־באלוינונג, גאר פארקערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישיבות, צעטיילט פיל צדקה. זיין [[נאמען]] איז געווארן בארימט נישט נאר אין [[מצרים]] נאר אויך אין אלע ווייטע [[לענדער]], וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געוואנדן צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.
 
דער רמב"ם איז [[געשטארבן]] אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס ווערט דערציילט האט מען אים געפירט פון [[מצרים]] קיין [[ארץ ישראל]] און קובר געווען אין [[טבריה]], וואו מען ווייזט אן ביז היינטיגן טאג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאר 1928 האט מען אין דער גאנצער אידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאריגן יובל פון רמב"מ'ס געבורט; עס זענען ערשינען פיל [[ספרים]] אין פארשידענע שפראכן וועגן רמב"ם.
 
לויט דער [[הלכה]] טאר נישט א גרויסער טייל אידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א [[לאו]] דערויף, דער רמב"ם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן, אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט, האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג' לאוין. זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף [[אבטולמס בן ראובן]] <ref>כפתור ופרח פ"ה ע' 12</ref>
איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן, האט דער רמב"ם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג, ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה, אזוי פלעגט ער זיך פירן <ref>ספר חרדים פס"ה</ref>
 
== ווערק און איינפלוס ==
דער רמב"ם האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן אידישן רעליגיעזן לעבן אין פארלויף פון הונדערטער יארן דורך זיינע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין [[פילאזאפיע]], אין עטיק און אין טייל וויסנשאפטליכע געביטן, די צוויי הויפט־ספרים פון רמב"ם זענען דער "[[משנה תורה]]", אדער ווי מען האט עס אויך גערופן "יד החזקה", און דער "מורה נבוכים".
===משנה תורה===
אויף דעם "[[משנה תורה]]" ("יד החזקה" הייסט עס ווייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיילונגען, [[ספרים]]) האט דער רמב"ם געארבעט 10 יאר און האט אים געענדיגט אין יאר [[ד'תתקל"ז]]. דאס איז די זאמלונג פון אלע [[הלכות]] וואס זענען פארהאן צעשפרייט איבער דעם תלמוד, סיי [[בבלי]] און סיי [[ירושלמי]], ווי אויך אנדערע ספרים פון [[תנאים]] און [[אמוראים]], ווי ספרא, ספרי, [[תוספתא]], און אנדערע. זיי זענען דורכ'ן רמב"ם געווארן קלאסיפיצירט, איינגעטיילט לויט זייער שייכות, וואו [[הלכות]] שבת באזונדער, הלכות [[קרבנות]] באזונדער, און אזוי כסדר.
דער רמב"ם האט אויסגעמיטן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריא'ס וואס זענען פארהאן אין גמרא און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר "משנה תורה" איז געשריבן אין א קלארן העברעאישן משנה־סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין.
 
אין אנהייב פון [[משנה תורה]] גיבט דער רמב"ם אויך אלס "הלכה" געוויסע פילאזאפיש־רעליגיעזע עיקרים און לימודים וועגן דער געטליכקייט, גוטער אויפפירונג פון מענטש, הנהגות אין עסן, קליידונג, היגיענע וכדומה; דאס האט דער רמב"ם אנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם [[משנה תורה]] מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן גרויס און קיינער האט נישט קיין צייט און עס איז שווער צו לערנען די גמרא און די פירושים פון די [[גאונים]], און ער האט דעריבער געגעבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאכדעם ווי מען האט געלערנט תורה וועט מען דורכלערנען דאס ספר און וויסן אלע הלכות.
אויף דעם משנה תורה זענען געשריבן געווארן פיל השגות (קריטיק) און פירושים. די וויכטיגסטע פון זיי זענען די "השגות" פון רבי אברהם בן דוד ([[ראב"ד]]), און פון די פירושים דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו. דער [[משנה תורה]] פון רמב"ם אין נאך ביים רמב"מ'ס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, ווייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס לערנען גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער.
 
מען רופט דאס ספר אין דער לומדים־וועלט מיטן צונאמען, "דער רמב"ם", למשל, "דער רמב"ם פסק'נט" וכדומה.
===מורה נבוכים===
דאס צווייטער גרויסער און וויכטיגער ספר פון רמב"ם, וואס האט אבער ארויסגערופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער "[[מורה נבוכים]]", וועלכן דער רמב"ם האט געשריבן אין דער [[אראבישער שפראך]] און ער איז איבערגעזעצט געווארן אין [[העברעאיש]] דורך רבי [[שמואל]] אבן תבון (פארהאן נאך אן אנדערע איבערזעצונג פון [[רבי יהודה]] אל חריזי). דער טייטש פון "[[מורה נבוכים]]" איז "וועג־ווייזער פאר די בלאנדזשענדע".
 
כדי צו פארשטיין די באדייטונג און דעם איינפלוס פון "[[מורה נבוכים]]" דארף מען ווייסן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון [[פילאזאפיע]] און וויסנשאפטן אין די [[אראבישע לענדער]] וועלכע האבן זיך געצויגן פון [[שפאניע]] (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום־[[פראנקרייך]]) איבער אלע לענדער פון [[צפון־אפריקע]] ביז מיטל־אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער [[אראבישער קולטור]]; די [[ווערק]] פון די אלטע [[גריכישע]] פילאזאפן, באזונדער פון [[אריסטאטעלס]], זענען געווען גרונטליך שטודירט סיי דורך די אראבישע דענקער, סיי אויך דורך די אידישע געבילדעטע פערזענליכקייטן אין יענער צייט. עס זענען אנטשטאנען [[פראבלעמען]], וועלכע האבן אנגערירט די [[יסודות]] פון יעדער [[אמונה]] בכלל. אזעלכע פראגעס, ווי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פארהאן א גאט, וואס האט די וועלט [[באשאפן]] און פירט די וועלט ('מציאות השם'), דאס פראבלעם פון, [[ידיעה]] ו[[בחירה]], דאס [[פראבלעם]] ווי קען מען גאט, וואס איז א גייסטיגקייט, צושרייבן אזעלכע אייגנשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה. די דאזיגע פראבלעמען, וועלכע זענען אייגנטליך דער רעזולטאט פון נישט פארלאזן זיך אויף טראדיציע אליין אין [[אמונה]] זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט, האבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אנטשטאנען די הויפט־פראגע: צי קען מען אויסגלייכן רעליגיע מיט וויסנשאפט.
 
דעם דאזיגן ציל האט געהאט פאר זיך דער רמב"ם, ווען ער האט געשריבן דעם "מורה נבוכים", דעם "וועגווייזער פאר די בלאנדזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער אראבישער שפראך, כדי ער זאל זיין צוגענגליך פאר די דעמאלסדיגע אידישע [[משכילים]] וועלכע האבן [[העברעאיש]] שוואך פארשטאנען. אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות אידישע [[פארשער]] און [[דענקער]].
 
דער "[[מורה נבוכים]]" באשטייט פון עטליכע טיילן. דער ערשטער באהאנדלט די נעמען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואו למשל גאט איז גוט, בארימהארציג וכדומה. דער רמב"ם ערקלערט דאס אלץ אין אלעגארישן זין, און ער האלט, אז איבערהויפט קען מען די תארים, די "מעלות", פון דער געטליכקייט נאר נעמען אין נעגאטיוון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן "גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קען מען נישט זאגן אז ער איז [[שלעכט]]. דער צווייטער טייל באהאנדלט די באווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער [[שאפונג]] פון דער וועלט, ווי אויך דעם וועזן פון דער נבואה ערשיינונג. דער דריטער טייל באהאנדלט די באציאונג פון גאט צו [[מענטש]], די פראבלעמען פון גוט און [[שלעכט]], שכר ועונש, [[ידיעה]] ו[[בחירה]], דער געטליכער [[השגחה]], ווי אויך די טעמים פון די [[מצוות]] פון דער תורה.
 
אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון [[אלט־גריכיש]]ן [[פילאזאף]] [[אריסטאטעלס]], מיטן אויסנאם פון פראבלעם וועגן דער וועלט־שאפונג, אין וועלכער [[אריסטאטעלס]] ([[אריסטו]]) האלט פון קדמות העולם, אז די וועלט עקזיסטירט פון אייביג אן און דער רמב"ם האלט פון "חידוש העולם", אז די וועלט איז [[באשאפן]] געווארן "יש מאין", פון גארנישט.
 
דער [[מורה נבוכים]] האט שוין ביים רמב"מ'ס לעבן ארויסגערופן א שטורעם פון קעגנערשאפט ביי א סך [[פרומע]] אידישע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל מיינונגען זענען קעגן דער [[אמונה]]. באונדער דעם רמב"מ'ס [[מיינונג]] וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכ'ן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער רמב"ם לייקנט אין תחיית המתים. דערויף האט דער רמב"ם אנגעשריבן זיין "מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט נישט געהאלפן. די קעגנער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט [[פילאזאפיע]] און פרואוון אויסטייטשן אמונה זאכן מיט דער הילף פון [[חקירה]] א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער [[אמונה]] בכלל.
 
נאכ'ן טויט פון רמב"ם האט אין דרום־[[פראנקרייך]] און [[שפאניע]] זיך צעפלאקערט דאס פייער פון מחלוקת ארום דעם רמב"מ'ס [[מורה נבוכים]]; אזעלכע גרויסע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, [[רבינו יונה]] און אנדערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל "ספר המדע" פון "משנה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן [[פארברענט]] דעם [[מורה נבוכים]].
 
דער דאזיגער קאמף איז געפירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר [[פרומע אידן]], באזונדער אין די מאדערנע עפאכע אין די קרייזן פון [[חסידים]], הגם זיי האבן נישט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער רמב"ם ז"ל, האבן אבער נישט געלאזט [[לערנען]] אין [[מורה נבוכים]].
 
דער [[מורה נבוכים]] האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דעם [[רעליגיעז]]־פילאזאפישן געדאנקענגאנג נישט נאר אין דער אידישער נאר אויך אין דער נישט־אידישער וועלט, אויף אזא קריסטליכן סכאלאסטיקער ווי אלבערט מאגנוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילאזאפן ווי [[שפינאזא]] און אנדערע. ער איז איבערגעזעצט געווארן אין פיל אייראפעאישע שפראכן ([[לאטייניש]], [[דייטש]], פראנצויזיש, [[ענגליש]] און אנדערע).
 
צום [[מורה נבוכים]] זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער ערשינען אין תל־אביב מנוקד מיט א פירוש און הקדמה פון דר. [[יהודה]] קויפמאן.
===אנדערע ווערק===
אחוץ די דאזיגע צוויי הויפט־ספרים האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיגע [[ספרים]]: 1) ,ספר ה[[מצוות]] (אין [[אראביש]], איבערגעזעצט אין [[העברעאיש]]), 2) פירוש אויף [[משניות]] (אין [[אראביש]], איבערגעזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע;  3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטליך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]] און אין געהיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער [[לאגיק]] און פילאזאפישע [[באגריפן]]; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגעס; אויך אנדערע [[ספרים]], וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע).  


דער [[רמב"ם]] האט דא געליטן פיל [[פאמיליע]]-[[ליידן]], זיין [[פאטער]] איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיק אויף א שיף. דער [[רמב"ם]] האט אין פאסטאט לעבן [[קאירא]], ואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון | עגיפטישן [[סולטאן]], גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס [[דאקטאר]] מע- דיצין און ער האט שנעל זיך דערווארבן א [[נאמען]] אלס בארימטער [[דאקטאר]]. ער איז געווען לייב-[[דאקטאר]] צוערשט פון [[גרויס]]-וויזיר און דערנאך פון [[סולטאן]] סא" לאדין און הויף.  
אין זיין [[פירוש המשניות]] צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עיקרים, די הויפט־יסודות פון דער אידישער [[אמונה]], און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "[[אני מאמין]]", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין [[סידור]] צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן [[דאוונען]].


דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון-[[אפריקע]] און [[מצרים]]) האט ער אויך פארעפנטלעכט [[ספרים]], און ער איז געווען בארימט אלס [[גרויס]]ער למדן און [[דענקער]], די אידן אין [[מצרים]] האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער [[פירער]] מיטן טיטל נגיד (אזא [[מיינונג]] איז פאראן ביי טייל [[היסטאריקער]]). ער האט פאר זיינע דאזיקע [[יידיש]]ע אמטן ניט גע- | נומען קיינע געלט-באלוינונג, גאר פאר- קערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישי- בות, צעטיילט פיל צדקה. זיין [[נאמען]] אי געווארן בארימט ניט נאר אין [[מצרים]] נאר אויך אין אלע וייטע [[לענדער]], וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געווענדעט צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.  
עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמב"ם, אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים.


דער רמכאיו [[געשטארבן]] אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס [[ווערט]] דערציילט האט מען אים געפירט פון [[מצרים]] קיין [[ארץ ישראל]] און קובר געווען אין [[טבריה]], וואו מען ווייזט אן ביז הייג" טיקן טאג אויף דעם קבר פון [[רמב"ם]], אין יאר 1928 האט מען אין דער גנאג" צער [[יידיש]]ער [[וועלט]] גע[[פייער]]ט דעם 800 יאריקן יובל פון רמב"מס [[געבורט]]; עס זענען דערשינען פיל [[ספרים]] אין פארשי- דענע שפראכן וועגן [[רמב"ם]]. --
==קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמענער אנוס==
עס איז אויך צו פארצייכענען די מיינונגס־פארשידנהייט, וואס איז אנטשטאנען צווישן די [[היסטאריקער]] אין דער פראגע, צי האט דער רמבווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון־[[אפריקע]], בעת דער שמד־גזירה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]]. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן אראבישן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן [[סולטאן]] און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דורך דעם אין געפאר. טייל [[היסטאריקער]] (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע רייע אנדערע [[היסטאריקער]] (מונק און אנדערע) האבן באוויזן, אז די באשולדיגונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכ'ן טויט.
==שבחים==
ווען מען איז אין [[ירושלים]] געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס [[פטירה]] האט מען אין דער הפטורה געזאגט דעם סיפור פון עלי אין [[ספר שמואל]] מיט די [[ווערטער]] "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון [[משה רבינו]] איז נישט געווען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבינו משה בן מימון".
==ביבליאגראפיע==
וועגן רמב"ם זענען געשריבן געווארן זייער פיל [[ספרים]] און ביכער און אפהאנדלונגען. אין דוד יעלינ'ס "רבי משה בן מימון" ([[ווארשע]] 1808) איז פארהאן א [[ביבליאגראפיע]] פון די אלע אויסגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צוגעקומען נאך פיל אנדערע אויסגאבן, באזונדער אין יאר 1988 ווען מען האט געפייערט דעם 800 [[געבורט]]־יאר פון רמב"ם.
==די בילד==
עס איז אויך פארהאן א בילד פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א שפעטער צייט און איז ווארשיינליך א פאלציפיקאט; דאקעגן איז פארהאן די אייגענע האנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטער[[שריפט]].  


== איינפלוס ==
[[he:רמב"ם]]
דער [[רמב"ם]] האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן [[יידיש]]ן [[רעליגיעז]]ן לעבן אין פארלויף פון [[הונדערט]]ער יארן דורך זיי- נע פיל [[ספרים]], וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין [[פילאזאפיע]], אין עטיק און אין טייל [[וויסענשאפט]]לעכע געביטן, די [[צוויי]] הויפט- [[ספרים]] פון [[רמב"ם]] זענען דער [[משנה תורה]]?" אדער ווי מען האט עס אויך גע" רופן ,יד החזקה", און דער ,,מורה נבו" כים".
אויף דעם, [[משנה תורה]]" (;יד החז- קה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיי[[לונגען]], [[ספרים]]) האט דער [[רמב"ם]] גע[[ארבעט]] 10 יאר און האט אים געענדיקט אין יאר 0, דאס איז די זאמלונג פון אלע [[הלכות]] וואס זענען פאראן צעש[[פרייט]] אי" בער דעם [[תלמוד]], סיי בבלי און סיי ירו" שלמי, וי אויך אנדערע [[ספרים]] פון [[תנאים]] און [[אמוראים]], ווי ספרא, ספרי. [[תוספתא]] און אנדעדע. זיי זענען דורכן [[רמב"ם]] געווארן קלאסיפיצירט, איינגע- טיילט לויט זייער שייכות, וואוי [[הלכות]] שבת באזונדער, החלכות [[קרבנות]] באזונ- דער און אזוי כסדו: דער [[רמב"ם]] האט אויס[[געמיט]]ן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריאס וואס זענען פאראן אין [[תלמוד]] און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר ,,משנח תורה" איז געשריבן אין א קלארן הע- ברעאישן משנה-סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קאנען פאר[[שטיין]]. אין אנהויב פון [[משנה תורה]] גיט דער [[רמב"ם]] אויך אלס ,,הלכה" געוויסע פילאזאפישירעלי- גיעזע עקרים און לימודים ואוועגן דער געטלעכקייט, גוטער אוי[[פירונג]] פון [[מענטש]], הנחגות אין עסן, [[קליידונג]], הי" גיענע וכדומה; דאס האט דער [[רמב"ם]] אנגערופן ספר המדע. דער [[רמב"ם]] [[שרייבט]] אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם [[משנה תורה]] מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן [[גרויס]] און קיינער האט ניט קיין צייט און עס איז שוואוער צו [[לערנען]] די גמרא און די פירושים פון די [[גאונים]], און ער האט דעריבער גע" געבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאב- דעם ווי מען האט גע[[לערנט]] תורה וואועט מען אדורכ[[לערנען]] דאס ספר און ויסן אלע [[הלכות]], אויף דעם [[משנה תורה]] זע" נען געשריבן געווארן פיל השגות (קרי- טיק) און פירושים. די וויכטיקסטע פון זיי זענען די ,,השגות" פון רבי [[אברהם]] בן דוד ([[ראב"ד]]), און פון די פירושים דער, כסף משנה" פון רבי יוסף קאר דער [[משנה תורה]] פון [[רמב"ם]] אין נאך ביים רמב"מס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, וייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס [[לערנען]] גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער. מען רופט דאס ספר אין דער לומדים:[[וועלט]] מיטן סתם- [[נאמען]], דער [[רמב"ם]]?, למשל, ,דער [[רמב"ם]] פסקנט" וכדומה, | דאס [[צוויי]]ט גוויס און וואויכטיק ספר פון [[רמב"ם]], וואס האט אבער ארויסגע- רופן אויך [[גרויס]]ע קעגנערשאפט, איז דער ,,[[מורה נבוכים]]", וועלכן דער [[רמב"ם]] האט געשריכן אין דער [[אראבישע]]ר [[שפראך]] און ער איז אי[[בערזע]]צט געווארן אין [[העברעאיש]] דורך רבי [[שמואל]] אבן תבון (פאראן נאך אן אנדערע איבער- זעצונג פון [[רבי יהודה]] אל חריזי); דער טייטש פון ,,[[מורה נבוכים]]? אי: ,וועג- ווייזער פאר די בלאנדזשענדע". כדי צו פאר[[שטיין]] די באדייטונג און דעם איג- פלוס פון /,[[מורה נבוכים]]? דארף מען [[ווייס]]ן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון [[פילאזאפיע]] און ווי" סנשאפטן אין די [[אראבישע לענדער]]. וועלכע האבן זיך געצויגן פון [[שפאניע]] (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום-[[פראנקרייך]]) איבער אלע [[לענדער]] פון צפון-[[אפריקע]] ביז מיטל-אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער [[אראבישע]]ר [[קולטור]]; די [[ווערק]] פון די אל- טע [[גריכיש]]ע פילאזאפן, באזונדערס פון [[אריסטא]]טעלס, זענען געווען גרינטלעך שטודירט סיי דורך די [[אראבישע]] דעג- קער, סיי אויך דורך די [[יידיש]]ע געביל- דעטע פערזענלעכקייטן אין יענער צייט, עס זענען אנשטאנען [[פראבלעמען]], וועל- כע האבן אנגערירט די [[יסודות]] פון יעדער [[אמונה]] בכלל, אזעלכע פראגן, וי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פאראן א גאט, וואס האט די [[וועלט]] [[באשאפן]] און פירט די [[וועלט]] (,מציאות השם'), דאס פרא- בלעם פון, [[ידיעה]] ו[[בחירה]]? (זע זוב" [[ווארט]] ,,[[ידיעה]] ו[[בחירה]]"), דאס [[פראבלעם]] וי קאן מען גאט,. וואס איו א [[גייסט]]י" קייט, צו[[שרייבן]] אזעלכע אינשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה, די דאזיקע פראבלע- מען, וועלכע זענען אייגנטלעך דער רע זולטאט פון ניט [[פארלאזן]] זיך אויף טרא" דיציע אליין אין [[אמונה]]-זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע [[גלויבונג]]ען אין ליכט פון [[וויסנשאפט]] וואבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון [[אמונה]]. עס איז אנטשטאנען די הויפט-פראגע: צי קאן מען איסגלייכן [[רעליגיע]] מיט ויסנשאפט. דעם דאזיקן ציל האט געהאט פאר זיך דער [[רמב"ם]], ווען ער האט געשריבן דעם ,,מורה נבו- כים", דעם, וועגווייזער פאר די בלא:- דזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א [[תלמיד]] רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער [[אראבישע]]ר [[שפראך]], כדי ער זאל זיין צוגענגלעך פאר די דעמאלטיקע [[יידיש]]ע [[משכילים]]. ואוועלכע הוואבן [[העברעאיש]] שוואך פארשטאנען אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין [[העברעאיש]]ער [[איבערזעצונג]] אויף פיל דורות [[יידיש]]ע [[פארשער]] און [[דענקער]], דער ,,[[מורה נבוכים]]" באשטייט פון עטלעכע טיילן. דער 1טער בא[[האנדל]]ט די גנע" מען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואוי, למשל גאט איז גוט, בארמהארציק וכדומה; דער [[רמב"ם]] דערקלערט דאס אלץ אין אלעגא- רישן זין (זע זוכ[[ווארט]], [[אלעגאריע]]) און ער האלט, אז איבערהויפט קאן מען די תארים, די ,, מעלות", פון דער געט" לעכקייט נאר נעמען אין געגאטיון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן, גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קאן מען ניט זאגן אז ער איז [[שלעכט]], דער [[צוויי]]טער טייל בא[[האנדל]]ט די בא- ווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער [[שאפונג]] פון דער וואועלט, וי אויך דעם ועזן פון דער נבואה דערשיינונג, דער דריטער טייל בא[[האנדל]]ט די באצי- אונג פון גאט צו [[מענטש]], די פראבלע- מען פון גוט און [[שלעכט]], שכר ועוגש, [[ידיעה]] ו[[בחירה]], דער געטלעכער [[השגחה]], וי אויך די טעמים פון די [[מצוות]] פון דער תורה. אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער [[רמב"ם]] אין דער שיטה פון אלט-[[גריכיש]]ן [[פילאזאף]] [[אריסטא]]טל, מיטן אויסנאם פון פראכלעם וועגן דער [[וועלט]]-[[שאפונג]], אין וועלכער [[אריסטא]]טל ([[אריסטו]]) האלט פון, קדמות העולם, אז די וואועלט עקזיסטירט פון אייביק אן און דער [[רמב"ם]] האלט פון ,,חידוש העו" לם", אז די [[וועלט]] איז [[באשאפן]] געווארן ;יש מאין", פון [[גארנישט]]. דער, [[מורה נבוכים]]? האט שוין ביים רמב"מס לעבן ארויסגערופן א שטורם פון קעגנערשאפט ביי א סך [[פרומע]] [[יידיש]]ע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל [[מיינונג]]ען זענען קעגן דער [[אמונה]]. באונדערס דעם רמב"מס [[מיינונג]] וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער דמב"ם לייקנט אין תחיית המתים: דערויף האט דער [[רמב"ם]] אנגעשריבן זיין, מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט ניט געהאלפן. די קעג- נער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט [[פילאזאפיע]] און פרואוואון אויסטייטשן [[אמונה]]-זאכן מיט דער הילף פון [[חקירה]] א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער [[אמונה]] בכלל. נאכן טויט פון [[רמב"ם]] האט אין דרום- [[פראנקרייך]] און [[שפאניע]] זיך צעפלאקערט דאס [[פייער]] פון מחלוקה ארום דעם רמב"מס ,,[[מורה נבוכים]]"; אזעלכע גרוי" סע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבנו יונה (זע, יונה פון געראנדי") און אנ" דערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל ,,ספר המדע" פון ,,מש- נה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן [[פארברענט]] דעם, [[מורה נבוכים]]". דער דאזיקער קאמף איז גע- פירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר [[פרומע אידן]], באזונ" דערס לעצטנס אין די [[קרייז]]ן פון [[חסידים]], הנם זיי האבן ניט געוואגט צו רעדן קעגן [[רמב"ם]], וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער [[רמב"ם]] זיל", האבן אבער ניט געלאזט [[לערנען]] אין [[מורה נבוכים]]. דער [[מורה נבוכים]] האט געהאט א [[גרויס]]ע השפעה אויף דעם [[רעליגיעז]]-פילאזאפישן געדאנקענגאנג ניט נאר אין דער [[יידיש]]ער נאר אויך אין דער ניט-[[יידיש]]ער ועלט, אויף אזא [[קריסט]]- לעכן סכאלאסטיקער וי אלבערט מאג" נוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילא- זאפן וי [[שפינאזא]] און אנדערע. ער איז אי[[בערזע]]צט געווארן אין פיל [[אייראפע]]- אישע שפראכן ([[לאטיין]], [[דייטש]],. פראנ" צויזיש, [[ענגליש]] און אנדערע). צום [[מורה נבוכים]] זענען געשריבן געווארן פיל פירו- שים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון (,גבעת המורה") און אנדערע. לעצ- טנס איז ער דערשינען אין תל:אביב מנוקד מיט א פירוש און איינלייטונג פון דר. [[יהודה]] קויפמאן. אחוץ די דאזיקע [[צוויי]] הויפט-[[ספרים]] האט דער [[רמב"ם]] מחבר געווען אויך אנ- דערע ויכטיקע [[ספרים]]: 1) ,ספר ה[[מצוות]]? (אין [[אראביש]], אי[[בערזע]]צט אין [[העברעאיש]]), 2) פירוש אויף [[משניות]] (אין [[אראביש]], אי[[בערזע]]צט אין העברע- איש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די, שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע: 3) שאלות ותשובות ,,פאר הדור"; 4) ,,אגרת תימן" (וועגן משיה און פאלשע משיחים; 6) ,אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען גע" ווען געצוואונגען עפנטלעך צו אנערקע- נען די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]] און אין געהחיים זענען זיי געבליבן אידן)+ 8) ,,מלות הגיון? איבער [[לאגיק]] און פילא- זאפישע [[באגריפן]]; 6) ,פרקי משה" אי- בער מעדיצינישע פראגן, אויך אנדערע [[ספרים]], וואס וועגן טייל פון זיי איז א [[צוויי]]פל צי זיי שטאמען פון [[רמב"ם]] (,,פרקי ההצלחה" און אנדערע), אין זיין [[פירוש המשניות]] צום פרק חלק אין סג- הדרין בא[[האנדל]]ט דער [[רמב"ם]] אויך די פראגע, וואס זענען די עקרים, די הויפט- [[יסודות]] פון דער ידישער [[אמונה]], און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 8 ;[[אני מאמין]]", וואס זענען אריין- גענומען געווארן אין [[סידור]] צו זאגן יעדן טאג נאכן [[דאווענען]]. עס איז אויך צו פאר[[צייכענען]] די מיי" נונג-פארשידענקייט, וואס איז אנשטא- נען צווישן די [[היסטאריקער]] אין דער פראגע, צי האט דער [[רמב"ם]] ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון-[[אפריקע]], בעת דער שמד:גזרה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער [[רעליגיע]]. אזא באשולדי- קונג איז געבראכט געווארן קעגן [[רמב"ם]] דורך זיינס א שונא, אן [[אראביש]]ן דאק- טאר, וועלכער האט וועגן דעם פארמטרט דעם [[רמב"ם]] צום עגיפטישן [[סולטאן]] און דעם רמב"מס לעבן איז געווען דאדורך אין געפאר,. טייל [[היסטאריקער]] (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשול- דיקונג פאר א ריכטיקע, אבער א גאנצע ריי אנדערע [[היסטאריקער]] (מונק און אג- דערע) האבן באוואויזן, אז די באשולדיקונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון [[רמב"ם]] ביי אלע אידן איז געווען [[גרויס]] סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכן טויט. וען מען איז אין [[ירושלים]] געוואויר געווארן פון רמב"מס [[פטירה]] האט מען אין דער הפ- טרה געזאגט דעם ספור פון עלי אין [[ספר שמואל]] מיט די [[ווערטער]] ,כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים ,,ממשה ועד משה לא קם כמשה", ,פון [[משה רבנו]] איז ניט געוען אזוי וואוי דער [[רמב"ם]]". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט ,,בחיי דמרנא ורבנא רבנו משה בן מימון". ועגן [[רמב"ם]] זענען גע- שריבן געווארן זייער פיל [[ספרים]] און בי" כער און אפ[[האנדלונג]]ען. אין דוד יעלינס ;רבי משה בן מימון? ([[ווארשע]] 1808) איז פאראן א [[ביבליאגראפיע]] פון די אלע אוייטגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צו" געקומען נאך פיל אנדערע אויבעטן, בא- זונדערס אין יאר 1988 ווען מען האט גע[[פייער]]ט דעם 800 [[געבורט]]-יאר פון [[רמב"ם]]. עס איז אויך פאראן א בילך פון [[רמב"ם]], אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א ש[[פעטער]] צייט און איז וואף- שיינלעך א פאלסיפיקאט; דאקעגן איז פאראן די אייגענע האנט[[שריפט]] פון [[רמב"ם]] און זיין אונטער[[שריפט]]. -- זע אויך גרעץ, דברי ימי ישראל; דעם מבוא פון קויפמאן (אבן [[שמואל]]) צום . ,[[מורה נבוכים]]'; אחדר העם השכל" (אין על פרשת דרמים.
{{קרד/פאלקס-ענצ}}
{{קרד/פאלקס-ענצ}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:20, 30 יוני 2024

רבי משה בן מימון
דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער 18'טע י"ה
דער באקאנטער בילד פונעם הרמב"ם, וואס איז באזירט אויף א בילד, ווארשיינליך פיקטיוו, פון דער 18'טע י"ה
געבורט 1138
ד'תתצ"ח
דער אל־מאראביטישע אימפעריע קארדאווא, דער אל־מאראביטישע אימפעריע
פטירה כ' בטבת ד'תתקס"ה
דער פאטימישע כאליפאט פאסטאט, דער פאטימישע כאליפאט
כינוי הרמב"ם, הר"מ, הנשר הגדול
מקום קבורה קבר הרמב"ם, טבריה
מדינה אל־אנדאלוס, מאראקא, מצרים
וואוין אָרט קאירא,פאסטאט
תפקידים נוספים ראטגעבער און פערזענליכע דאקטער פון דער פאטימישע סולטאן
רבי'ס זיי פאטער רבי מימון הדיין, רבי יוסף אבן מיגאש, רבי יהודה הכהן אבן סוסאן.
תלמידים זיין זון רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי יוסף בן יהודה אבן עקנין, רבי חננאל בן שמואל און פיל אנדערע
ספרים מילות ההגיון, פירוש המשנה, משנה תורה, אגרות, תשובות הרמב"ם, מורה הנבוכים, מעדיצינישער ווערק און פארלוירענע אדער טיילווייז פארלוירענע ווערק.
רמב"ם
זרם אריסטאטעליאניזם (אנ'), רבנים אידישקייט
תחומי עניין הלכה, טעאלאגיע, מעטאפיזיק, לאגיק, עטיק, דאקטעריי, אסטראנאמיע
הושפע מ אריסטו, אל־פאראבי, אבן באדזשא, אבן סינא

משה בן מימון (רמב"ם) איז איינער פון די באדייטנדסטע פערזענליכקייטן אין דער אידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין רעליגיעזן אידנטום, באקאנט אויך אין דער אלגעמיינער געשיכטע פון פילאזאפיע אלס "מיימאנידעס". דער רמב"ם ("רבינו משה בן מימון") איז געבוירן געווארן אין קארדאווא אין שפאניע שבת ערב פסח ד' אלפים תתצ"ח (1138) און איז געשטארבן אין פאסטאט אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה (1204).


ביאגראפיע

אין דער יוגנט האט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאטער רבי מימון נישט נאר אידישער לימודים נאר אויך וועלטליכע לימודים, אין יאר 1148 איז מימון געווען געצוואונגען צו אנטלויפן מיט זיין פאמיליע פון שפאניע צוליב די פארפאלגונגען אויף אידן דורך דער פאנאטישער מאכמעדאנער סעקטע, די אל־מוהאדן; ער האט מיטגענומען מיט זיך זיינע צוויי זין, דוד און משה. אין נאך פיל וואנדערונגען באזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון־אפריקע, אין יאר 0 אבער אויך דארט איז פארגעקומען א גזירת שמד אויף אידן דורך די מאכמעדאנער און נאכדעם ווי רבי מימון און זיינע קינדער האבן געלעבט עטליכע יאר אין געהיים אלס אידן זענען זיי פון דארט אנטלאפן איבער ארץ־ישראל קיין מצרים (בערך 1168), און זיי האבן זיך באזעצט צוערשט אין אלעקסאנדריע און דערנאך אין פאסטאט לעבן קאירא.

דער רמב"ם האט דא געליטן פיל פאמיליע־ליידן, זיין פאטער איז געשטארבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האט געהאנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאנצע פאמיליע, איז דערטרונקען געווארן פארנדיג אויף א שיף. דער רמב"ם האט אין פאסטאט לעבן קאירא, וואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון עגיפטישן סולטאן, גענומען לערך דעם יאר 1170 פראקטיצירן אלס דאקטאר מעדיצין און ער האט שנעל זיך ערווארבן א נאמען אלס בארימטער דאקטאר. ער איז געווען לייב־דאקטאר צוערשט פון גרויס־וויזיר און דערנאך פון סולטאן צאלאך א־דין אין הויף.

דורך דער גאנצער צייט, (אין צפון־אפריקע און מצרים) האט ער אויך פארעפנטליכט ספרים, און ער איז געווען בארימט אלס גרויסער למדן און דענקער, די אידן אין מצרים האבן אים באשטימט צוערשט אלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אזא מיינונג איז פארהאן ביי טייל היסטאריקער). ער האט פאר זיינע דאזיגע אידישע אמטן נישט גענומען קיינע געלט־באלוינונג, גאר פארקערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישיבות, צעטיילט פיל צדקה. זיין נאמען איז געווארן בארימט נישט נאר אין מצרים נאר אויך אין אלע ווייטע לענדער, וואו עס האבן געוואוינט אידן. מען האט זיך געוואנדן צו אים איבעראל מיט שאלות ותשובות.

דער רמב"ם איז געשטארבן אין עלטער פון 70 יאר, און ווי עס ווערט דערציילט האט מען אים געפירט פון מצרים קיין ארץ ישראל און קובר געווען אין טבריה, וואו מען ווייזט אן ביז היינטיגן טאג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאר 1928 האט מען אין דער גאנצער אידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאריגן יובל פון רמב"מ'ס געבורט; עס זענען ערשינען פיל ספרים אין פארשידענע שפראכן וועגן רמב"ם.

לויט דער הלכה טאר נישט א גרויסער טייל אידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א לאו דערויף, דער רמב"ם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן, אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט, האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג' לאוין. זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף אבטולמס בן ראובן [1] איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן, האט דער רמב"ם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג, ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה, אזוי פלעגט ער זיך פירן [2]

ווערק און איינפלוס

דער רמב"ם האט געהאט אן איינפלוס אויף דעם גאנצן אידישן רעליגיעזן לעבן אין פארלויף פון הונדערטער יארן דורך זיינע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען א וועגווייזער אין אלע געביטן, אין הלכה, אין פילאזאפיע, אין עטיק און אין טייל וויסנשאפטליכע געביטן, די צוויי הויפט־ספרים פון רמב"ם זענען דער "משנה תורה", אדער ווי מען האט עס אויך גערופן "יד החזקה", און דער "מורה נבוכים".

משנה תורה

אויף דעם "משנה תורה" ("יד החזקה" הייסט עס ווייל י"ד איז 14 און דאס ספר באשטייט פון 14 אפטיילונגען, ספרים) האט דער רמב"ם געארבעט 10 יאר און האט אים געענדיגט אין יאר ד'תתקל"ז. דאס איז די זאמלונג פון אלע הלכות וואס זענען פארהאן צעשפרייט איבער דעם תלמוד, סיי בבלי און סיי ירושלמי, ווי אויך אנדערע ספרים פון תנאים און אמוראים, ווי ספרא, ספרי, תוספתא, און אנדערע. זיי זענען דורכ'ן רמב"ם געווארן קלאסיפיצירט, איינגעטיילט לויט זייער שייכות, וואו הלכות שבת באזונדער, הלכות קרבנות באזונדער, און אזוי כסדר.

דער רמב"ם האט אויסגעמיטן די אלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריא'ס וואס זענען פארהאן אין גמרא און ער האט געגעבן נאר דעם תמצית פון דער הלכה; דאס ספר "משנה תורה" איז געשריבן אין א קלארן העברעאישן משנה־סטיל, אזוי אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין.

אין אנהייב פון משנה תורה גיבט דער רמב"ם אויך אלס "הלכה" געוויסע פילאזאפיש־רעליגיעזע עיקרים און לימודים וועגן דער געטליכקייט, גוטער אויפפירונג פון מענטש, הנהגות אין עסן, קליידונג, היגיענע וכדומה; דאס האט דער רמב"ם אנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט דעם משנה תורה מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געווארן גרויס און קיינער האט נישט קיין צייט און עס איז שווער צו לערנען די גמרא און די פירושים פון די גאונים, און ער האט דעריבער געגעבן פאר דעם פאלק דאס ספר, כדי נאכדעם ווי מען האט געלערנט תורה וועט מען דורכלערנען דאס ספר און וויסן אלע הלכות.

אויף דעם משנה תורה זענען געשריבן געווארן פיל השגות (קריטיק) און פירושים. די וויכטיגסטע פון זיי זענען די "השגות" פון רבי אברהם בן דוד (ראב"ד), און פון די פירושים דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו. דער משנה תורה פון רמב"ם אין נאך ביים רמב"מ'ס לעבן אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, און הגם עס זענען געווען טייל וואס האבן אים קריטיקירט, ווייל זי האבן מורא געהאט אז דאס וועט אינגאנצן מבטל מאכן דאס לערנען גמרא, איז אבער דאס ספר אנגענומען געווארן אפילו דורך די קעגנער.

מען רופט דאס ספר אין דער לומדים־וועלט מיטן צונאמען, "דער רמב"ם", למשל, "דער רמב"ם פסק'נט" וכדומה.

מורה נבוכים

דאס צווייטער גרויסער און וויכטיגער ספר פון רמב"ם, וואס האט אבער ארויסגערופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער "מורה נבוכים", וועלכן דער רמב"ם האט געשריבן אין דער אראבישער שפראך און ער איז איבערגעזעצט געווארן אין העברעאיש דורך רבי שמואל אבן תבון (פארהאן נאך אן אנדערע איבערזעצונג פון רבי יהודה אל חריזי). דער טייטש פון "מורה נבוכים" איז "וועג־ווייזער פאר די בלאנדזשענדע".

כדי צו פארשטיין די באדייטונג און דעם איינפלוס פון "מורה נבוכים" דארף מען ווייסן, אז דעמאלט איז געווען א צייט פון אויפלעבונג פון פילאזאפיע און וויסנשאפטן אין די אראבישע לענדער וועלכע האבן זיך געצויגן פון שפאניע (און אין א געוויסער מאס אויך פון דרום־פראנקרייך) איבער אלע לענדער פון צפון־אפריקע ביז מיטל־אזיע. דאס איז געווען די גלאנץ עפאכע פון דער אראבישער קולטור; די ווערק פון די אלטע גריכישע פילאזאפן, באזונדער פון אריסטאטעלס, זענען געווען גרונטליך שטודירט סיי דורך די אראבישע דענקער, סיי אויך דורך די אידישע געבילדעטע פערזענליכקייטן אין יענער צייט. עס זענען אנטשטאנען פראבלעמען, וועלכע האבן אנגערירט די יסודות פון יעדער אמונה בכלל. אזעלכע פראגעס, ווי דאס זוכן באווייזן אז עס אין פארהאן א גאט, וואס האט די וועלט באשאפן און פירט די וועלט ('מציאות השם'), דאס פראבלעם פון, ידיעה ובחירה, דאס פראבלעם ווי קען מען גאט, וואס איז א גייסטיגקייט, צושרייבן אזעלכע אייגנשאפטן ווי גוט, רחמן וכדומה. די דאזיגע פראבלעמען, וועלכע זענען אייגנטליך דער רעזולטאט פון נישט פארלאזן זיך אויף טראדיציע אליין אין אמונה זאכן, נאר דאס וועלן פארשן די אלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט, האבן א סך געבילדעטע אידן אין יענער צייט אראפגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אנטשטאנען די הויפט־פראגע: צי קען מען אויסגלייכן רעליגיע מיט וויסנשאפט.

דעם דאזיגן ציל האט געהאט פאר זיך דער רמב"ם, ווען ער האט געשריבן דעם "מורה נבוכים", דעם "וועגווייזער פאר די בלאנדזשענדע". ער האט אים געשריבן פאר זיינס א תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האט אים געשריבן מיט א כוונה אין דער אראבישער שפראך, כדי ער זאל זיין צוגענגליך פאר די דעמאלסדיגע אידישע משכילים וועלכע האבן העברעאיש שוואך פארשטאנען. אבער די גרעסטע ווירקונג האט דאס ספר געהאט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות אידישע פארשער און דענקער.

דער "מורה נבוכים" באשטייט פון עטליכע טיילן. דער ערשטער באהאנדלט די נעמען און די תארים, אטריבוטן, פון גאט, וואס ווערן געבראכט אין תנ"ך, וואו למשל גאט איז גוט, בארימהארציג וכדומה. דער רמב"ם ערקלערט דאס אלץ אין אלעגארישן זין, און ער האלט, אז איבערהויפט קען מען די תארים, די "מעלות", פון דער געטליכקייט נאר נעמען אין נעגאטיוון זין, דאס הייסט, אז ווען מיר זאגן "גאט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אז וועגן גאט קען מען נישט זאגן אז ער איז שלעכט. דער צווייטער טייל באהאנדלט די באווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאט און דער שאפונג פון דער וועלט, ווי אויך דעם וועזן פון דער נבואה ערשיינונג. דער דריטער טייל באהאנדלט די באציאונג פון גאט צו מענטש, די פראבלעמען פון גוט און שלעכט, שכר ועונש, ידיעה ובחירה, דער געטליכער השגחה, ווי אויך די טעמים פון די מצוות פון דער תורה.

אין דעם פילאזאפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון אלט־גריכישן פילאזאף אריסטאטעלס, מיטן אויסנאם פון פראבלעם וועגן דער וועלט־שאפונג, אין וועלכער אריסטאטעלס (אריסטו) האלט פון קדמות העולם, אז די וועלט עקזיסטירט פון אייביג אן און דער רמב"ם האלט פון "חידוש העולם", אז די וועלט איז באשאפן געווארן "יש מאין", פון גארנישט.

דער מורה נבוכים האט שוין ביים רמב"מ'ס לעבן ארויסגערופן א שטורעם פון קעגנערשאפט ביי א סך פרומע אידישע גדולים, וועלכע האבן געהאלטן, אז פיל מיינונגען זענען קעגן דער אמונה. באונדער דעם רמב"מ'ס מיינונג וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאכ'ן טויט, זיי האבן חושד געווען, אז דער רמב"ם לייקנט אין תחיית המתים. דערויף האט דער רמב"ם אנגעשריבן זיין "מאמר תחיית המתים", אבער דאס האט נישט געהאלפן. די קעגנער האבן געהאלטן, אז איבערהויפט איז דער גאנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט פילאזאפיע און פרואוון אויסטייטשן אמונה זאכן מיט דער הילף פון חקירה א פאלשער, און ער ברענגט דערצו, אז מען גייט אוועק פון דער אמונה בכלל.

נאכ'ן טויט פון רמב"ם האט אין דרום־פראנקרייך און שפאניע זיך צעפלאקערט דאס פייער פון מחלוקת ארום דעם רמב"מ'ס מורה נבוכים; אזעלכע גרויסע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבינו יונה און אנדערע האבן מחרים געווען דאס ספר און אויך דעם טייל "ספר המדע" פון "משנה תורה". מען האט דערפירט דערצו אז גלחים האבן פארברענט דעם מורה נבוכים.

דער דאזיגער קאמף איז געפירט געווארן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאר פרומע אידן, באזונדער אין די מאדערנע עפאכע אין די קרייזן פון חסידים, הגם זיי האבן נישט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן, דער רמב"ם ז"ל, האבן אבער נישט געלאזט לערנען אין מורה נבוכים.

דער מורה נבוכים האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דעם רעליגיעז־פילאזאפישן געדאנקענגאנג נישט נאר אין דער אידישער נאר אויך אין דער נישט־אידישער וועלט, אויף אזא קריסטליכן סכאלאסטיקער ווי אלבערט מאגנוס, און אויך אויף אלגעמיינע פילאזאפן ווי שפינאזא און אנדערע. ער איז איבערגעזעצט געווארן אין פיל אייראפעאישע שפראכן (לאטייניש, דייטש, פראנצויזיש, ענגליש און אנדערע).

צום מורה נבוכים זענען געשריבן געווארן פיל פירושים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון ("גבעת המורה") און אנדערע. לעצטנס איז ער ערשינען אין תל־אביב מנוקד מיט א פירוש און הקדמה פון דר. יהודה קויפמאן.

אנדערע ווערק

אחוץ די דאזיגע צוויי הויפט־ספרים האט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אנדערע וויכטיגע ספרים: 1) ,ספר המצוות (אין אראביש, איבערגעזעצט אין העברעאיש), 2) פירוש אויף משניות (אין אראביש, איבערגעזעצט אין העברעאיש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פירוש אויף אבות אויך די "שמונה פרקים" איבער עטיק און היגיענע; 3) שאלות ותשובות "פאר הדור"; 4) "אגרת תימן" (וועגן משיח און פאלשע משיחים; 6) "אגרת השמד" (גרינגער צו מאכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען געצוואונגען עפנטליך צו אנערקענען די מאכמעדאנישער רעליגיע און אין געהיים זענען זיי געבליבן אידן); 8) "מלות הגיון" איבער לאגיק און פילאזאפישע באגריפן; 6) "פרקי משה" איבער מעדיצינישע פראגעס; אויך אנדערע ספרים, וואס וועגן טייל פון זיי איז א צווייפל צי זיי שטאמען פון רמב"ם ("פרקי ההצלחה" און אנדערע).

אין זיין פירוש המשניות צום פרק חלק אין סנהדרין באהאנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, וואס זענען די עיקרים, די הויפט־יסודות פון דער אידישער אמונה, און ער רעכנט דארט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געווארן די 13 "אני מאמין", וואס זענען אריינגענומען געווארן אין סידור צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן דאוונען.

עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמב"ם, אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים.

קאנטרעוועסיע איבער מוסלאמענער אנוס

עס איז אויך צו פארצייכענען די מיינונגס־פארשידנהייט, וואס איז אנטשטאנען צווישן די היסטאריקער אין דער פראגע, צי האט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון־אפריקע, בעת דער שמד־גזירה, אנגענומען לפנים די מאכמעדאנישער רעליגיע. אזא באשולדיגונג איז געבראכט געווארן קעגן רמב"ם דורך זיינס א שונא, אן אראבישן דאקטאר, וועלכער האט וועגן דעם פאר'מסר'ט דעם רמב"ם צום עגיפטישן סולטאן און דעם רמב"מ'ס לעבן איז געווען דורך דעם אין געפאר. טייל היסטאריקער (גייגער און אנדערע) האבן געהאלטן די באשולדיגונג פאר א ריכטיגע, אבער א גאנצע רייע אנדערע היסטאריקער (מונק און אנדערע) האבן באוויזן, אז די באשולדיגונג איז א פאלשע, דער כבוד און די השפעה פון רמב"ם ביי אלע אידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאכ'ן טויט.

שבחים

ווען מען איז אין ירושלים געוואויר געווארן פון רמב"מ'ס פטירה האט מען אין דער הפטורה געזאגט דעם סיפור פון עלי אין ספר שמואל מיט די ווערטער "כי נלקח ארון אלהים". מען האט געשריבן אויף אים "ממשה ועד משה לא קם כמשה", "פון משה רבינו איז נישט געווען אזוי ווי דער רמב"ם". אין תימן האט מען אין קדיש געזאגט "בחיי דמרנא ורבנא רבינו משה בן מימון".

ביבליאגראפיע

וועגן רמב"ם זענען געשריבן געווארן זייער פיל ספרים און ביכער און אפהאנדלונגען. אין דוד יעלינ'ס "רבי משה בן מימון" (ווארשע 1808) איז פארהאן א ביבליאגראפיע פון די אלע אויסגאבן; אבער זינט דעמאלט זענען צוגעקומען נאך פיל אנדערע אויסגאבן, באזונדער אין יאר 1988 ווען מען האט געפייערט דעם 800 געבורט־יאר פון רמב"ם.

די בילד

עס איז אויך פארהאן א בילד פון רמב"ם, אבער דאס בילד שטאמט פון זייער א שפעטער צייט און איז ווארשיינליך א פאלציפיקאט; דאקעגן איז פארהאן די אייגענע האנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטערשריפט.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!

  1. כפתור ופרח פ"ה ע' 12
  2. ספר חרדים פס"ה