רוי:רבי אברהם בן דוד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם בן דוד, דער בעל השגות אויפן רמב"ם, איז געבוירן געווארן אין דער שטאָט פּאַסקוויערעי, פראנקרייך, אינעם יאר 1125. ער איז נפטר געווארן ערב שבת חנוכה, נאוועמבער 27, 1198 אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאר. די גרעסטע גאונים פון זיין צייט זענען געווען זיינע רבי'ס, און א דאנק זיינע אויסערגעווענליכע פעהיגקייטן איז ער געווארן "דער ראש המדברים" אומעטום; אלע האבן זיך צוגעהערט צו אים. אויך פון אנדערע לעדער האט מען זיך געווענד צו אים וועגן פּסקי הלכות. זייענדיג רייך האט ער אויסגעהאלטן די תלמידים פון זיין ישיבה, וועלכע פלעגן קומען אויך פון ווייטע לענדער לערנען תורה ביי אים. ווען ער האט אפּגעזאגט דעם הויפּט פון דער שטאט פּאַסקוויערע אים צו געבן זיין געלט, האט ער אים איינגעשפּארט אין טערמע, אינעם יאר 1172. נאך זיין באפרייאונג האט ער פארלאזט זיין געבורטס־שטאט, און ער האט זיך באזעצט אין דער שטאט נימעס.

דער ראב"ד האט געענטפערט פילע תשובות. מאנכע פון זיי ווערן דערמאנט אין פארשידענע ספרים. ער איז דער מחבר פון: א פּירוש אויפן ספרא (תורת כהנים), א פּירוש אויף תלמוד בבלי, פּסקי אסור והיתר, הלכות לולב, הלכות נטילת ידים, בעלי הנפש, ראשי פּרקי סודות, קבלה, דרשה פאר פּסח און נאך. דער עיקר איז ער בארימט דורך זיינע השגות אויפן רמב"ם. און כאטש זיינע השגות אויפן רמב"ם זענען זייער שארף, האט דער רמב"ם פארט געהאלטן פון אים. אין זיין בריף צו ר' שמואל אבן תבון דערמאנט דער רמב"ם דעם ראב"ד מיט כבוד. ער באטיטולט אים מיט "דער גרויסער רב פון פּאסקוויערעי". מען האט אים געהאלטן פאר א הייליגן מענטש. דער רקאנטי האט אפילו געשריבן אויף אים אז אליהו הנביא האט זיך אנטפּלעקט צו אים; און דער ראב"ד אליין האט געזאגט אז דער רוח הקודש האט זיך באוויזן אין זיין בית המדרש.

צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי יצחק הכהן פון נאַרבונא, דער ערשטער מפורש אויף תלמוד ירושלמי, און נאך.

דער ראב"ד ווערט דערמאנט אין תוספות: תענית כה, א, אונטערן ווארט הא; יומא יח, ב, אונטערן ווארט יחודי; עבודה זרה לח, א, אונטערן ווארט אלא; תמורה יב, ב אונטערן ווארט יוסף, און אין מערערע אנדערע ערטער.