רוי:ידיעה ובחירה
ידיעה ובחירה איז אן אויסדרוק פאר איינעם פון די הויפט-פראבלעמען אין דער אידישער טעאלאגיע און פילאזאפיע פון מיטלאלטער. דאס ווארט ידיעה איז דער טייטש "וויסן" און דאס ווארט בחירה איז דער טייטש "פריי-אויסוועלן".
שאלה
דאס פראבלעם באשטייט אין פאלגנדן: ווי אזוי קען מען אננעמען אז גאט ווייסט אלעס וואס עס וועט געשען מיטן מענטש אין דער צוקונפט און וואס דער מענטש וועט טון, און גלייכצייטיג זאל דער מענטש האבן דעם פרייען ווילן, קענען זיך אויסקלויבן וואס צו טון, מצוות צי עבירות, גוטע טאטן צי שלעכטע טאטן?
זאל מען אננעמען, אז גאט ווייסט די צוקונפט, איז דאך דערמיט אליין שוין באשטימט פון פאראויס, ווי אזוי דער מענטש וועט זיך אויפפירן, ווייל גאט ווייסט דאך שוין יעצט ווי אזוי דער מענטש וועט זיך אויפפירן; קומט דאך אויס, אז דער מענטש האט נישט קיין פרייען ווילן, קיין בחירה, נאר מוז טון וואס ער טוט. אין אזא פאל איז דאך די פראגע, פארוואס קומט דעם מענטש צו באשטראפן פאר זיינע שלעכטע מעשים, אויב איז ער געצוואונגען צו טאן דאס וואס ער טוט?
ענטפער
דאס דאזיגע פראבלעם וועגן דער סתירה צווישן דער ידיעה פון גאט און דער בחירה פון מענטש איז באהאנדלט געווארן דורך די אידישע פילאזאפן אין מיטלאלטער, ווי רב סעדיה גאון אין "אמונות ודעות"[1], רמב"ם אין "מורה נבוכים"[2] און אין משנה תורה[3], און אנדערע. זייער ערקלערונג איז אז מיר ווייסן נישט וואס עס מיינט די ידיעה פון גאט, וועלכע איז נישט ווי דעם מענטשנ'ס ידיעה, און דעריבער קענען מיר נישט אורטיילן וועגן דעם.
טייל ווילן האבן, אז די פראגע ווערט בארירט אין דער משנה[4] אין די ווערטער פון תנא רבי עקיבא: "הכל צפוי והרשות נתונה", אלעס איז פאראויסגעזען און די דערלויבעניש איז געגעבן.
ביבליאגראפיע
וועגן פראבלעם פון "ידיעה ובחירה", און אויך וועגן דעם אלגעמיין פילאזאפישן פראבלעם פון דעטערמיניזם און פרייען ווילן, זעט: כהן "על החזון לעתיד" (ירושלים תרצ"ה).
רעפערענצן
- ↑ האמנות והדעות מאמר ד, פרק ד.
- ↑ מורה הנבוכים, חלק ג' פרק י"ט
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תשובה, פרק ה', הלכה ה'
- ↑ משנה, אבות פרק ג'
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!