הרב חיים העליר
![]() | |
געבורט | כ' תמוז ה'תרל"ח |
---|---|
פטירה | י"ד ניסן ה'תש"כ (אלט: 81) |
קבורה ארט |
מאונט יהודה, רידזשוואוד, קווינס 40°41′27″N 73°53′49″W / 40.6909283°N 73.8970462°W ![]() |
רבי חיים העליר (תרל"ח–תש"כ) איז געווען א פּראמינענטער תלמיד חכם און פארשער פון תנ"ך איבערזעצונגען, וועלכער האט קאמבינירט טראדיציאנעלן רבנישער בקיאות מיט עקספּערטיז אין מאדערנער טעקסטואלער פארשונגען[1]. ער האט פארמאגט א דאָקטאָראַט און איז געווען בארימט פאר זיין קענטעניס אין אור-אלטע שפּראכן[2]. ער האט געוואוינט אין מאנהעטן און איז געווען א ראש ישיבה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן.
ביאגראפיע

נוסח פון זיין מציבה
|
---|
הגאון החסיד |
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין ביאַליסטאָק אין כ' תמוז תרל"ח[3]. זיין פאטער ר' ישראל ב"ר זאב מאיר (נפ' ה' אב תרנ"ט), גערופן פּינסקער עילוי, איז געווען א תלמיד חכם וואס האט זיך באשעפטיגט מיט האנדל, און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט ש"ס 70 מאל[4]. ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר)[5]. העליר איז געווען אן אפשטאמיגער פון רבי יום טוב ליפמאן העליר, און האט מקפיד געווען צו שרייבן זיין נאמען ווי דער מחבר פון תוספות יום טוב האט זיך אונטערגעשריבן[6]. העליר'ס עלטערער ברודער איז געווען ר' נחמן העללער (העב'), וואס איז שפעטער געווארן א רב אין טשארלסטאן, וועסט ווירדזשיניע. נאך דעם טויט פון ר' חיים'ס מוטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן אין ווארשע דורך זיין פעטער ר' יעקב יוסף ברודא. ער האט נישט געלערנט אין קיין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין רבי'ן, און שוין אלס צען יעריג בחור'ל איז ער געווען באוואוסט אלס "ווארשעווער עילוי". דער הויז פון זיין רייכן פעטער אין ווארשע האט געדינט אלס בית ועד פאר די גרעסטע תלמידי חכמים פון יענע יארן ווען זיי האבן געוויילט אין ווארשע, אריינגערעכנט רבי יאשע בער סאלאווייטשיק, זיין זון רבי חיים, דער חפץ חיים[1], רבי יצחק אלחנן ספּעקטאָר, רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, און זיין זון רבי חיים בערלין[7], וועלכע פלעגן רעדן מיט דעם יונגן עילוי אין לערנען[8]. אויסער די גרעניצן פון ווארשע, האט ר' חיים געפירט הלכה'דיגע משא ומתן מיט דער 'שדי חמד'[9], דער 'מנחת ברוך', דער 'כלי חמדה', דער אדר"ת, רבי אליעזר גארדאן פון טעלז, רבי אליהו קלאַצקין פון לובלין, רבי יוסף ענגיל, און אנדערע.
אין תמוז תרס"ד[10] האט העליר חתונה געהאט מיט פריידה דער טאכטער פון אלכסנדר סנדר דיסקין, א רייכער איד פון לאדזש. אין תרס"ז–תרס"ח האט ער שטודירט געזעץ אין דער אוניווערסיטעט אין סעינט־פּעטערבורג. אין יענער צייט האט ער ארויסגעגעבן דעם קונטרס "פרי חיים", חידושים און ערקלערונגען אויף פארשידענע הלכות אין חושן משפט[11] וועלכע האבן איבערראשט די לומד'ישע וועלט[8]. דעם נאכפאלגנדן יאר איז ער אריבער קיין בערלין, וואו ער האט שטודירט מזרח'דיגע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט (תרס"ט–תר"ע), אריינגערעכנט די סעמיטישע שפראכן אראביש און אראמיש-סיריש (העב'). דארטן האט ער זיך באגעגנט מיט דער 'ביבל קריטיק', און האט אנגעהויבן זיין לעבנס מיסיע וואס האט געדויערט א יובל יארן – פארטיידיגן דאס אריגינאליטעט פון תנ"ך און זיין קדושה פון זיינע אטאקירער. אין תרע"א איז אין בערלין פארעפנטליכט געווארן זיין פארשונג אויף דייטש וועגן דער פשיטא – די סירישע איבערזעצונג פון תנ"ך, א פארשונג וואס האט אים פארדינט א דאקטאראט פונעם אוניווערסיטעט פון ווירצבורג.
אין תר"ע, מיט דעם פטירה פון רבי מלכיאל צבי טענענבוים, מחבר פון שו"ת 'דברי מלכיאל', איז די לאמזשע קהילה געבליבן אן א רב. צוויי יאר שפּעטער האט די קהילה באשלאסן צו ערוועלן ר' חיים אלס רב. ר' חיים איז שוין דעמאלט געווען באקאנט אלס א למדן און שארפער דענקער, וואס איז ווערט צו פארזעצן די קייט פון רבנות אין דער שטאט לאמזשע, וואו גדולי עולם האבן געדינט. כאטש וואס ער איז געווען א שטודירטער דאקטאר, דאך, מיט די השתדלות פון רבי אליהו חיים מייזל וואס האט דארט געדינט אלס רב אין די פארגאנגענהייט, און מיט'ן הסכמה פון גערער רבי'ן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם עיר ואם בישראל[12]. הרב מייזל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים "סוקר את כל הש"ס בסקירה אחת"[13]. טראץ דעם, האט ער נאך בלויז עטליכע חדשים פארלאזט דאס רבנות[14]. אין יאר תרע"ד איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס רב אין סובאלק[15], אבער דאן האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג און ער איז געצוואונגען געווארן צו אנטלויפן פון דער געגנט.
אין דער מלחמה איז געבוירן געווארן זיין איניציאטיוו צו גרינדן אַן אינסטיטוציע, וואס צילט צו אויסלערנען ערוואקסענע תלמידים אין פארשן תנ"ך ותלמוד, מיט'ן צוזאמענשטעלן לימוד התורה אויפן העכסטן שטאפּל מיט אלגעמיינע לימודים, כדי איינצושטעלן דעם נעקסטן דור די געווער, וואס איז נויטיג צו פארטיידיגן אידישקייט. עס איז אים געלונגען צו זאמלען אנשטענדיגע סומעס, אבער מיט דעם נצחון פון די באלשעוויקן, האט מען די געלטער קאנפיסקירט. א קורצער צייט, אין תר"פ, האט ער געפּרואווט פארמירן דעם רבנות־סעמינאר אין ווארשע, אבער ווען ער האט געזען, אז די אינסטיטוציע וועט נישט שטיין אינעם געפאדערטן סטאנדארט, האט ער פארלאזט זיין שטעלע. אין חשון תרפ"א איז ר' חיים געפארן קיין ניו יארק[16] אויף צוויי יאר, און האט געקליבן געלט צו גרינדן די ערווארטעטע אינסטיטוציע.
הרב העליר האט זיך דערנאך באזעצט אין בערלין, וואו ער האט אין תרפ"ב געגרינדעט דעם 'בית המדרש העליון' און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די תנ"ך און תלמוד. זיינע שיעורים האבן צוגעצויגן א צאל גראדואנטן פון מזרח-אייראפּעאישע ישיבות, ווי שמואל ביאַלאָבאָצקי, ר' י.ב. סאָלאָווייטשיק, ר' אברהם אהרן פרייס און רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, העליר'ס פריינט[17][18][19]. די ישיבה האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג תלמידים וואס קומען נאך אירע סטאנדארטן[1], און וויבאלד די. אין אמת'ן, איז נאך פאר דער גרינדונג פון דער אינסטיטוציע, און אזוי אויך נאך איר פארמאכונג איז שטענדיג געווען א קרייז פון פארערער און צוהערער.
אין די קומענדיגע יארן איז ר' חיים געפארן אויף פארשידענע ערטער, אריינגערעכנט צוויי מאל באזוכן ארץ ישראל. אין תרפ"ט האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פאקולטעט פונעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאר, ניו יארק. נאך א קורצער אויפהאלט אין ארץ ישראל, האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע, וואוינענדיג ערשט אין שיקאגא און דאן ניו־יארק.
אין תרצ"ז, ווען די נאציס זענן אויפגעשטיגן צו דער מאכט, איז ר' חיים אוועק קיין ניו־יארק, וואו ער האט פאָרגעזעצט זיין תורה-אקאדעמישע ארבעט בעת ער האט פארגעלערנט אינעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאַר. העליר איז געווען בארימט פאר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אלטע דערציילונגען צו לעבן. ער איז געווען אַן עהרן־פּרעזידענט פון דער OU און דער קאָ־פארזיצער פון דער רבנישער קאונסיל פון אמעריקע'ס הלכה־קאמיסיע[1]. אין דער רי"א ישיבה האט ער פארגעלערנט תנ"ך, תנ"ך-איבערזעצונגען און מפרשים פאר איין זמן יעדער יאר.
סאלאווייטשיק האט געהאט אזא רעספּעקט פאר העליר, אז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האט געזען אז העליר איז אנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאנטל און אים באגלייטן צו זיין זיצפּלאץ[1]. צום סוף פון זיין לעבן איז העליר'ס שטימע אזוי שוואך געווארן, אז ער האט נישט געקענט פארלערנען פאר גרופּעס אפילו מיט דער הילף פון א מיקראפאן. אנשטאט, פלעגט סאלאווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראטן ווארט-ביי-ווארט פארן עולם[20].
הרב העליר האט אייניגע מאל אפגעהאלטן עפנטליכע דרשות וועגן תנ"ך שטודיום און א גרויסער עולם איז געקומען הערן זיינע ווערטער, אזש די גרויסע זאלן זענען געווען איבערגעפילט[6]. ער איז געווארן באלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר רבני'שע ליטעראטור אין 1947. אייניגע הויכע מדינת ישראל באאמטע האבן מערערע מאל אים איינגעלאַדן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און אויסגעהאלטן ווערן פון דער רעגירונג בלויז צו טון זיין אייגענע ארבעט אין תנ"ך און תלמוד[8].
ר' חיים איז נפטר געווארן י"ד ניסן תש"כ, איבערלאזנדיג זיין ווייב און דריי טעכטער, מרים (מיטשע) העליר (–תשנ"ה), א יידיש-שפּראך דיכטערין[21] וועלכע האט געוואוינט מיט אירע עלטערן; רבקה, ווייב פון ר' יוסף יצחק סינגער; און ווייב פון ר' חיים רעגענסבערג[22]. ער איז באערדיגט געווארן אין די מאונט יהודה בית עולם אין רידזשוואוד, קווינס. ביי זיין לוי' האבן זיך באטייליגט הונדערטער רבנים, געפירט דורך ר' יאשע בער סאלאווייטשיק[23]. גאסן אין יפו און גבעת מרדכי געגנט אין ירושלים זענען גערופן געווארן נאך אים.
ווערק
ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה. צווישן זיינע ספרים אין הלכה זענען: די צוויי בענדער "לחקרי הלכות" אויף חושן משפט (תרפ"ד–תרצ"ב)[24]; "פרי חיים" (שולזינגער אויסגאבע פון רמב"ם'ס יד, תש"ז)[25]; און "קונטרס בהלכות מלוה ולוה" (תש"ו)[26]. ער האט אויך געשריבן הערות אויפ'ן "פירוש לכתבי הקדש" פון ר' יונה הספרדי אבן ג'נאח (תרצ"ו)[27].
אין זיין פארשונג האט ער געזוכט צו אויסקלארן טעקסטן מיט ריכטיגע מאנוסקריפּטן־ליינונגען. אין אלגעמיין איז זיין צוגאנג געווען קאנסערוואטיוו, אבער ער איז נישט אוועקגעשטאנען פון מאדערנע פארשונגען פון אידישע און נישט־אידישע ווערק. ער האט געזען זיינע אויספארשונגען פון די אלטע ביבלישע ווערסיעס ווי א הייליגער מיסיע צו אויפווייזן דאס אינטעגריטעט פון דעם מסורה'דיגן טעקסט[2]. זיינע ווערק וואס האבן א גרויסן וויסנשאפטליכן ווערט זענען: זיין קריטיקע אויסגאבע פון רמב”ם'ס ספר המצוות (תרע"ד, תש"ו2), באזירט אויף מאנוסקריפטן פון צוויי פארשידענע איבערזעצונגען, די אראבישע אריגינאל, און אנדערע[א][28], אויף וועלכן דער חפץ חיים האט זיך אויסגעדריקט אז 'אלע ספרים [ספר המצוות אויסגאבעס] אחוץ דער דאזיגער ווערן פאררעכנט אלס א ספר שאינו מוגה'[29]; אַן אנאטירטע אויסגאבע פון דער פשיטא־ווערסיע פון בראשית און יציאת מצרים אין לשון קודש בוכשטאבן (תרפ"ז–תרפ"ט)[30]; "הנוסח השמרוני של התורה: העתק מתוך נוסח המסורה" (תרפ"ד)[31]; "על התרגום הירושלמי לתורה", (געשריבן אין שטאט האָמעל אין די יארן פון דער ערשטער וועלט־מלחמה, און פארעפנטליכט אין ניו־יארק, תרפ"א)[32]; און אויף דער סעפּטואגינטא, קריטיקע אַנאָטאַציעס צו מאַנדעלקערנ'ס תּנ״ך־קאָנקאָרדאַנציע "על תרגום השבעים בקונקורדנציה היכל הקודש" (תש"ד), מיט אַן הקדמה אויף ענגליש[33]; צוויי קונטרסים וועגן תלמוד ירושלמי, "ע"ד מסורת הש"ס הירושלמי" (תרע"ד) און "המעלות לשלמה" (תר"ע)[34]. אויף דייטש האט העליר ארויסגעגעבן "אונטערזיכונגען איבער די פשיטתא" (Untersuchungen ueber die Peshitta), 1 (1911; זיין דאקטאר-דיסערטאציע) און "אונטערזיכונגען צו די סעפּטואגינטא" (Untersuchungen zur Septuaginta), 1 (1932).
נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען דורך זיין איידעם הרב סינגער דעם ספר "מסורת התנ"ך", פיר בענדער (תשנ"ז), א פאטאסקען פון העליר'ס פערזענליכע ביבליא העבראיקא, מיט זיינע מראי מקומות צו פּאראלעלע פסוקים[35][6]. העליר איז געווען איינער פון די זייער ווייניג מאדערנע תלמידי חכמים, וואס האבן קאמבינירט א ברייטן און טיפן גמרא לערנען פונעם טראדיציאנעלן טיפּ מיט א גרונטליכן קאמפּעטענץ אין די מעטאדן פון טעקסט-פארשונג. ער האט שארף פארטיידיגט דעם טראדיציאנעלער מסורה'דיגן טעקסט קעגן די ביבל קריטיקער.
ביבליאגראפיע
- אוריאל בנר, קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אסיף ח, תשפ"ג, אויף אסיף
- משה דמביצר, אגרות הרב חיים העליר, חצי גבורים: פליטת סופרים, ט (תשע"ו), עמ' תתקכג-תתקנב, אויף Academia.edu
- טוביה פערשל, ביבליוגרפיה של כתבי ר' חיים העליר, אור המזרח ט (א-ב) תשרי תשכ"ב; י (לח) תשרי תשכ"ג
דרויסנדיגע לינקס
- קובץ, "צרור מכתבים מארכיונו של הגאון ר' חיים העליר זצ"ל", תלפיות ט [ג-ד], תש"ל, עמ' 517-544
- דברי הגות והערכה, עמ' 137-162 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), לענגערע הספד דורך ר' יאשע בער סאלאווייטשיק אויף ר' חיים.
- Rabbi Chaim Heller, אויף kevarim.com, דעצעמבער 18, 2007
- חיים הלר (1879-1960), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 Rakeffet-Rothkoff, Aaron (1999). The Rav: The World of Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-0-88125-614-7.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 2.0 2.1 Shapiro, Marc B. (17 March 2022). Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy (in ענגליש). Liverpool University Press. ISBN 978-1-80085-846-6.
- ↑ 10 יולי 1878 אין יוליאנישן קאלענדאר. קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אויף ספריית אסיף (העברעאיש). אומריכטיגע דאטומען ווערן אנגעגעבן אין פארשידענע קוועלער
- ↑ פנקס ביאליסטאק: גרונט-מאטעריאלן צו דער געשיכטע פון די יידן אין ביאליסטאק ביז נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה 1, תש"ט, 187, 197, 245
- ↑ רבי חיים ברודא, זרע חיים, פיעטרקוב, תרס"ז
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 6.0 6.1 6.2 טוביה פרעשל, הכרך הראשון של "מסורת התנ"ך" לגר"ח העליר ז"ל, הדואר 10.22.96
- ↑ רבי חיים בערלין רעפערירט אין אַ תשובה צו "דער דערמאַנונג פון אונזער יוגנט פריינדשאַפט, ווען יחדיו נמתיק סוד אין פילע ענינים אין טיפעניש פון הלכה אין הויז פון [העלער'ס] פעטער". חיים ברלין, שו"ת נשמת חיים - חושן משפט, סי' עב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 8.0 8.1 8.2 אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט
- ↑ רח"ח מדיני, שדי חמד, טו, וורשה תרס"ז, עמ' 289 (=כללים, מערכת מ, כלל קפז); הנ"ל, שם, יז, וורשה תרס"ח, עמ' 473 (= פאת השדה, כללים, מערכת ח, כלל יג); הנ"ל, שם, יח, וורשה תרע"ב, עמ' 280 (= שיורי הפאה, מערכת ה, כלל ח).
- ↑ משה דעמביצער, הפרק האקדמי בחייו של ר' חיים העליר, מכילתא, ה (תשפ"ד), עמ' 367, אויף Academia.edu
- ↑ קונטרס פרי חיים, פיעטרקוב, תרס"ז, ענדע פון ספר זרע חיים
- ↑ הסכמת החסידים לרב־דקטור, המצפה, מערץ 29, 1912
- ↑ ספר זיכרון לקהילת לומז'ה, בעריכת יום טוב לוינסקי, 1952, עמ' 115
- ↑ אבישי אלבוים, מדוע עזב הרב חיים הליר את רבנות לומז'ה לאחר מספר חודשים?, עם הספר
- ↑ מהנעשה והנשמע, המודיע, יולי 3, 1914
- ↑ "Dr. Heller, Oriental Expert, Arrives Here to Translate Bible". The American Hebrew & Jewish Messenger. American Hebrew Publishing Company. 1920., November 12, 1920. p. 784
- ↑ "An Important Historical Discovery From 1868-9: "I Knew Him Personally…"". CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News (in ענגליש). 2022-04-28. Retrieved 2023-06-04.
- ↑ Deutsch, Shaul Shimon (1995). Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson (in ענגליש). Chasidic Historical Productions. ISBN 978-0-9647243-1-0.
- ↑ חיים הלר, חב"דפדיה
- ↑ Eleff, Zev (2008). Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-1-60280-011-3.
- ↑ זעט מרים העליר, אויגן ריידן: לידער, פארלאג רמים, תשכ"ג
- ↑ מאיר אמסעל (רעדאקטאר), המאור שנה יא חוברת ח (קד) תמוז תש"כ
- ↑ Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York, JTA, April 13, 1960
- ↑ הלר, חיים, 1879-1960, לחקרי הלכות - כרך א, ברלין, תרפ"ד; הלר, חיים, 1879-1960, לחקרי הלכות - כרך ב, פיעטרקוב, תרצ"ב
- ↑ פרי חיים, בעיקר מלוקט מספרו "לחקרי הלכות", נדפס בסוף רמב"ם מהד' שולזינגר
- ↑ קונטרס, שיקאגא, תש"ו, אויף היברובוקס
- ↑ ר' יונה אבן גנאח הספרדי, פירוש לכתבי הקדש, תל אביב, תרצ"ו, מלוקט מספריו ומספרי חכמים אחרים ע"י א"ז רבינוביץ. מעמ' 311 - הערות ר' חיים הלר, אויף היברובוקס
- ↑ ספר המצוות - הלר, פיעטרקוב, תרע"ד; ספר המצות (הערות ר' חיים העליר), מוסד הרב קוק, תשס"ו, על פי כתבי יד מינכן ולונדון … בתוספת השגות הרמב"ן על שרש י' וי"א שלא נדפסו מעולם
- ↑ י' אלימלך וואהלגעלערנטער, "הרב רבי חיים הליר - 'שר התורה ומושל במכמני המדע'", הפרדס חלק ד חוברת ב, תר"צ, עמ' 26–30
- ↑ פשיטא - התרגום הסורי לתנ"ך בראשית, ברלין, תרפ"ז, מועתק לכתב עברי עם ביאורים מר' חיים הלר; פשיטא שמות, ברלין, תרפ"ט, אויף היברובוקס
- ↑ הנוסח השמרוני של התורה, בערלין, תרפ"ד, אויף אוצר החכמה
- ↑ על התרגום הירושלמי, נ.י., תרפ"א
- ↑ על תרגום השבעים, נ.י., תש"ד
- ↑ על דבר מסורת הש"ס בירושלמי, ברלין, תרע"ד; שני קונטרסים, ברלין, תרפ"ד
- ↑ מסורת התנ"ך, תשנ"ז, אוצר החכמה
- נאטיצן
- ↑ דער רמב"ם האט געשריבן דעם ספר אין אראביש, און ר' משה אבן תיבון האט עס איבערזעצט אויף לשון הקודש. דער ערשטער "ספר המצוות" איז געדרוקט געווארן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל פון א פארגרייזטן כתב יד און די שפּעטערדיגע אויפלאגעס זענען נאך מער פארגרייזט געווארן. ר' חיים האט מיט זיין חריפות און בקיאות ארויסגעגעבן א פארראכטענע אבן תיבון טעקסט פונעם "ספר המצוות", מיט הערות, פארגלייכנדיג עס מיט דעם אראבישן אריגינאל און מיט ר' שלמה בן יוסף אבן איוב'ס איבערזעצונג