רוי:פשיטתא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פשיטתא נאָמען פון אַ תנ"ך-איבערזעצונג (אויך צוגעגעבן די איבערזעצונג פון קריסטליכן עוואנגעליום) אין דער אַלט-סירישען שפּראך.

טייל געלערנטע האָבן געהאַלטן, אַז די איבערזעצונג איז געמאַכט געוואָרן דורך קריסטן, ווייל עס זענען פאַרהאַן דאָרט קריסטליכע עלעמענטן; אין 1911 האָט רבי חיים העלער[1] באַוויזן, אז די איבערזעצונג האָבן געמאַכט אידן און אַז די קריסטן האָבן דערנאָך צוגעגעבן זייערע מיינונגען; די מיינונג פון העלער איז פריער אַרויסגעזאָגט געוואָרן דורך יוסף פּערלעס, אָבער העלער האָט עס באַוויזן אָן שום צווייפל.

רעפערענצן

  1. הרב חיים העליר, "אונטערזוכונגען איבער דער פּשיטתא", בערלין 1911


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!