אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשת ימי הגבלה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||העב=שלושת הימים שלפני מתן תורה (חג השבועות), בהם הכינו בני ישראל את עצמם לקבלת התורה בהר סיני|}}
{{דעסקריפציע|דריי טעג בעפאר מתן תורה (שבועות), ווען אידן האבן זיך געגרייט צו קבלת התורה}}
[[טעקע:MountSinai1723.jpg|שמאל|ממוזער|מעמד הר סיני, א קריצונג פון ה'תפ"ג]]
[[טעקע:MountSinai1723.jpg|שמאל|ממוזער|מעמד הר סיני, א קריצונג פון ה'תפ"ג]]
די '''שלושת ימי הגבלה''' זענען די דריי טעג בעפאר [[מעמד הר סיני|מתן תורה]] (יום טוב [[שבועות]]), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים [[בארג סיני]]. די טעג ווערן אנגערופן "ימי הגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו [[משה]], ווי עס שטייט: {{ציטוטון|והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב|{{תנ"ך|שמות|יט|יא|יב}}}}.

שורה 13: שורה 13:
משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון [[גניבה]] און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה{{הערה|{{תנא דבי אליהו|רבא|יח|ח}}}}. זיי האבן זיך געהייליגט אויך אינערליך, מיט רייניגן די געדאנקען און אויפוועקן די כוונה צו די רייד פון השי"ת וואס זיי גייען הערן{{הערה|ספר הכוזרי, מאמר א' אות פ"ז; פירוש {{תנ"ך|שמות|יט|י|מפרש=רבינו אברהם בן הרמב"ם}}}}. אין די טעג האבן זיי זיך אפגעשיידט פון אלע וועלטליכע געשעפטן, זיי זענען נאר געזעסן בעפאר די [[זקנים]] צו הערן [[מוסר]] און פארבעסערן זייערע [[מידות]]{{הערה|ילקוט מעם לועז, פרשת יתרו עמוד תס"ח; אברבנאל אויף {{תנ"ך|שמות|יט}}}}. אידן האבן [[תענית|געפאסט]] די דריי טעג{{הערה|טור ברקת, הלכות מגילה סימן תרפ"ו, בשם [[פרקי דרבי אליעזר]]; געברענגט אין זכר דוד מאמר ג', תענית אסתר; מהרי"ד (בעלזא) פורים עמוד קצ"ד. דער [[תשב"ץ קטן]], סימן תס"ה שטעלט דאס צו אלס טעם צום תענית פון א חתן איידער זיין [[חתונה]]}}, און מעגליך אז זיי האבן געטון נאך הכנות צו [[נבואה]] וואס מיר ווייסן נישט זייערע דעטאלן{{הערה|פירוש רבינו אברהם בן הרמב"ם און עקידת יצחק אויף {{תנ"ך|שמות|יט|י}}}}. די [[רימאנאוו]]ע רבי'ס האבן געזאגט אז די אידן האבן אין די טעג [[דאווענען|געדאוונט]] "אהבה רבה"{{הערה|ילקוט מנחם (רימנוב), דף ר"צ}}, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך"{{הערה|[[רבי צבי הירש פון רימאנאוו]], בארות המים, לשבועות}}.

לויט עטליכע מקורות, זענען אין די טעג איבערגעגעבן געווארן פאר אידן די [[קבלה|סודות התורה]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי יעקב אנטולי (ד'תתקנ"ד–ה'ט"ז)|מלמד התלמידים|43014|מתן תורה, דף קכב|עמוד=263}}; געברענגט אין {{היברובוקס|[[רבי דוד בן לוי מנרבונה]]|ספר המכתם אויף פסחים|40609|צט, ב|עמוד=446}} וואס ערקלערט דערמיט דעם שטיקל אין [[דיינו]], "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו".}}, [[מעשה בראשית]] און [[מעשה מרכבה]] דורך משה רבינו{{הערה|נר ישראל (רוזשין) בשם ספר הזוהר}}.
לויט עטליכע מקורות, זענען אין די טעג איבערגעגעבן געווארן פאר אידן די [[קבלה|סודות התורה]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי יעקב אנטולי (ד'תתקנ"ד–ה'ט"ז)|מלמד התלמידים|43014|מתן תורה, דף קכב|page=263}}; געברענגט אין {{היברובוקס|[[רבי דוד בן לוי מנרבונה]]|ספר המכתם אויף פסחים|40609|צט, ב|page=446}} וואס ערקלערט דערמיט דעם שטיקל אין [[דיינו]], "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו".}}, [[מעשה בראשית]] און [[מעשה מרכבה]] דורך משה רבינו{{הערה|נר ישראל (רוזשין) בשם ספר הזוהר}}.

== הגבלה ==
== הגבלה ==
שורה 39: שורה 39:
אין די טעג זאגט מען נישט קיין [[תחנון]] ביים [[תפילה|דאווענען]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תצג|ג|מפרש=רמ"א}}}}. טייל פון די וואס פירן זיך מנהגי [[אבל|אבילות]] פון די [[ספירת העומר|ספירה טעג]] אויך נאך [[ל"ג בעומר]], ביז נאנט צו [[שבועות]], האלטן עס שוין נישט אן אין די טעג און ערלויבן שוין זיך שערן די האר{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תצג|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ה'; חק יעקב אות ט'; {{שוע הרב|אורח חיים|תצג|ו}}}} און [[חתונה]] האבן{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תצג|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ה'; חק יעקב אות ט'; {{שוע הרב|אורח חיים|תצג|ו}}; שאלות ותשובות חתם סופר, אורח חיים סימן קמ"ב. אבער זעט קונטרס עזר מקודש, אז [[רבי שלום רוקח|רבי שלום פון בעלזא]] האט געזאגט מען זאל נישט חתונה מאכן אין די שלשת ימי הגבלה, כדי נישט צו פעדערן די חופה פון א יחיד צו די חופה פון השי"ת}}.

די ספרים שרייבן אז פון די טעג און ווייטער איז דער צייט הייליג, געאייגנט זיך צו רייניגן און איינקויפן די מידות פון [[ענוה]] און [[שלום|אחדות]], און פארשטיין תורה{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי חיים יוסף דוד אזולאי]]|לב דוד|41691|פרק ל"א|עמוד=126}}; צרור החיים (בערלין תק"ל), עמוד ל"ב}}. עס זענען פארהאן וואס פרובירן אין די טעג זיך צו שטארקן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים, ווי [[לשון הרע]] און [[רכילות]] און אפילו דברים בטלים, און צו פארמערן מיט [[לערנען|לימוד תורה]], כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה{{הערה|[[רבי יוסף יצחק שניאורסאהן]], אגרות קודש חלק ה', עמוד פ"ו; ספר התודעה, סיון וחג השבועות}}.
די ספרים שרייבן אז פון די טעג און ווייטער איז דער צייט הייליג, געאייגנט זיך צו רייניגן און איינקויפן די מידות פון [[ענוה]] און [[שלום|אחדות]], און פארשטיין תורה{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי חיים יוסף דוד אזולאי]]|לב דוד|41691|פרק ל"א|page=126}}; צרור החיים (בערלין תק"ל), עמוד ל"ב}}. עס זענען פארהאן וואס פרובירן אין די טעג זיך צו שטארקן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים, ווי [[לשון הרע]] און [[רכילות]] און אפילו דברים בטלים, און צו פארמערן מיט [[לערנען|לימוד תורה]], כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה{{הערה|[[רבי יוסף יצחק שניאורסאהן]], אגרות קודש חלק ה', עמוד פ"ו; ספר התודעה, סיון וחג השבועות}}.

==יום המיוחס==
==יום המיוחס==
שורה 46: שורה 46:

==צו ליינען מער==
==צו ליינען מער==
* {{אוצר החכמה|צבי הירש ווייס|מעמד הנבחר|637229|פרק ט"ז|עמוד=349}} און {{אוצר החכמה|2=פרק י"ח|3=637229|סופיקס=יא|עמוד=376}}
* {{אוצר החכמה|צבי הירש ווייס|מעמד הנבחר|637229|פרק ט"ז|page=349}} און {{אוצר החכמה|2=פרק י"ח|3=637229|סופיקס=יא|page=376}}

== דרויסנדע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקס ==
* {{מרחב|ימי הגבלה"OR"והגבלת את העם|ימי הגבלה}}
* {{מרחב|ימי הגבלה"OR"והגבלת את העם|ימי הגבלה}}

שורה 64: שורה 64:
{{אבן הפינה ארטיקל}}
{{אבן הפינה ארטיקל}}
[[HE:שלושת ימי ההגבלה]]
[[HE:שלושת ימי ההגבלה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]
{{הבהרה הלכתית}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:23, 8 יולי 2024

מעמד הר סיני, א קריצונג פון ה'תפ"ג

די שלושת ימי הגבלה זענען די דריי טעג בעפאר מתן תורה (יום טוב שבועות), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים בארג סיני. די טעג ווערן אנגערופן "ימי הגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו משה, ווי עס שטייט: ”והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב” (שמות יט, יא–יב).

היינט ווערן די טעג אפגעצייכנט אום ג' - ה' סיון, און ווערן אויך אנגערופן מיטן נאמען "ימי הגבלה" אויפן נאמען פון די טעג וואס זענען דעמאלט געווען, און עס איז א שטיקל יום טוב ווען מ'זאגט נישט קיין תחנון.

הייליגונג

ג' סיון אין דעם יאָר פון יציאת מצרים, האָט דער באשעפער באַפוילן משה צו גרייטן די אידן צו באַקומען די תורה:

וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה לֵךְ אֶל-הָעָם וְקִדַּשְׁתָּם הַיּוֹם וּמָחָר וְכִבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וְהָיוּ נְכֹנִים לַיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי, כִּי בַּיּוֹם הַשְּׁלִשִׁי יֵרֵד ה' לְעֵינֵי כָל-הָעָם עַל-הַר סִינָי. וְהִגְבַּלְתָּ אֶת-הָעָם סָבִיב לֵאמֹר הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ, כָּל-הַנֹּגֵעַ בָּהָר מוֹת יוּמָת. לֹא-תִגַּע בּוֹ יָד כִּי-סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ-יָרֹה יִיָּרֶה, אִם-בְּהֵמָה אִם-אִישׁ לֹא יִחְיֶה בִּמְשֹׁךְ הַיֹּבֵל הֵמָּה יַעֲלוּ בָהָר. וַיֵּרֶד מֹשֶׁה מִן-הָהָר אֶל-הָעָם וַיְקַדֵּשׁ אֶת-הָעָם וַיְכַבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וַיֹּאמֶר אֶל-הָעָם הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלֹשֶׁת יָמִים, אַל-תִּגְּשׁוּ אֶל-אִשָּׁה.

דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אנדערע אויך זיך אפצושיידן פון אינטימע באציאונגען, איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזויווי זיי זענען באפוילן געווארן זיך צו היטן און רייניגן אויך פון יעדע אנדערע טומאה.

משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון גניבה און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה[1]. זיי האבן זיך געהייליגט אויך אינערליך, מיט רייניגן די געדאנקען און אויפוועקן די כוונה צו די רייד פון השי"ת וואס זיי גייען הערן[2]. אין די טעג האבן זיי זיך אפגעשיידט פון אלע וועלטליכע געשעפטן, זיי זענען נאר געזעסן בעפאר די זקנים צו הערן מוסר און פארבעסערן זייערע מידות[3]. אידן האבן געפאסט די דריי טעג[4], און מעגליך אז זיי האבן געטון נאך הכנות צו נבואה וואס מיר ווייסן נישט זייערע דעטאלן[5]. די רימאנאווע רבי'ס האבן געזאגט אז די אידן האבן אין די טעג געדאוונט "אהבה רבה"[6], "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך"[7].

לויט עטליכע מקורות, זענען אין די טעג איבערגעגעבן געווארן פאר אידן די סודות התורה[8], מעשה בראשית און מעשה מרכבה דורך משה רבינו[9].

הגבלה

”וְהִגְבַּלְתָּ אֶת-הָעָם סָבִיב לֵאמֹר: הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ”. דער פלוין וואו אידן האבן אנגעבליך גערוט אין סיני ארום דעם בארג. בילד פון תרמ"ד

אין די צייט פון מתן תורה האט מען נישט געטארט ארויפגיין אויפ'ן בארג סיני. דאס איז געווען א לא תעשה, און אידן זענען באפוילן געווארן צו ווארענען איינער דעם אנדערן דערוועגן[10]; עס ווערט אבער נישט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות, וויבאלד דער איסור גייט נישט אן אין שפעטערדיגע דורות[11]. דער איסור האט אריינגערעכנט אויך ארויפגיין אויף א וואגן אן צו בארירן דעם בארג, אדער אנרירן דעם בארג מיט די האנט אן ארויפצוגיין[10], אבער בארירן דורך אן אנדערע זאך איז נישט געווען אסור[12].

משה רבינו האט זיי באשטימט א גרעניץ אלס סימן, זיי זאלן זיך נישט דערנענטערן מער ווי דער גרעניץ[13]. לויט טייל מקורות, איז דער גרעניץ געווען ארום צוויי טויזנט אמה ווייט פון בארג[14].

משה רבינו האט יא געמעגט ארויפגיין, ווי אויך אהרן הכהן אין אן אפטיילונג פאר זיך, ווייניגער אריין ווי משה[15]; אבער די כהנים - וואס האט דאן באדייט די בכורים אדער נדב און אביהוא[16] - האבן נישט געטארט ארויפגיין[15].

דער עונש פאר פארלעצן דעם איסור איז געווען סקילה[17]. לויט אן אנדערע שיטה, איז דער שטראף געקומען בידי שמים[18]. נאר ווער עס איז ארויף אדער אנגערירט דעם בארג זעלבסט איז געווארן באשטראפט, און נישט ווער עס איז אריבער דעם צוים[19].

אויך א בהמה וואס איז ארויף אויפ'ן בארג האט מען געדארפט אומברענגען[20], דאס רעכנט אויך אריין חיות און עופות[21]. די באשעפענישן, פונקט ווי מענטשן, האט מען געדארפט פאר'משפט'ן מיט א בית דין פון דריי און צוואנציג דיינים[22].

צאל טעג

עס איז למעשה פארהאן א מחלוקת צווישן רבי יוסי און אנדערע חכמים, צי עס זענען געווען דריי טעג פון זיך הייליגן בעפאר מתן תורה אדער נאר צוויי. די חכמים האלטן אז נאר צוויי גאנצע טעג זענען געווען פון פאראויס, און דער דריטער טאג אינדערפרי איז שוין פארגעקומען דער מעמד הר סיני. לויט רבי יוסי זענען געווען דריי גאנצע טעג פון באגרעניצונג, נאך וואס משה האט צוגעלייגט איין טאג פון זיין פארשטאנד, און די תורה איז געגעבן געווארן אין פערטן טאג אינדערפרי[23].

דער מדרש זאגט אז השי"ת לאזט נישט די צדיקים אין א צרה מער ווי דריי טעג, אין זכות פון די דריי טעג פון הייליגונג פאר מתן תורה[24].

דער חיוב פון הגבלה איז נאר אנגעגאנגען אנגעהויבן פון מתן תורה[25]; אבער לויט איינער פון די אחרונים האט עס משה שוין איינגעפירט פון אנהויב פון די דריי טעג, די אידן זאלן ווערן געוואוינט צום איסור[26]. פון געוויסע מקורות ווייזט אויס אז דער חיוב איז געווען די גאנצע דריי טעג[27].

לויט איין דעה, איז געווען אסור ארויפצוגיין אויפ'ן בארג אויך נאך מתן תורה, ווייל די שכינה האט נאך דארט גערוט ביז ווען דער משכן איז אויפגעשטעלט געווארן דער קומענדיגער יאר[28], אדער ביז יום כיפור ווען עס זענען געגעבן געווארן די צווייטע לוחות[29]; אנדערע לערנען אז מען האט שוין געמעגט ארויפגיין גלייך נאך מתן תורה, ווען דער שופר האט געענדיגט צו בלאזן[30].

היינטיגע צייטן

אין די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען[31]. טייל פון די וואס פירן זיך מנהגי אבילות פון די ספירה טעג אויך נאך ל"ג בעומר, ביז נאנט צו שבועות, האלטן עס שוין נישט אן אין די טעג און ערלויבן שוין זיך שערן די האר[32] און חתונה האבן[33].

די ספרים שרייבן אז פון די טעג און ווייטער איז דער צייט הייליג, געאייגנט זיך צו רייניגן און איינקויפן די מידות פון ענוה און אחדות, און פארשטיין תורה[34]. עס זענען פארהאן וואס פרובירן אין די טעג זיך צו שטארקן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים, ווי לשון הרע און רכילות און אפילו דברים בטלים, און צו פארמערן מיט לימוד תורה, כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה[35].

יום המיוחס

א טאג בעפאר די שלושת ימי הגבלה ווערט אנגערופן "יום המיוחס", ווארשיינליך ווייל אין דעם טאג, ווען די אידן זענען אנגעקומען צופיסנס פונעם בארג סיני און זענען געווען פאראייניגט "כאיש אחד בלב אחד", זענען זיי געווארן מיוחס און אויסגעצייכנט פון די איבריגע פעלקער.

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. תנא דבי אליהו רבא פרק י"ח, ח
  2. ספר הכוזרי, מאמר א' אות פ"ז; פירוש רבינו אברהם בן הרמב"ם, שמות יט, י
  3. ילקוט מעם לועז, פרשת יתרו עמוד תס"ח; אברבנאל אויף שמות יט
  4. טור ברקת, הלכות מגילה סימן תרפ"ו, בשם פרקי דרבי אליעזר; געברענגט אין זכר דוד מאמר ג', תענית אסתר; מהרי"ד (בעלזא) פורים עמוד קצ"ד. דער תשב"ץ קטן, סימן תס"ה שטעלט דאס צו אלס טעם צום תענית פון א חתן איידער זיין חתונה
  5. פירוש רבינו אברהם בן הרמב"ם און עקידת יצחק אויף שמות יט, י
  6. ילקוט מנחם (רימנוב), דף ר"צ
  7. רבי צבי הירש פון רימאנאוו, בארות המים, לשבועות
  8. רבי יעקב אנטולי (ד'תתקנ"ד–ה'ט"ז), מלמד התלמידים, מתן תורה, דף קכב; געברענגט אין רבי דוד בן לוי מנרבונה, ספר המכתם אויף פסחים, צט, ב וואס ערקלערט דערמיט דעם שטיקל אין דיינו, "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו".
  9. נר ישראל (רוזשין) בשם ספר הזוהר
  10. 10.0 10.1 מכילתא אויף שמות יט, יב
  11. ספר המצוות, שורש ג'
  12. מכילתא דרשב"י פרק יט, יג
  13. רש"י, שמות יט, יב
  14. פירוש רבינו אברהם בן הרמב"ם און רבינו בחיי, שמות יט, יב. אין רמב"ן, שמות לד, ג ווייזט אבער אויס אז ביי מתן תורה האט מען געמעגט צוגיין ביז צום בארג
  15. 15.0 15.1 מכילתא און רש"י, שמות יט, כד
  16. א מחלוקת צווישן רבי יהושע בן קרחה און רבי יהודה הנשיא אין זבחים קטו, ב
  17. סנהדרין מה, א
  18. תרגום יונתן, שמות יט, יג. רבי משה דוד וואלי נעמט אן אז עס איז געווען א חיוב צו געבן דעם שטראף בידי אדם, אבער אויב האט מען דאס נישט אויסגעפירט וועט קומען דער שטראף בידי שמים (ברית עולם אויף שמות, דארט)
  19. פירוש רבינו אברהם בן הרמב"ם אויף שמות יט, יב, לויט זיין שיטה אז דער צוים איז געווען א תחום שבת אפגערוקט
  20. שמות יט, יג
  21. בבא קמא נד, ב
  22. סנהדרין טו, ב
  23. שבת פו, א–דף פח עמוד א
  24. בראשית רבה, פרשה נ"ו
  25. רשב"ם, שמות יט, כה; תפארת ישראל (מהר"ל) פרק כ"ז; העמק דבר, שמות יט, יד
  26. אור החיים, שמות יט, יב
  27. תרגום יונתן, ויקרא א, א; חידושי הר"ן אויף שבת פז, א
  28. רש"י, ביצה ה, ב
  29. אבן עזרא, שמות יט, יב, בשם רב סעדיה גאון; רמב"ן, שמות לד, ג
  30. תוספות, ביצה ה, ב
  31. רמ"א, אורח חיים, סימן תצ"ג, סעיף ג'
  32. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תצ"ג, סעיף קטן ה'; חק יעקב אות ט'; שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תצ"ג, סעיף ו'
  33. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תצ"ג, סעיף קטן ה'; חק יעקב אות ט'; שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תצ"ג, סעיף ו'; שאלות ותשובות חתם סופר, אורח חיים סימן קמ"ב. אבער זעט קונטרס עזר מקודש, אז רבי שלום פון בעלזא האט געזאגט מען זאל נישט חתונה מאכן אין די שלשת ימי הגבלה, כדי נישט צו פעדערן די חופה פון א יחיד צו די חופה פון השי"ת
  34. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, לב דוד, פרק ל"א; צרור החיים (בערלין תק"ל), עמוד ל"ב
  35. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, אגרות קודש חלק ה', עמוד פ"ו; ספר התודעה, סיון וחג השבועות

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.