אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביה"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 20: | שורה 20: | ||
| קרוינפרינץ = אסא | | קרוינפרינץ = אסא | ||
}} | }} | ||
'''אַבִיָּהוּ''' (אויך: '''אַבִיָּה''', '''אַבִיָּם''') איז א קעניג פון מלכות יהודה, וואס האט געקעניגט נאך זיין פאטער [[רחבעם]] פאר דריי יאר, פון ב'תתקפ"ג ביז ב'תתקפ"ד{{הערה|עקביא | '''אַבִיָּהוּ''' (אויך: '''אַבִיָּה''', '''אַבִיָּם''') איז א קעניג פון מלכות יהודה, וואס האט געקעניגט נאך זיין פאטער [[רחבעם]] פאר דריי יאר, פון ב'תתקפ"ג ביז ב'תתקפ"ד{{הערה|{{דאטומען לויט עקביא|138}}}}. | ||
== נאמען == | == נאמען == | ||
אביה ווערט אנגערופן אין מלכים "אבים". דער מלבי"ם ערקלערט אז "אבים" – "זייערע אביה" – איז וויאזוי די אידן פון מלכות ישראל האט אים גערופן, אים צו פונאנדערשיידן פון אביה בן ירבעם{{הערה|מלבי"ם {{תנ"ך|מלכים א|טו|א}}.}}. פארהאן אויך א פארקערטע סברא, אז "אבים", א געצנדינערישער נאמען וואס באציט זיך צום אפגא-ט "ים", איז דער אריגינאל, און עס איז געטוישט געווארן שפעטער צו א מער אויסגעהאלטענע נאמען{{הערה|יעקב אורמן "אביה" '''אנציקלופדיה מקראית''' א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24.}}. | אביה ווערט אנגערופן אין מלכים "אבים". דער מלבי"ם ערקלערט אז "אבים" – "זייערע אביה" – איז וויאזוי די אידן פון מלכות ישראל האט אים גערופן, אים צו פונאנדערשיידן פון אביה בן ירבעם{{הערה|מלבי"ם {{תנ"ך|מלכים א|טו|א}}.}}. פארהאן אויך א פארקערטע סברא, אז "אבים", א געצנדינערישער נאמען וואס באציט זיך צום אפגא-ט "ים", איז דער אריגינאל, און עס איז געטוישט געווארן שפעטער צו א מער אויסגעהאלטענע נאמען{{הערה|יעקב אורמן "אביה" '''אנציקלופדיה מקראית''' א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24.}}. | ||
רעוויזיע פון 17:55, 2 סעפטעמבער 2025
| מדינה | ארץ יהודה | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| תארים | מלך יהדוה | ||||
| קינדער | אסא | ||||
| צאל קינדער | 38 | ||||
| פאטער | רחבעם | ||||
| פטירה | ב'תתקפ"ד | ||||
| מוטער | מעכה בת אבשלום | ||||
| קרוינפרינץ | אסא | ||||
| |||||
אַבִיָּהוּ (אויך: אַבִיָּה, אַבִיָּם) איז א קעניג פון מלכות יהודה, וואס האט געקעניגט נאך זיין פאטער רחבעם פאר דריי יאר, פון ב'תתקפ"ג ביז ב'תתקפ"ד[1].
נאמען
אביה ווערט אנגערופן אין מלכים "אבים". דער מלבי"ם ערקלערט אז "אבים" – "זייערע אביה" – איז וויאזוי די אידן פון מלכות ישראל האט אים גערופן, אים צו פונאנדערשיידן פון אביה בן ירבעם[2]. פארהאן אויך א פארקערטע סברא, אז "אבים", א געצנדינערישער נאמען וואס באציט זיך צום אפגא-ט "ים", איז דער אריגינאל, און עס איז געטוישט געווארן שפעטער צו א מער אויסגעהאלטענע נאמען[3].
קעניגרייך
אביה איז געווען דער עלטסטער זון פון מַעֲכָה בַּת אַבְשָׁלוֹם[4], די באליבסטע פון רחבעמ'ס 18 ווייבער, און לויט יוסף בן מתתיהו א טאכטער פון אבשלום[5]. צוליב רחבעמ'ס ליבשאפט צו זיין מוטער איז אביה געווארן דער קרוינפרינץ טראץ וואס ער איז נישט געווען רחבעמ'ס בכור, און רחבעם[6] האט[6] אים געשטעלט אלס "נגיד" נאך בחייו[7].
רחבעם איז געשטארן אין שנת י"ז לירבעם בן נבט מלך ישראל, און אביה האט געקעניגט דער קומענדיגער יאר, שנת י"ח לירבעם בן נבט מלך ישראל[8].
אביה איז געגאנגען אין די זינדיגע וועגן פון זיין פאטער, און דער פסוק זאגט אז די איינציגע סיבה פארוואס דער באשעפער האט צוגעלאזט זיין קעניגרייך איז איבערצולאזן א המשך צו מלכות בית דוד[9]. דער מלבי"ם זאגט אז ער אליין האט נישט געזינגט, נאר ער האט נישט אוועקגענומען די עבודה זרה פון זיין פאטער'ס צייטן[10].
אביה האט געהאט 14 ווייבער וועלכע האבן אים געבוירן 22 זין און 16 טעכטער[11]. נאך זיין טויט האט זיין זון אסא איבערגענומען די קעניגרייך[12].
אין ראם פון דער אלגעמיינער היסטאריע ווערט זיין קעניגרייך דאטירט דורך וויליאם פ. אלברייט צו 915–913 פצ"ר, און דורך עדווין ע. טילע צו 913–910 פצ"ר[13]
מלחמה קעגן ירבעם
אביה האט אלץ מלחמה געהאלטן מיט ירבעם בן נבט[14], פירנדיג ווייטער די קריג וואס רחבעם האט אנגעהויבן[15]. ביי אמלחמה געשילדערט אין דברי הימים האט ער צוזאמגענומען 400,000 סאלדאטן קעגן ירבעם, און ירבעם איז אים אנטקעגנגעקומען מיט דאפלט אזויפיל[16].
אביה האט זיך אוועקגעשטעלט אויפ'ן שפיץ פון "הר צְמָרַיִם" אין הר אפרים, און זיך געוואנדן מיט א רעדע צו די אידן פון מלכות ישראל זיי אפצורעדן פון מלחמה האלטן מיט אים. ער האט געזאגט אז זיי קריגן זיך אויפ'ן באשעפער, ווייל דער באשעפער האט געשאנקען א קעניגרייך פאר דוד המלך און זיינע דורות אויף אייביג. ער האט אויך ארויסגעהויבן דאס אז אין מלכות ישראל דינט מען די עגלי הזהב פון ירבעם בן נבט, אין דער צייט וואס מלכות יהודה דינט דעם באשעפער אליין[17].
ביזדערווייל האט ירבעם געשיקט לאקערער פון הינטער אביה, און ארומגערינגלט זיין לאגער. מלכות יהודה האט זיך דערזען מיט א מלחמה פון פארנט און פון הינטן, האבן זיי געשריגן צום באשעפער און די כהנים האבן געבלאזן די חצוצרות. גא-ט האט איבערגעגעבן ירבעם פאר אביה, און אביה'ס לייט האבן באוויזן אפצושלאגן ירבעמ'ס. די אידן פון מלכות ישראל זענען אנטלאפן, און אביה האט זיי נאכגעיאגט און אומגעברענגט 500,000 פון זיי.
אביה האט געהאט א גרויסע ערפאלג ביי דער קריג, ער האט איינגענומען די שטעט בית אל, ישנה, און עפרין, אינאיינעם מיט די אומגעגנטן פון די שטעט[18], און ירבעם האט נאכאמאל נישט ארויסגעקומען מלחמה האלטן מיט יהודה אין די צייטן פון אביה[19]. עס קען אויך זיין אז דער פארלוסט האט צוגעברענגט צום אונטערגאנג פון בית ירבעם אפאר יאר שפעטער[20].
אין חז"ל
דער פסוק אין דברי הימים ב' יג פירט אויס "וְלֹא עָצַר כֹּחַ יָרָבְעָם עוֹד בִּימֵי אֲבִיָּהוּ, וַיִּגְּפֵהוּ יְהֹוָה וַיָּמֹת". לויט'ן פשט באציען זיך די ווערטער "ויגפהו ד' וימת" צו ירבעם, אבער אין חז"ל ווערט געטייטשט אז אביה איז געשטארבן צוליב זיינס א זינד. די תנאים דינגען זיך וואס איז געווען זיין זינד וואס האט געברענגט אויף אים דעם עונש: ווייל ער האט נישט אויסגעריסן די עגל הזהב פון בית אל ווען ער האט עס איינגענומען[21]; ווייל ווען ער האט גע'הרג'עט ירבעמ'ס לייט האט ער זיכער געמאכט מ'זאל זיי נישט קענען דערקענען און מתיר זיין זייערע עגונות; אדער ווייל ער האט אנגערופן ירבעמ'ס מיטארבעטער "בני בליעל", ווען דאס האט אריינגערעכנט אחיה השילוני; ווייל ער האט מבזה געווען א רבים, אלע אידן פון מלכות ישראל, זאגנדיג "וְאַתֶּם הָמוֹן רָב וְעִמָּכֶם עֶגְלֵי זָהָב"[22].
חז"ל זאגן אז אביה האט גע'הרג'עט אחיה השילוני[23].
רעפערענצן
- ↑ דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 138, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן), פארראכטן לויט די "כללי השוואה" דארט זייט 3.
- ↑ מלבי"ם מלכים א' טו, א.
- ↑ יעקב אורמן "אביה" אנציקלופדיה מקראית א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24.
- ↑ מלכים א' טו, ב; דברי הימים ב' יא, כ–כב. אין דברי הימים ב' יג, ב ווערט אביה'ס מוטער דערמאנט אלס מִיכָיָהוּ בַת אוּרִיאֵל. תרגום יונתן דארט ערקלערט אז מ'האט געטוישט אין נאמען צו א שענערע זייענדיג א כשר'ע פרוי. און זע רש"י דארט.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Antiquities_of_the_Jews_8:10
- 1 בוך ח, קאפּיטל י, אפּטיילונג א].
- ↑ 6.0 6.1 דברי הימים ב' יא, כ–כב .
- ↑ דברי הימים ב' יא, כ–כב.
- ↑ רש"י, רד"ק, און מצודות מלכים א' טו, א.
- ↑ מלכים א' טו, ד.
- ↑ מלבי"ם מלכים א' טו, ג.
- ↑ דברי הימים ב' יג, כא.
- ↑ מלכים א' טו, ח.
- ↑ Thiele, Edwin R. (1951). The Mysterious Numbers of the Hebrew Kings (New rev. ed.). Grand Rapids, MI: Kregel Academic, pp.81-82.
- ↑ מלכים א' טו, ג–ו.
- ↑ רלב"ג און מלבי"ם מלכים א' טו, ו.
- ↑ דברי הימים ב' יג, ג.
- ↑ דברי הימים א' יג, ד–יב.
- ↑ דברי הימים ב' יג, יג–יט.
- ↑ דברי הימים ב' יג, כ.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד בהדפסה, עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא יג (מלכים א), ירושלים, תשמ"ט; יעקב אורמן "אביה" אנציקלופדיה מקראית א, מוסד ביאליק: ירושלים, תש"י, עמ' 23–24. - ↑ סדר עולם רבה פרק טז; ירושלמי יבמות פב ע"ב; בראשית רבה סה, כ.
- ↑ סדר עולם רבה פרק טז; ירושלמי יבמות פב ע"ב; בראשית רבה סה, כ.
- ↑ מדרש אגדה (באבער) במדבר ל, טו.
| מלכי יהודה וישראל | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • (איש בושת) • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
| מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
| מלכי ישראל | ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
| בית חשמונאי |
| ||||
| מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער | ||||