אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 51: שורה 51:
נאָך דער פּטירה פון די דריי גרויסע רבי'ס פון פוילן, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, און רבי מענדעלע רימנובער, אין יאר [[ה'תקע"ה|תקע"ה]], איז רבי נפתלי צבי געווארן דער צענטראלער מנהיג פון גאליציאנעם חסידות, הויפּטזעכליך אין מערב און צענטראל גאליציע. די גאליציאנע חסידים האבן נאכגעפאלגט זיין מהלך אין עבודת ה' און אין גרויס טייל זיך געפירט ווי זיינע מנהגים.
נאָך דער פּטירה פון די דריי גרויסע רבי'ס פון פוילן, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, און רבי מענדעלע רימנובער, אין יאר [[ה'תקע"ה|תקע"ה]], איז רבי נפתלי צבי געווארן דער צענטראלער מנהיג פון גאליציאנעם חסידות, הויפּטזעכליך אין מערב און צענטראל גאליציע. די גאליציאנע חסידים האבן נאכגעפאלגט זיין מהלך אין עבודת ה' און אין גרויס טייל זיך געפירט ווי זיינע מנהגים.


צואוישן ר' נפתלי צבי'ס נאנטסטע חברים איז געווען רבי צבי הירש פון זידיטשוב, צו וועם ער האט געהאט א טיפן רעספּעקט{{הערה|זעט אורטנר, הרבי צבי אלימלך, עמ' קסב.}}. דער זידיטשובער רבי האט אמאל געזאגט צום ראפשיצער רבי'ן: "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט"{{הערה|ר' ישראל בערגער, [https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990038365770205171/NLI עשר קדושות], סי' לג, פיעטרקוב, תרס"ו, ז' 19.}}.
צווישן ר' נפתלי צבי'ס נאנטסטע חברים איז געווען רבי צבי הירש פון זידיטשוב, צו וועם ער האט געהאט א טיפן רעספּעקט, האלטנדיג אז ר' הערשעלע'ס תפילות זענען אזוי ווירקזאם ווי די פון רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק{{הערה|זעט אורטנר, הרבי צבי אלימלך, עמ' קסב.}}. דער זידיטשובער רבי האט אמאל געזאגט צום ראפשיצער רבי'ן: "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט"{{הערה|ר' ישראל בערגער, [https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990038365770205171/NLI עשר קדושות], סי' לג, פיעטרקוב, תרס"ו, ז' 19.}}.


רנ"צ איז געווען טעטיג אין קהל'ישע ענינים און האט געהאט א ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט, אפט פון זיינע קינדער און תלמידים{{הערה|זעטאמרי שפר, [https://www.sefaria.org.il/Imrei_Shefer%2C_Epistles.5.4 בריוו צו רבי שלום קאמינקער] ("טוב טוב עשה אשר קבל עליו עול הרבנות בק"ק יארטשוב כי בזמן הזה מצוה גדולה לפקח בצרכי צבור ולהדריכם ולעשות שלום בין איש לרעהו ובין איש לאשתו ובזה עובד להשי"ת בכל עת ועת לעשות לה'"); אהל נפתלי אות עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84; }}. ער האט אויך געארבעט צו באשטימען זיין אויטאריטעט איבער די אנדערע קהל־פונקציאנערן, ווי שוחטים, איבערן גאנצן געגנט{{הערה|זעט אהל נפתלי, אות קצו, ז' 61.}}. ער האט געהייסן זיינע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן ווערן רבנים פון קהילות, נישט בלויז רביס.
רנ"צ איז געווען טעטיג אין קהל'ישע ענינים און האט געהאט א ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט, אפט פון זיינע קינדער און תלמידים{{הערה|זעטאמרי שפר, [https://www.sefaria.org.il/Imrei_Shefer%2C_Epistles.5.4 בריוו צו רבי שלום קאמינקער] ("טוב טוב עשה אשר קבל עליו עול הרבנות בק"ק יארטשוב כי בזמן הזה מצוה גדולה לפקח בצרכי צבור ולהדריכם ולעשות שלום בין איש לרעהו ובין איש לאשתו ובזה עובד להשי"ת בכל עת ועת לעשות לה'"); אהל נפתלי אות עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84; }}. ער האט אויך געארבעט צו באשטימען זיין אויטאריטעט איבער די אנדערע קהל־פונקציאנערן, ווי שוחטים, איבערן גאנצן געגנט{{הערה|זעט אהל נפתלי, אות קצו, ז' 61.}}. ער האט געהייסן זיינע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן ווערן רבנים פון קהילות, נישט בלויז רביס.
שורה 60: שורה 60:
דער ראפשיצער רב האט פארפאסט ניגונים, פון וועלכע טייל זענען געבליבן ביז היינט, און איז אפט מאל געווען דער בעל תפילה. מען זאגט בשמו: "דורך געזאנג קענען די הימלען זיך עפענען און מיט טרויער פארמאכן מיר זיי"{{הערה|שם=JP|{{לינק|שרייבער=Levi Cooper|קעפל=The Tisch: Mischief in Ropczyce|זייטל=The Jerusalem Post|דאטום=יאנואר 29, 2010|אדרעס=https://www.jpost.com/jewish-world/judaism/the-tisch-mischief-in-ropczyce-167235}}|כיוון=שמאל}}.
דער ראפשיצער רב האט פארפאסט ניגונים, פון וועלכע טייל זענען געבליבן ביז היינט, און איז אפט מאל געווען דער בעל תפילה. מען זאגט בשמו: "דורך געזאנג קענען די הימלען זיך עפענען און מיט טרויער פארמאכן מיר זיי"{{הערה|שם=JP|{{לינק|שרייבער=Levi Cooper|קעפל=The Tisch: Mischief in Ropczyce|זייטל=The Jerusalem Post|דאטום=יאנואר 29, 2010|אדרעס=https://www.jpost.com/jewish-world/judaism/the-tisch-mischief-in-ropczyce-167235}}|כיוון=שמאל}}.


ער פלעגט אויפשטיין פרי אינדערפרי און דאוונען אז אלע וואס ברויכן ישועה זאלן עס געפינען{{הערה|אהל נפתלי, אות מ, 23.}}. ער האט באטראכט די צדיקים ווי די אמת'ע פירער פונעם דור, אויף וועלכע די וועלט שטייט{{הערה|אהל נפתלי, אות רעט, 100.}}. <!-- ער האט געהאלטן אז חסידות איז די העכסטע פארעם פון אידישקייט, אבער אויך גערופן צו א צוריקקער צו נארמאטיווער אידישקייט{{הערה|Salmon, ''Hasidism Reappraised'', p. 341.}}. מען קען דאס פארשטיין אלס זיין געפיל אז חסידות איז מער געווארן מעינסטרים און עס ברויך א קאנסערוואטיווע שיפט. --> ער האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון פלייסיג לערנען תורה. ער האט געראטן צו לערנען "תנא דבי אליהו" כסדר און זיך נישט איינטונקען צו אפט אין מקוה, בפרט אין ווינטער{{הערה|דור דעה, רמ; אהל נפתלי, אות שלז.}}.
ער פלעגט אויפשטיין פרי אינדערפרי און דאוונען אז אלע וואס ברויכן ישועה זאלן עס געפינען{{הערה|אהל נפתלי, אות מ, 23.}}. ער האט באטראכט די צדיקים ווי די אמת'ע פירער פונעם דור, אויף וועלכע די וועלט שטייט{{הערה|אהל נפתלי, אות רעט, 100.}}. ער האט געהאלטן אז חסידות איז די העכסטע פארעם פון אידישקייט, אבער האט געוואלט צוריקשטעלן חסידות צו איר אריגינעלן צושטאנד פון בעל שם טוב'ס צייטן, ווען די באוועגונג איז געווען באגרעניצט צו די גייסטיגע עליטע. ער האט אפילו גערופן צו א צוריקקער צו דער נארמאטיווער אידישקייט ווי געשטעלט דורך דעם שולחן ערוך{{הערה|דור דעה, עמ' רלז, רמא.}}. <!-- מען קען דאס פארשטיין אלס זיין געפיל אז חסידות איז מער געווארן מעינסטרים און עס ברויך א קאנסערוואטיווע שיפט. --> אין זיין צוואה האט ער אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון פלייסיג לערנען תורה און כסדר חזר'ן וואס מען לערנט. ער האט געראטן צו לערנען מוסר ספרים און "תנא דבי אליהו" כסדר, זיך נישט טובל'ען צו אפט אין מקוה, בפרט אין ווינטער, און באזוכן תלמידי חכמים{{הערה|דור דעה, רמ; אהל נפתלי, אות שלז.}}.


רבי נפתלי איז געווען באזונדערס געווידמעט דער מצוה פון סוכה. מען זאגט אז יעדן טאג איז ער געווען פארנומען מיט א שייכות פון דער מצוה, געהאקט א נאגל אין דער סוכה, אדער געלערנט מסכת סוכה{{הערה|אהל נפתלי, אות ג', ז' 5}}.
רבי נפתלי איז געווען באזונדערס געווידמעט דער מצוה פון סוכה. מען זאגט אז יעדן טאג איז ער געווען פארנומען מיט א שייכות פון דער מצוה, געהאקט א נאגל אין דער סוכה, אדער געלערנט מסכת סוכה{{הערה|אהל נפתלי, אות ג', ז' 5}}.

רעוויזיע פון 11:54, 11 מאי 2025

רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ
געבורט 1760
ז' סיון ה'תק"כ
לעשנעוו
פטירה מאי 8 1827 (אלט: 67 בערך)
י"א אייר ה'תקפ"ז
לאנצהוט
ספרים זרע קודש, אילה שלוחה
רבי'ס רבי מנחם מנדל מרימנוב, החוזה מלובלין
טאטע רבי מנחם מענדל רובין
מאמע ביילא (לבית האמבורגער)
ערשטער ראפּשיצער רבי
ה'תקע"הה'תקפ"ז

רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפּשיץ (ז' סיון ה'תק"כ, 22סטן מאי 1760 – י״א אייר ה'תקפ"ז, 8טן מאי 1827), באקאנט אלס דער ראפּשיצער רב, איז געווען פון די גרעסטע חסידישע רבי'ס אין גאליציע, און דער ערשטער רבי אין דער ראפּשיצער דינאסטיע. ער איז געווען באקאנט מיט זיין חכמה, און איז בארימט מיטן טיטל וואס ער זעלבסט האט געזאגט אויף זיך: "יחיד בדורו בחכמת אלקים".

ביאגראפיע

רבי נפתלי צבי הורוויץ איז געבוירן געווארן אין ז' סיון[1] תק"כ אין לעשנעוו, אין מזרח גאליציע, פונקט אין דעם טאג וואס דער בעל שם טוב, דער גרינדער פון חסידות, איז נפטר געווארן[2], אויף וואס צאנזער רב האט זיך שפּעטער אויסגעדרוקט "וזרח השמש ובא השמש"[3]. רבי נפתלי איז געבוירן געווארן אין א חשוב'ער רבני'שער משפּחה. זיין פאטער, רבי מנחם מענדל רובין (רבי מענדעלע לינסקער), איז געווען רב אין לעשנעוו און שפּעטער (נאך תקל"ג) אין האראדענקע און אין לינסק (תקמ"ב) און דער גאנצער סאַנאָקער פּראָווינץ. זיין מוטער, ביילא, איז געווען די טאכטער פון רבי יצחק הלוי בן ר' יעקב יוקל הורוויץ, באקאנט אלס רבי איציקל האמבורגער, וועלכער איז געווען דער רב פון די צוזאמענגעשטעלטע קהילות אלטאנא, האמבורג און וואנדסבעק ("אה"ו")[4], און וועמענס יחוס האט זיך געצויגן ביזן בארימטן רבי ישעיה הורוויץ, מחבר פון "שני לוחות הברית" (של"ה)[5]. דער חוזה הקדוש פון לובלין האט אמאל שמחת תורה געזאגט אז דער ראפּשיצער האט געהאט היינט ביי די הקפות א גרויסן גאסט, זיין זיידע דער של"ה הקדוש[6]. דער ראפשיצער רב האט אמאל באהויפּטעט אז "פערציג פון זיינע זיידעס זענען געווען אזוי ווי דער בעל שם טוב", אבער ער האט אויך ערקלערט ווי זיין גרויסן יחוס מאכט אים קליין[7]. ער האט געהאט א ברודער, רבי יעקב יוקל, וועלכער איז געווען א קעגנער פון חסידות[8].

רבי נפתלי צבי האט שפעטער אנגענומען דעם משפּחה-נאמען "הורוויץ" פון זיין זיידן פון דער מוטער'ס זייט. אין זיין יוגנט, ביים וואוינען נאך אינדערהיים ביי זיין פאטער, האט ער ארויסגעוויזן זיין חכמה ביים האנדלען מיט פּוילישע באאמטע, קענענדיג פּויליש[9].

אין זיין יוגנט האט רבי נפתלי געלערנט ביי זיין זיידע און אין דער ישיבה פון זיין פעטער רבי משולם איגרא, וועלכער איז געווען איינער פון די גרויסע תורה-גדולים פון יענער צייט. צו דער זעלבער צייט האבן דארט געלערנט אין ישיבה רבי מרדכי בנעט און דער חוות דעת, וועלכע זענען שפּעטער געווארן פירנדע גדולים פון דער קומענדיגער דור.

זיין ערשטע ווייב איז געקומען פון א רייכער משפּחה אין בראדי. נאך א קורצע צייט האט ער איר גע'גט, אויף דער ראט פון זיין פאטער[10]. זיין צווייטע ווייב איז געווען די טאכטער פון רבי צבי הירשקא גאלדהאמער פון דוקלא[11].

פארבינדונג מיט חסידות און זיינע רביים

רבי נפתלי איז געצויגן געווארן צו חסידות, און ער איז געפארן צום רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק, וועלכער איז געווארן זיין רבי מובהק[12]. צוליב זיין גרויס יחוס, האט רבי אלימלך אים צוערשט אנטזאגט אריינצונעמען אין די 'חבריא קדישא', זאגנדיג אז ער דארף נישט קיין מיוחסים. אבער נאך רבי נפתלי'ס בכיות און געבעטן, האט רבי אלימלך מסכים געווען אים אנצונעמען. אַן אנדערע ווערסיע זאגט אז רבי ר' אלימלך האט אים דאן אנגערופן "דער זון פון דער רוצח" צוליב א פּאסירונג מיט רבי נפתלי צבי'ס פאטער[13]. עס שיינט אז רבי נפתלי צבי האט זיך גענומען צו חסידות אונטערן איינפלוס פון זיין פאטער[14].

לויט א מסורה, ווען ער איז געווען 13 יאר אלט, האט זיין פאטער אים געברענגט צו רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, און דער רבי יחיאל מיכל האט אים געלייגט תפילין, וואס רבי נפתלי צבי האט געזאגט אז דאס האט אים צוגעבונדן צו א העכערער וועלט פון וועלכער ער קען זיך קיינמאל נישט אפּטיילן[15]. אַן אנדער מסורה זאגט אז דער חוזה פון לובלין האט אים געבענטשט אין זיין יוגנט, בשעת א נסיעה ביים זלאטשובער מגיד[16].

ער האט אויך געהאט א שייכות מיט אנדערע פירער פון חסידות, תלמידים פון דעם מגיד פון מעזריטש, ווי רבי מרדכי פון נעשכיז, אין וועמענס שטוב ער האט פארברענגט א יאר צייט, רבי משולם פייבוש פון זבאראזש, און רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו, וועלכער האט אים פארזיכערט אז ער וועט ווערן א רבי[17]. ער האט באזוכט רבי ישראל פון רוזשין צוזאמען מיט רבי אברהם יהושע העשל פון אפטא, און דער רוזשינער האט באוואונדערט דער ראפּשיצער אלס א 'חכם'[18].

נאך דער פּטירה פון זיין רבי'ן רבי אלימלך (תקמ"ז), איז רבי נפתלי געפארן צו רבי אלימלך'ס תלמיד, דער חוזה פון לובלין[19]. ער האט זיך אויך באטראכט אלס א תלמיד פון רבי מענדעלע רימנובער[20], און דער קאזשניצער מגיד[21]. דער קאזשניצער מגיד האט געזאגט אז ער איז געווען דער בעסטער ערקלערער פון דעם ספר "נועם אלימלך"[22].

פירערשאפט און השפּעה

רבי נפתלי צבי האט געדינט אלס רב אין ראפּשיץ, א שטאָט אין דרום פוילן. און שפּעטער, נאָך זיין פאטער'ס פטירה (כ"ג תשרי תקס"ד), אויך אין לינסק און גאנץ סאנאקער פּראווינץ, וואו זיין פאטער איז פריער געווען דער רב. טראץ דעם וואס ער איז אריבערגעצויגן קיין לינסק, האבן די ראפּשיצער תושבים נישט געוואלט אים אויפגעבן, און א צייט לאנג איז ער געווען רב אין ביידע ערטער. ער איז געווען זייער אקטיוו אין קהל'ישע ענינים און האט געשפּילט א וויכטיגע ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט[23]. א דאנק אים איז דער שטאט ראפּשיץ געווארן בארימט, און זיין נאמען איז געגאנגען פאר אים איבער די גאנצע אידישע וועלט[24].

נאָך דער פּטירה פון די דריי גרויסע רבי'ס פון פוילן, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, און רבי מענדעלע רימנובער, אין יאר תקע"ה, איז רבי נפתלי צבי געווארן דער צענטראלער מנהיג פון גאליציאנעם חסידות, הויפּטזעכליך אין מערב און צענטראל גאליציע. די גאליציאנע חסידים האבן נאכגעפאלגט זיין מהלך אין עבודת ה' און אין גרויס טייל זיך געפירט ווי זיינע מנהגים.

צווישן ר' נפתלי צבי'ס נאנטסטע חברים איז געווען רבי צבי הירש פון זידיטשוב, צו וועם ער האט געהאט א טיפן רעספּעקט, האלטנדיג אז ר' הערשעלע'ס תפילות זענען אזוי ווירקזאם ווי די פון רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק[25]. דער זידיטשובער רבי האט אמאל געזאגט צום ראפשיצער רבי'ן: "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט"[26].

רנ"צ איז געווען טעטיג אין קהל'ישע ענינים און האט געהאט א ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט, אפט פון זיינע קינדער און תלמידים[27]. ער האט אויך געארבעט צו באשטימען זיין אויטאריטעט איבער די אנדערע קהל־פונקציאנערן, ווי שוחטים, איבערן גאנצן געגנט[28]. ער האט געהייסן זיינע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן ווערן רבנים פון קהילות, נישט בלויז רביס.

פּערזענליכקייט און לערנונגען

רבי נפתלי צבי איז געווען באקאנט מיט זיין גרויסע חכמה און שארפקייט און איז באקאנט מיט זיינע גלייכווערטלעך. זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, האט אים איינמאל פארבאטן צו מאכן ווערטלעך פאר א יאר. נישט לאנג שפּעטער, בשעת דער חוזה האט לאנג געדאוונט, האט זיך געהערט א געלעכטער פון די חסידים. ווען דער חוזה האט געענדיגט, האט ער אנגעקוקט רבי נפתלי און געזאגט: "קיין ווערטלעך פאר א יאר, האב איך געזאגט!" רבי נפתלי האט געענטפערט: "טאקע, אבער דער רבי'ס דאווענען האט געדויערט א יאר מיט א מיטוואך!"[29].

דער ראפשיצער רב האט פארפאסט ניגונים, פון וועלכע טייל זענען געבליבן ביז היינט, און איז אפט מאל געווען דער בעל תפילה. מען זאגט בשמו: "דורך געזאנג קענען די הימלען זיך עפענען און מיט טרויער פארמאכן מיר זיי"[29].

ער פלעגט אויפשטיין פרי אינדערפרי און דאוונען אז אלע וואס ברויכן ישועה זאלן עס געפינען[30]. ער האט באטראכט די צדיקים ווי די אמת'ע פירער פונעם דור, אויף וועלכע די וועלט שטייט[31]. ער האט געהאלטן אז חסידות איז די העכסטע פארעם פון אידישקייט, אבער האט געוואלט צוריקשטעלן חסידות צו איר אריגינעלן צושטאנד פון בעל שם טוב'ס צייטן, ווען די באוועגונג איז געווען באגרעניצט צו די גייסטיגע עליטע. ער האט אפילו גערופן צו א צוריקקער צו דער נארמאטיווער אידישקייט ווי געשטעלט דורך דעם שולחן ערוך[32]. אין זיין צוואה האט ער אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון פלייסיג לערנען תורה און כסדר חזר'ן וואס מען לערנט. ער האט געראטן צו לערנען מוסר ספרים און "תנא דבי אליהו" כסדר, זיך נישט טובל'ען צו אפט אין מקוה, בפרט אין ווינטער, און באזוכן תלמידי חכמים[33].

רבי נפתלי איז געווען באזונדערס געווידמעט דער מצוה פון סוכה. מען זאגט אז יעדן טאג איז ער געווען פארנומען מיט א שייכות פון דער מצוה, געהאקט א נאגל אין דער סוכה, אדער געלערנט מסכת סוכה[34].

ער איז אויך געווען באקאנט פאר זיין שטעלונג קעגן נאפּאלעאן, וואס האט אים אונטערגעשיידט פון רוב אנדערע גרויסע צדיקים אין פוילן, אריינגערעכנט זיין רבי-חבר רבי מענדעלע רימנובער, וועלכע האבן געזען נאפּאלעאנ'ס מלחמות אלס די ענדגילטיגע מלחמת גוג ומגוג. רבי נפתלי צבי האט אבער געפארכט אז נאפּאלעאן וועט האבן שלעכטע קאנסעקווענצן פאר די אידן פון פּוילן, ווי מיליטער דינסט און פארשפּרייטונג פון כפירה. ער האט געזוכט צו איבערצייגן אנדערע צדיקים צו זיין קעגן נאפּאלעאן, למשל דער קאזשניצער מגיד.

רבי נפתלי צבי האָט אויך געפירט מלחמה קעגן דער השכלה־באוועגונג, ווערנדיג געהאלפן דורך דעם נישט־חסידישן רב, רבי יעקב ארענשטיין, אנטקעגן די מסירות פון די משכילים[35]. פון זיינע אייגענע כתבים איז קלאר זיין שטעלונג צו די רעגירונגס־אינפארמאנטן צווישן די משכילים[36].

פּטירה און קבורה

אלטער בית החיים אין לאנצהוט. רעכטס איז די אוהל פון רבי נפתלי ראפּשיצער.
נוסח פון זיין מציבה

פ"נ וספון
איש אלקים נפטר בש"ט
י"א אייר שנת תקפ"ז לפ"ק
אשר על זה דוה לבנו
וחשכה עינינו
אוי נא לנו
כי ניטל עטרת ראשנו
אדומ"ו
הרב הקדוש המפורסם
שלשלת היוחסין
יחיד בדורו בחכמת אלקים
וביתר שבחים אין לנו רשות
כי כן נצטוינו מפיו
הרב מו"ה נפתלי צבי זלה"ה
אבד"ק ראפשיץ
בהרב המאה"ג המפורסם
בו"ק נ"י ע"ה פ"ה
מו"ה מנחם מענדל
אבד"ק ליסקא
תנצב"ה

דער ראפשיצער רב איז נפטר געווארן אין י"א אייר תקפ"ז, ביים עלטער פון 66 יאר, אין לאנצהוט (Łańcut), פוילן. מען זאגט אז ער איז נפטר געווארן אויפן וועג צו דאקטוירים אין לאנצהוט, און דער בעל-עגלה האט באשלאסן נישט צוריקצופארן קיין ראפּשיץ, ווייל רבי נפתלי האט איינמאל באמערקט אז ער שפּירט אן "אנגענעמער ריח" אין לאנצהוט[29]. ער איז באערדיגט געווארן אויפן עלטערן בית-החיים דארטן און שפּעטער איז געבויט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר. אויף זיין מציבה האט ער אנגעוויזן צו שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים".

המשכה

רבי נפתלי צבי הורוויץ איז דער שטאם-פאטער פון א זייער פארצווייגטער דינאסטיע פון צדיקים אין גאליציע, צווישן זיי אסאך גרויסע רבנים. דער גראדער יורש פון דער ראפּשיצער דינאסטיע איז געווען ר' נפתלי צבי'ס איידעם רבי אשר ישעיה רובין (ר' אשר'ל). צווישן דער ראפּשיצער'ס זין זענען געווען רבי אברהם חיים פון לינסק, רבי יעקב מעליצער (וועלכער איז געווען רב אין קאָלבושאָוו און מעליץ און איז געווארן א רבי אין תקפ"ז; צוליב די מופתים וואס זענען אים צוגעשריבן געווארן, איז ער געווען באקאנט אלס דער "קליינער בעל שם טוב")[37], און רבי אליעזר'ל דזשיקובער, פון וועם עס ציט זיך די דזשיקובער חסידות, און וועלכער איז אויך געווען א בארימטער חסידישער פירער. ר' אליעזר האט אנגעהויבן פּראווען רביסטווע ערשט נאכ'ן פטירה פון זיין פעטער, ר' אשר'ל (תר"ה)[38].

צווישן די גאר באוואוסטע תלמידים זענען געווען: דער צאנזער רב, דער שר שלום פון בעלז, רבי שלום קאמינקער, און רבי צבי אלימלך פון דינוב, וועלכער איז למעשה געווארן רבי ביים לעבן פון ראפשיצער רב, פירנדיג צו א געוויסער שפּאנונג צווישן די צוויי[39].

ספרים

דער ראפשיצער רב האט נישט ערלויבט צו דרוקן זיינע כתבים. אבער לויט דער הוראה פון דער צאנזער רב, זענען זיינע צוויי ווערק "זרע קודש" (תרכ"ח) און "אילה שלוחה" (תרכ"ב), יא געדרוקט געווארן. "זרע קודש" איז דרוש און חסידות על התורה און די ימים טובים. "אילה שלוחה" איז אויף בראשית און שמות. זיינע חיבורים שליסן איין קבלה'דיגע, חסידישע, און מוסרדיגע טעמעס, און אנטהאלטן נייע דרושים. ער האט נישט פארפאסט קיין הלכה'דיגע ספרים. ער איז געווען באקאנט פאר זיין עקספּערטיז אין סודות התורה. רבי מנחם מענדל פון רימנוב האט אים קאנגראטולירט אויף זיין דערגרייכונג אין דעם געביט פון קבלה[40].

"אהל נפתלי" (לעמבערג תרע"א) איז א זאמלונג פון זיינע דברי תורה, און געשיכטעס וועגן אים.

מעשיות און שארפזיניגע ווערטער

אין חסידישער ליטעראטור זענען פארהאן פיל מעשיות, משלים און לעגענדעס וועגן רבי נפתלי. ספעציעל שארפע ווערטלעך.

  • מען דערציילט אז ער האט אמאל געזאגט: "איך וואלט ענדערש געזעסן נעבן א חכם אין גיהנום, איידער נעבן א נאַר אין גן עדן"[41].
  • נאך א דרשה אויף צדקה פאר פּסח, ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט צי ער האט איבערצייגט די מענטשן, האט ער געענטפערט: "איך האב נאר האלב מצליח געווען, און דאס איז גארנישט שלעכט." און ער האט אויסגעפירט: "איך האב איבערצייגט די ארעמע לייט צו נעמען – אָבער נישט די רייכע לייט צו געבן"[42].

ביבליאגראפיע

  • אמרי שפר, לעמבערג, תרמ"ד
  • רבי חיים בצלאל פאנעט, שו"ת דרך יבחר, מונקאטש, תרנ"ג
  • שלמה טל, רבי נפתלי מרופשיטץ, ירושלים, תשמ"ג
  • דרויסנדיגע לינקס

    רעפערענצן

    1. יזכור-בוך פון שטאט ראפשיץ, ז' 5.
    2. רבי נפתלי דערמאנט דעם בעש"ט'ס פטירה אין זרע קודש, וירא, ד"ה וישכם אברהם.
    3. אהל נפתלי או' ב, ז' 5; עשר צחצחות, 83.
    4. אהל נפתלי או' א-ב, ז' 5; עשר צחצחות, 83–84.
    5. פאר די יחוס, זעט אהל נפתלי, אות שצג, זז' 139–148; ר' יעקב שווערדשארף, גזע תרשישים (לעמבערג, תרס"ה). זעט אויך אהל נפתלי, אות א, 5.
    6. עשר צחצחות, נח, ז' 95.
    7. זעט אהל נפתלי, או' שסא, שסב, שפה; עשר צחצחות, אות לא, ז' 90.
    8. אוהל נפתלי, סי שלה, ז' 121.
    9. יהודה ליב מימון, שרי המאה ד, פרק י (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
    10. דברים ערבים
    11. אהל נפתלי או' ה, ז' 5.
    12. רבי אלימלך ווערט אפט ציטירט אין רבי נפתלי'ס ספרים. ערטער ווי ער שרייבט שמעתי: זרע קודש, ויצא, ד"ה ויחלום; כי תצא, ד"ה כי תבנה.
    13. אהל נפתלי, סי' יג, ז' 8.
    14. Salmon, Hasidism Reappraised, p. 322.
    15. אוהל נפתלי, 5. רבי מיכל'ע ווערט אויך ציטירט אין זרע קודש, בראשית, ד"ה א"י התורה ("שמעתי משל מהמגיד הקדוש מוה' יחיאל מיכל זצ"ל"); וישלח, ד"ה אי' במדרש וירא; פרה, ד"ה במד' למה; אילה שלוחה.
    16. ר' דוב בער עהרמאן, דברים ערבים א, מונקאטש, תרס"ג, דף לז, ב.
    17. אהל נפתלי, אות סא, ז' 27. זעט אויך זרע קודש, ערב יו"כ, ד"ה א"י הלה' ("מעשה מהרב הקדוש המפורסם מוהר"ל אב"ד דק"ק בארדיטשוב זללה"ה").
    18. עשר צחצחות, סי' נז, ז' 95.
    19. רבי נפתלי ציטירט אים אין זרע קודש, וישלח, ד"ה קטונתי ("שמעתי מפי אדמו"ר מלובלין").
    20. רבי מענדלע ווערט אפט ציטירט אין ר' נפתלי'ס ספרים, מיט גרעסערע טיטלען ווי דער רבי פון לובלין, ווי "שמעתי ממורי ורבי מהר"מ מרימנאב נבג"מ" (זרע קודש, ויגש, ד"ה ולאביו שלח). זעט אויך: זרע קודש, מקץ, ד"ה ויאמר יוסף; חוקת, ד"ה עוד במדרש באר; פינחס, ד"ה צרור את; כי תצא, ד"ה א"י כי הנה; שבועות, ד"ה במדרש אנכי; חנוכה, ליל ג, ד"ה בהעלותך; ליל זאת חנוכה, ד"ה ואשה; לקוטים ד"ה בעת ההיא. זעט דער באקאנטער שילדערונג פון רבי יחזקאל פאנעט אויף רבי מענדעלע'ס הויף, שו"ת מראה יחזקאל סי' קד: "הה"ג הצדיק אבד"ק ראפשיץ עומד עליו לשרתו כאחד מן התלמידים".
    21. Salmon, Hasidism Reappraised, p. 327.
    22. אהל נפתלי, אות רעח, 100.
    23. אוהל נפתלי, או' עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84.
    24. צדקת החכם.
    25. זעט אורטנר, הרבי צבי אלימלך, עמ' קסב.
    26. ר' ישראל בערגער, עשר קדושות, סי' לג, פיעטרקוב, תרס"ו, ז' 19.
    27. זעטאמרי שפר, בריוו צו רבי שלום קאמינקער ("טוב טוב עשה אשר קבל עליו עול הרבנות בק"ק יארטשוב כי בזמן הזה מצוה גדולה לפקח בצרכי צבור ולהדריכם ולעשות שלום בין איש לרעהו ובין איש לאשתו ובזה עובד להשי"ת בכל עת ועת לעשות לה'"); אהל נפתלי אות עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84;
    28. זעט אהל נפתלי, אות קצו, ז' 61.
    29. 29.0 29.1 29.2 Levi Cooper, The Tisch: Mischief in Ropczyce, The Jerusalem Post, ‏יאנואר 29, 2010.
    30. אהל נפתלי, אות מ, 23.
    31. אהל נפתלי, אות רעט, 100.
    32. דור דעה, עמ' רלז, רמא.
    33. דור דעה, רמ; אהל נפתלי, אות שלז.
    34. אהל נפתלי, אות ג', ז' 5.
    35. R. Mahler, Hasidism and the Jewish Enlightenment (Philadelphia, 1985), 83.
    36. "כמו שאנו רואים גם בזמנינו, האפיקורסים ימ"ש שרוצים לבטל אותנו ממנהג הצדיקים והחסידים שלא יעשו מנין להתפלל ולהתוועד יחד או כדומה גזירות אחרות לבטל אותנו מעבודת השם. אף כי באמת אינם פועלים כלום בעיקר האמונה והדת, כי רחמנא לבא בעי, והוא מצרף מחשבה טובה למעשה. וכל המעשים והגדרים והסייגים שאנו נוהגים בהם הוא רק לפי מיעוט שכלינו, שנראה לנו שזה הוא עיקר החשיבות, ודבר נאה ומתקבל הוא בעינינו לעבדו דוקא בדרך זה. ולכן מי שבא ומבטל אותנו, הקב"ה כועס עליו ונותן נקמתו בו, באומרו 'איך מלאת לבך להעיז כנגדי וליקח מבניי הנאהבים והנעימים את החקים ומנהגים טובים וישרים אשר נתתי להם כדי לההנותם ולשמח אותם? וזה דומה עלי כאלו ביטלתם את גוף התורה והמצות.' וזה הוא פי' 'ונוקם על עלילותם', ר"ל הוא נוקם על הדברים של עוללים ויונקים שלו מה שלוקחין להתענג בהם ולמלאות תשוקתם וחפצם את שאהבה נפשם." (אמרי שפר, תהלים קפיטל ק"ה).
    37. Zofia Borzymińska, Horowic Naftali Cwi z Ropczyc, DELET (פּויליש).
    38. וואונדער, אנציקלופדיה לחכמי גליציה.
    39. נתן אורטנר, הרבי צבי אלימלך מדינוב: פרקי חייו ומשנתו, זז' קסב–ג; קאמעלהאר, דור דעה, זז' רמ–מא.
    40. אהל נפתלי, אות לו, ז' 21.
    41. Harry M. Rabinowicz, Hasidism: The Movement and Its Masters (Jason Aronson Inc.: Northvale, New Jersey, 1988), p. 136.
    42. Elie Wiesel, Somewhere a Master (Simon and Schuster, Touchstone Edition: New York, 1993), p. 165.