רוי:רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ
געבורט 1760
ז' סיון ה'תק"כ
לעשנעוו
פטירה מאי 8 1827 (אלט: 67 בערך)
י"א אייר ה'תקפ"ז
לאנצהוט
ספרים זרע קודש, אילה שלוחה
רבי'ס רבי מנחם מענדל רימנובער, דער "חוזה" פון לובלין
טאטע רבי מנחם מענדל רובין
מאמע ביילא (לבית הורוויץ)
ערשטער ראפּשיצער רב
ה'תקע"הה'תקפ"ז

רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפּשיץ (ז' סיון ה'תק"כ, 22סטן מאי 1760 – י״א אייר ה'תקפ"ז, 8טן מאי 1827), באקאנט אלס דער ראפּשיצער רב, איז געווען פון די גרויסע חסידישע רבי'ס אין גאליציע, פון די הויפט תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזשענסק און דער "חוזה" פון לובלין. ער איז געווען באקאנט מיט זיין חכמה און שארפע טיפע ווערטלעך, און איז בארימט מיטן טיטל וואס ער האט געלאזט שרייבן אויף זיין מצבה: "יחיד בדורו בחכמת אלקים".

פאמיליע און יוגנט

רבי נפתלי צבי הורוויץ איז געבוירן געווארן די צווייטע טאג שבועות, ז' סיון תק"כ[1] אין לעשנעוו, מזרח גאליציע. זיין געבורט איז געווען אין זעלבן וואס דער בעל שם טוב איז נפטר געווארן[2], און דער צאנזער רב האט דערויף אויסגעדריקט "וזרח השמש ובא השמש"[3].

רבי נפתלי איז געבוירן געווארן אין א חשוב'ער רבנ'ישער משפחה. זיין פאטער, רבי מנחם מענדל רובין (רבי מענדעלע לינסקער) (העב'), איז געווען רב אין לעשנעוו, און שפּעטער (נאך תקל"ג) אין האראדענקע און אין לינסק (תקמ"ב), און פון דער גאנצער סאַנאָקער פּראָווינץ. זיין הויז האט געדינט אלס קלויז פאר געהויבענע לייט, א שטייגער ווי דער בראדער קלויז[4], און ער איז אליין געווען א חסיד פון רבי מיכעלע זלאטשובער[5]. זיין מוטער, מרת ביילא, איז געווען א טאכטער פון רבי יצחק הלוי הורוויץ, באקאנט אלס רבי איציקל האמבורגער, דער רב פון קהילות אה"ו (אלטאנא, האמבורג און וואנדסבעק)[6], וועמענס יחוס האט זיך געצויגן ביז רבי ישעיה הלוי הורוויץ, דער "של"ה הקדוש"[7]. דער ראפשיצער רב איזגעווען אן אייניקל פון נאך גרויסע לייט, און "פערציג פון זיינע זיידעס זענען געווען אזוי ווי דער בעל שם טוב"[8]. רבי נפתלי צבי האט שפעטער אנגענומען דעם משפּחה-נאמען "הורוויץ" פון זיין מאמע'ס טאטע רבי איציקל האמבורגער.

זיינע ברידער זענען געווען רבי יהושע העשיל אב"ד יאניב, רבי ישראל יעקב יוקל אב"ד באלחוב וועלכער איז געווען א מתנגד צו חסידות, און רבי שמואל שמעלקא אב"ד רומאן און באר. זיין שוועסטער מרת רחל האט חתונה געהאט מיט רבי צבי הירש דער מגיד פון כירעב. [9].

מען האָט אים געגעבן דעם נאָמען 'נפתלי' נאך איינעם פון די ל"ו צדיקים וואס האבן געלערנט מיט זיין זיידן רבי מאיר פון טיקטין. אין זיין יוגנט, וואוינענדיג נאך אינדערהיים ביי זיין פאטער, האט ער ארויסגעוויזן זיין חכמה ביים האנדלען מיט פּוילישע באאמטע, קענענדיג פּויליש[10].

אין זיין יוגנט האט רבי נפתלי געלערנט ביי זיין זיידן, און אין דער ישיבה אין טיסמעניץ ביי זיין פעטער רבי משולם איגרא, וועלכער איז געווען פון די גדולי הדור. צו דער זעלבער צייט האבן דארט געלערנט רבי מרדכי בנעט און דער חוות דעת, וועלכע זענען שפּעטער געווארן פירנדע גדולים פון דער קומענדיגער דור.

זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת שיינדל, א טאכטער פון דער גביר רבי וועלוול סטאקער פון בראדי. נאך א קורצע צייט האט ער איר גע'גט, אויף דער ראט פון זיין פאטער[11], מיט די הסכמה פון רבי מיכלע זלאטשובער, אדער דער חוזה פון לובלין[12]. זיין צווייטע ווייב איז געווען רבקה, די טאכטער פון רבי צבי הירשקא גאלדהאמער פון דוקלא[13]. רבי נפתלי האט געוואוינט אין דוקלא און פאר פרנסה האט ער געהאנדלט מיט וויין.

חסידות און רבי'ס

רבי נפתלי איז צוגעצויגן געווארן צו חסידות, און ער איז געפארן צום רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק, וועלכער איז געווארן זיין רבי מובהק[14]. ס'ווערט דערציילט אז רבי אלימלך האט, צוליב זיין גרויס יחוס, אים צוערשט אנטזאגט אריינצונעמען אין די 'חבריא קדישא', זאגנדיג אז ער דארף נישט קיין מיוחסים. אבער נאך רבי נפתלי'ס בכיות און געבעטן, האט רבי אלימלך מסכים געווען אים אנצונעמען. אַן אנדערע ווערסיע זאגט אז רבי ר' אלימלך האט אים דאן אנגערופן "דער זון פון דער רוצח" צוליב א פּאסירונג מיט רבי נפתלי צבי'ס פאטער[15].

עס שיינט אז רבי נפתלי צבי האט זיך גענומען צו חסידות אונטערן איינפלוס פון זיין פאטער[16]. לויט א מסורה, ווען ער איז געווען דרייצן יאר אלט, האט זיין פאטער אים געברענגט צו רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, און רבי יחיאל מיכל האט אים געלייגט תפילין, וואס רבי נפתלי צבי האט געזאגט אז דאס האט אים צוגעבונדן צו א העכערער וועלט פון וועלכער ער קען זיך קיינמאל נישט אפּטיילן[17]. אַן אנדער נוסח זאגט אז דער חוזה פון לובלין האט אים געבענטשט אין זיין יוגנט, בשעת א נסיעה ביים זלאטשובער מגיד[18].

ער האט אויך געהאט שייכות מיט אנדערע חסידישע רבי'ס, תלמידים פון דעם מגיד פון מעזריטש, ווי רבי מרדכי פון נעשכיז, אין וועמענס שטוב ער האט פארברענגט א יאר צייט; רבי משולם פייבוש פון זשבאריזש, און רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, וועלכער האט אים פארזיכערט אז ער וועט ווערן א רבי[19]. ער האט באזוכט דעם רוזשינער צוזאמען מיטן אפטער רב, און דער רוזשינער האט באוואונדערט דעם ראפּשיצער רב אלס א 'חכם'[20].

נאך דער פּטירה פון זיין רבי'ן רבי אלימלך (תקמ"ז), איז רבי נפתלי געפארן צו רבי אלימלך'ס תלמיד, דער חוזה פון לובלין[21], און איז געבליבן געטריי צו אים אפילו נאכדעם וואס אנדערע "שארפע קעפ" זענען אוועק פון לובלין צו פרשיסחא[22].

ער האט זיך אויך באטראכט אלס א תלמיד פון רבי מענדעלע רימנובער[23]. דער קאזשניצער מגיד האט געזאגט אז רבי נפתלי צבי איז דער בעסטער מפרש אויפן ספר "נועם אלימלך"[24].

פירערשאפט און השפּעה

רבי נפתלי צבי האט געדינט אלס רב אין ראפּשיץ, א קליינע שטאָט אין דרום פוילן ביי די פוס פון די קארפּאטישע בערג. א מעשה ווערט דערציילט וועגן דער דעלעגאציע פון ראפּשיץ וואס זענען געקומען צו רבי מנחם מענדל פון רימנוב, פרעגן איבער דער רבנות פאסטן ביי זיי אין שטאט. ביי שלש סעודות האט רבי מענדעלע אנגעהויבן רעדן פון די ראפּשיצער רבנות. פּלוצלינג האט א הויכע שטימע אויסגערופן "חלעבין ווען ר' נפתלי דוקלער זאל וועלין אוועק לייגין וויין גישעפט וואלט גלייך גיוועזין איהם אופצונעהמען". רבי מענדעלע האט דאן געזאגט אז דאס איז א כרוז פון הימל[25]. ער האט זיך ערשט אנטזאגט פון דינען אלס רב, ווייל א רב איז אנגעוויזן אויף זיין קהילה, און דארף פרובירן צו זיי געפעלן. אבער נאכדעם וואס ער האט געזען דעם באָד-אייגנטימער זיך צושטעלן צום גביר פונעם שטעטל, האט ער באשלאסן אז אויב אפילו א באד ארבעטער גיבט זיך אזוי אוועק צו חנפ'ען א גביר, איז שוין בעסער צו זיין רב. דאן האט ער געשלאסן קאנטראקט מיט די דעלעגאטן פון ראָפּשיץ א דאנק אים איז דער שטאט ראפּשיץ געווארן בארימט, און זיין נאמען איז געגאנגען פאר אים איבער די גאנצע אידישע וועלט[26].

נאך דער פטירה פון זיין פאטער (כ"ג תשרי תקס"ד), האט ער געוואלט באקומען די רבנות אין לינסק און גאנץ סאנאקער פּראווינץ, וואו זיין פאטער איז פריער געווען דער רב. טייל פון די לינסקער איינוואוינער האבן זיך צוערשט קעגנגעשטעלט אים צו אויפנעמען אלס רב, אבער רבי יחזקאל פאנעט (דער "מראה יחזקאל") האט זיי באאיינפלוסט צו מיטשטימען. ר' יחזקאל איז געגאנגען אין שפיץ פון א דעלעגאציע פון לינסק קיין ראפּשיץ אים צו קרוינען אלס לינסקער רב. אבער די לייט פון ראפּשיץ האבן נישט מסכים געווען אויפצוגעבן זייער רב. אויף דער עצה פון רבי מנחם מענדל פון רימנוב און דער חוזה מלובלין, איז באשלאסן געווארן אז ער וועט פירן די לינסקער קהילה פון זיין וואוינארט אין ראפּשיץ, און ער וועט בלויז פארברענגען איין טאג אין וואך אין לינסק. ער האט אויך געדינט אלס רב פון דער קהילה אין סטריזוב (פּוילן).

נאך דער פּטירה פון די דריי גרויסע רבי'ס פון פוילן, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, און רבי מענדעלע רימנובער, אין זעלבן יאר תקע"ה, איז רבי נפתלי צבי געווארן דער צענטראלער מנהיג פון גאליציאנע חסידים, הויפּטזעכליך אין מערב און צענטראל גאליציע. זיי האבן נאכגעפאלגט זיין מהלך אין עבודת ה' און אין גרויס טייל זיך געפירט ווי זיינע מנהגים.

רנ"צ האט אויך אנגעפירט מיט דער גאליציאנער און אונגארישער צווייג פון דער "רבי מאיר בעל הנס" צדקה פאנד פאר די נויטבארע פון ארץ ישראל. ער איז אויך געווען זייער טעטיג אין קהל'ישע ענינים און האט געהאט א וויכטיגע ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט, אפט פון זיינע קינדער און תלמידים[27]. ער האט אויך געארבעט צו באשטימען זיין אויטאריטעט איבער די אנדערע קהל־פונקציאנערן, ווי שוחטים, איבערן גאנצן געגנט[28]. ער האט געהייסן זיינע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן ווערן רבנים פון קהילות, נישט בלויז רבי'ס.

פּערזענליכקייט און לערנונגען

רבי נפתלי צבי איז געווען באקאנט מיט זיין גרויסע חכמה און שארפקייט און איז באקאנט מיט זיינע גלייכווערטלעך. זיינע באמערקונגען און שמועסן זענען געווען פול מיט רמזים וואס נאר זיינע אויסגעצייכנטע תלמידים האבן פארשטאנען די טיפקייט פון זיינע געדאנקען און מעשׂים[29]. זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, האט אים איינמאל פארבאטן צו מאכן ווערטלעך פאר א יאר. נישט לאנג שפּעטער, בשעת דער חוזה האט לאנג געדאוונט, האט זיך געהערט א געלעכטער פון די חסידים. ווען דער חוזה האט געענדיגט, האט ער אנגעקוקט רבי נפתלי און געזאגט: "קיין ווערטלעך פאר א יאר, האב איך געזאגט!" רבי נפתלי האט געענטפערט: "טאקע, אבער דער רבי'ס דאווענען האט געדויערט א יאר מיט א מיטוואך!"[30].

דער ראפשיצער רב האט פארפאסט ניגונים, פון וועלכע טייל זענען געבליבן ביז היינט. אפט מאל איז ער געווען דער בעל תפילה. מען זאגט בשמו: "דורך געזאנג קענען די הימלען זיך עפענען און מיט טרויער פארמאכן מיר זיי"[30].

ער פלעגט אויפשטיין פרי און מתפלל זיין אז אלע וואס ברויכן א ישועה זאלן געהאלפן ווערן, כדי זיי זאלן נישט דארפן קומען צו אים בעטן ער זאל מתפלל זיין פאר זיי[31]. ער האט באטראכט די צדיקים ווי די אמת'ע פירער פונעם דור, אויף וועלכע די וועלט שטייט[32]. ער האט געהאלטן אז חסידות איז די העכסטע פארעם פון אידישקייט, אבער האט געוואלט צוריקשטעלן חסידות צו איר אריגינעלן צושטאנד פון בעל שם טוב'ס צייטן, ווען די באוועגונג איז געווען באגרעניצט צו די גאר גרויסע פון די חבריא. ער האט אפילו גערופן צו א צוריקקער צו דער נארמאטיווער אידישקייט ווי געשטעלט דורך דעם שולחן ערוך[33]. אין זיין צוואה האט ער אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון לערנען תורה פלייסיג און חזר'ן כסדר. ער האט געראטן צו לערנען מוסר ספרים און "תנא דבי אליהו" כסדר, זיך נישט טובל'ען צו אפט אין מקוה, בפרט אין ווינטער, און באזוכן תלמידי חכמים[34].

רבי נפתלי האט זיך באזונדער אפגעגעבן מיט דער מצוה פון סוכה. מען זאגט אז יעדן טאג איז ער געווען פארנומען מיט דער מצוה, געהאקט א נאגל אין דער סוכה, אדער געלערנט מסכת סוכה[35]. זיין השקפה אויפן דאווענען איז געווען אז תפילה דארף זיין פון פרייד, נישט פון שפלות.

ער איז אויך געווען באקאנט פאר זיין שטעלונג קעגן נאפּאלעאן, וואס האט אים אונטערגעשיידט פון רוב אנדערע גרויסע צדיקים אין פוילן, אריינגערעכנט זיין רבי-חבר רבי מענדעלע רימנובער, וועלכע האבן געזען נאפּאלעאנ'ס מלחמות אלס די ענדגילטיגע מלחמת גוג ומגוג. רבי נפתלי צבי האט אבער געפארכט אז נאפּאלעאן וועט האבן שלעכטע קאנסעקווענצן פאר די אידן פון פּוילן, ווי מיליטער דינסט און פארשפּרייטן כפירה. ער האט געזוכט צו איבערצייגן אנדערע צדיקים צו זיין קעגן נאפּאלעאן, ווי רבי מענדעלע[36].

רבי נפתלי צבי האט אויך געפירט מלחמה קעגן דער השכלה־באוועגונג, מיט די הילף פון דעם נישט־חסידישן רב, דער ישועות יעקב, אנטקעגן די מסירות פון די משכילים[37]. אין זיינע ספרים פארדאמט ער אויך די מוסרים צווישן די משכילים[38].

צווישן רבי נפתלי צבי'ס נאנטסטע חברים איז געווען רבי צבי הירש פון זידיטשוב, צו וועם ער האט געהאט א טיפן רעספּעקט, זאגנדיג אז רבי הערשעלע'ס תפילות זענען אזוי ווירקזאם ווי די פון רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק[39]. פון דער אנדערער זייט, א בריוו געשריבן דורך ר' צבי הירש בעת א קראנקהייט צו ר' נפתלי צבי אים צו בעטן צו דאווענען פאר אים, ווייזט אויף דעם טיפן רעספעקט וואס ער האט געפילט צו אים, אים שילדערנדיג אלס פעאיג צו ארבעטן אין די עולמות עליונים אויף דער העכסטער מדרגה: 'פּאֵר צדיקי רגלי המרכבה צדיק יסוד עולם, הכולל ומיחד באחד עם בהט המאוחד לאחד להטות לימין רב חסד מטה כלפי חסד גוי אחד בארץ'; ער האט צוגעשריבן זיין אויסהיילונג צו ר' נפתלי צבי'ס תפילות[40]. דער עטרת צבי האט אמאל געזאגט צום ראפשיצער רב: "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז אַן אפטער גאסט"[41].

אַן אנדער תלמיד-חבר פון רבי נפתלי צבי איז געווען רבי צבי הירש פון רימינוב, איבער וועם ער האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס לויב, זעענדיג אים טאנצן בשעת'ן דאווענען און זאגנדיג אז ער איז מכוון כוונות ומייחד יחודים, און אז ער וועט זיין א "אילן גדול"[42].

רבי נפתלי צבי איז געווען פארמישט אין פארשידענע מחלוקות, אריינגערעכנט מיט רבי שמחה בונם פון פשיסחא און רבי שלמה לייב פון לענטשנא[43].

פּטירה און קבורה

אלטער בית החיים אין לאנצהוט אויף רחוב מוניוסקי 15. רעכטס איז די אוהל פון רבי נפתלי ראפּשיצער.
נוסח פון זיין מציבה

פ"נ וספון
איש אלקים נפטר בש"ט
י"א אייר שנת תקפ"ז לפ"ק
אשר על זה דוה לבנו
וחשכה עינינו
אוי נא לנו
כי ניטל עטרת ראשנו
אדומ"ו
הרב הקדוש המפורסם
שלשלת היוחסין
יחיד בדורו בחכמת אלקים
וביתר שבחים אין לנו רשות
כי כן נצטוינו מפיו
הרב מו"ה נפתלי צבי זלה"ה
אבד"ק ראפשיץ
בהרב המאה"ג המפורסם
בו"ק נ"י ע"ה פ"ה
מו"ה מנחם מענדל
אבד"ק ליסקא
תנצב"ה

רבי נפתלי צבי האָט געוואוינט אין ראפּשיץ כמעט זיין גאנץ לעבן, אבער ער איז נישט דארטן באערדיגט. ווען ער איז געווען אלט, איז ער קראנק געווארן און האט געדארפט ספּעציעלע מעדיצינישע הילף. ער האט געפונען א מומחה דאקטער אין א מיליטערישן שפּיטאל אין לאנצהוט, און האט באשלאסן צו פארן אהין. ער איז געפארן אין א קארעטע, אבער איז נישט אנגעקומען קיין לאנצוט. ער איז נפטר געווארן אויפן וועג אין דער קארעטע, אום י"א אייר תקפ"ז אין עלטער פון 66 יאר, און איז געבראכט געווארן קיין לאנצוט פאר זיין רוהפּלאץ. מען זאגט אז דער בעל-עגלה האט באשלאסן נישט צוריקצופארן קיין ראפּשיץ, ווייל רבי נפתלי האט איינמאל זיך אויסגעדרוקט אז ער שפּירט אן "אנגענעמער ריח" אין לאנצהוט[44].

ער איז באערדיגט געווארן אויפן אלטן בית-החיים און שפּעטער איז געבויט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר. אויף זיין מציבה איז אויסגעקריצט דער טיטל וואס ער האט אנגעוויזן צו שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים". יעדן יאר אויף דער יארצייט, י"א אייר, פלעגן טויזנטער אידן קומען פון גרויסע שטעט און קליינע שטעטלעך, פון נאנט און ווייט, צו באזוכן דעם קבר[45]. עס איז געווארן א מנהג צווישן די באזוכער ביי זיין קבר צו פארפּאָרן שדכנות און אונטערשרייבן תנאים פאר חתונות. אין דעם זעלבן אוהל אויף דער רעכטער זייט איז דער ציון פון רבי אלעזר שפירא פון לאנצהוט. דער אלטער בית החיים און דער אהל אויף זיין קבר זענען חרוב געווארן ביים חורבן[44].

המשכה

רבי נפתלי צבי הורוויץ איז דער שטאם-פאטער פון א זייער פארצווייגטע דינאסטיע פון צדיקים אין גאליציע, צווישן זיי גרויסע רבנים און רבי'ס. פון זיין צװייטן זיווג האט ער איבערגעלאזט איין טאכטער און דריי זין צדיקים:

  • הרבנית רייצא, וואס האט חתונה געהאַט מיט רבי אשר ישעיה רובין (ר' אשר'ל ראפּשיצער), וועלכער איז געווארן זיין ממלא מקום אין ראפּשיץ.
  • רבי אברהם חיים פון לינסק
  • רבי יעקב מעליצער (וועלכער איז געווען רב אין קאלביסוב און מעליץ און איז געווארן א רבי אין תקפ"ז; צוליב די מופתים וואס זענען אים צוגעשריבן געווארן, איז ער געווען באקאנט אלס דער "קליינער בעל שם טוב")[46]
  • רבי אליעזר'ל דזשיקובער, א בארימטער חסידישער רבי פון וועם עס ציט זיך די דזשיקובער חסידות. רבי אליעזר'ל האט אנגעהויבן פּראווען רבי'סטווע הערשט נאכ'ן פטירה פון זיין פעטער, רבי אשר'ל (תר"ה)[47].

צווישן די גאר באוואוסטע תלמידים פונעם ראפשיצער רב זענען געווען:

ספרים

דער ראפשיצער רב האט נישט ערלויבט צו דרוקן זיינע כתבים. אבער לויט דער הוראה פון דער צאנזער רב, זענען זיינע צוויי ווערק "זרע קודש" (תרכ"ח) און "אילה שלוחה" (תרכ"ב), יא געדרוקט געווארן פילע יארן נאך זיין פטירה. "זרע קודש" איז על התורה און די ימים טובים, "אילה שלוחה" איז אויף בראשית און שמות. זיינע חיבורים זענען אויפן גאנג פון דרוש, געפלאכטן מיט קבלה, חסידות און מוסר.

ער האט נישט פארפאסט קיין הלכה'דיגע ספרים. ער איז געווען באקאנט מיט זיין ידיעה אין סודות התורה. רבי מנחם מענדל פון רימנוב האט אויסגעלויבט זיין שטאנד אין קבלה[50].

דער ספר "אהל נפתלי" (לעמבערג תרע"א) איז א זאמלונג פון דברי תורה און מעשיות פון ראפשיצער רב.

מעשיות און שארפזיניגע ווערטער

אין חסידישער ליטעראטור זענען פארהאן פיל מעשיות, משלים און לעגענדעס וועגן רבי נפתלי. ספעציעל שארפע ווערטלעך.

  • מען דערציילט אז ער האט אמאל געזאגט: "איך וואלט ענדערש געזעסן נעבן א חכם אין גיהנום, איידער נעבן א נאַר אין גן עדן"[51].
  • נאך א דרשה אויף צדקה פאר פּסח, ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט צי ער האט איבערצייגט דעם עולם, האט ער געענטפערט: "איך האב 'האלב' מצליח געווען," און אויסגעפירט, "איך האב איבערצייגט די ארעמעלייט צו נעמען – אָבער נישט די רייכע צו געבן"[52].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יזכור-בוך פון שטאט ראפשיץ, ז' 5
  2. רבי נפתלי דערמאנט דעם בעש"ט'ס פטירה אין זרע קודש, וירא, ד"ה וישכם אברהם.
  3. אהל נפתלי ז' 5; עשר צחצחות, 83. פאר דעם מקור פונעם אויסדרוק זעט קידושין עב, ב.
  4. אהל נפתלי אות יט, זז' 12–13.
  5. אהל נפתלי אות יד, ז' 8
  6. אהל נפתלי או' א-ב, ז' 5; עשר צחצחות, 83–84.
  7. פאר די יחוס, זעט אהל נפתלי אות שצג, זז' 139–148; ר' יעקב שווערדשארף, גזע תרשישים (לעמבערג, תרס"ה). זעט אויך אהל נפתלי, אות א, 5.
  8. זעט אהל נפתלי, או' שסא, שסב, שפה; עשר צחצחות, אות לא, ז' 90
  9. אהל נפתלי, סי שלה, ז' 121.
  10. יהודה ליב מימון, שרי המאה ד, פרק י (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  11. דברים ערבים.
  12. אהל נפתלי, סי' ח, ז' 5; עשר צחצחות, סי' כט, זז' 89–90.
  13. אהל נפתלי או' ה, ז' 5
  14. רבי אלימלך ווערט אפט ציטירט אין רבי נפתלי'ס ספרים. צומאל מיטן לשון "שמעתי" - זרע קודש, ויצא, ד"ה ויחלום; כי תצא, ד"ה כי תבנה.
  15. אהל נפתלי, סי' יג, ז' 8.
  16. Salmon, Hasidism Reappraised, p. 322.
  17. אוהל נפתלי, 5. רבי מיכל'ע ווערט אויך ציטירט אין זרע קודש, בראשית, ד"ה א"י התורה ("שמעתי משל מהמגיד הקדוש מוה' יחיאל מיכל זצ"ל"); וישלח, ד"ה אי' במדרש וירא; פרה, ד"ה במד' למה; אילה שלוחה, תולדות, ד"ה בפסוק ועשה.
  18. ר' דוב בער עהרמאן, דברים ערבים א, מונקאטש, תרס"ג, דף לז, ב
  19. אהל נפתלי, אות סא, ז' 27. זעט אויך זרע קודש, ערב יו"כ, ד"ה א"י הלה' ("מעשה מהרב הקדוש המפורסם מוהר"ל אב"ד דק"ק בארדיטשוב זללה"ה").
  20. עשר צחצחות, סי' נז, ז' 95
  21. רבי נפתלי ציטירט אים אין זרע קודש, וישלח, ד"ה קטונתי ("שמעתי מפי אדמו"ר מלובלין").
  22. אונגער, חסידישע וועלט, ז' 245
  23. רבי מענדלע ווערט אפט ציטירט אין ר' נפתלי'ס ספרים, מיט גרעסערע טיטלען ווי דער רבי פון לובלין, ווי "שמעתי ממורי ורבי מהר"מ מרימנאב נבג"מ" (זרע קודש, ויגש, ד"ה ולאביו שלח). זעט אויך: זרע קודש, מקץ, ד"ה ויאמר יוסף; חוקת, ד"ה עוד במדרש באר; פינחס, ד"ה צרור את; כי תצא, ד"ה א"י כי הנה; שבועות, ד"ה במדרש אנכי; חנוכה, ליל ג, ד"ה בהעלותך; ליל זאת חנוכה, ד"ה ואשה; לקוטים ד"ה בעת ההיא. זעט דער באקאנטער שילדערונג פון רבי יחזקאל פאנעט אויף רבי מענדעלע'ס הויף, שו"ת מראה יחזקאל סי' קד: "הה"ג הצדיק אבד"ק ראפשיץ עומד עליו לשרתו כאחד מן התלמידים".
  24. אהל נפתלי, אות רעח, 100.
  25. אהל נפתלי, אות ח, ז' 6.
  26. צדקת החכם
  27. אוהל נפתלי, או' עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84. זעט אמרי שפר, בריוו צו רבי שלום קאמינקער ("טוב טוב עשה אשר קבל עליו עול הרבנות בק"ק יארטשוב כי בזמן הזה מצוה גדולה לפקח בצרכי צבור ולהדריכם ולעשות שלום בין איש לרעהו ובין איש לאשתו ובזה עובד להשי"ת בכל עת ועת לעשות לה'"); אהל נפתלי אות עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84;
  28. זעט אהל נפתלי, אות קצו, ז' 61.
  29. 29.0 29.1 צבי דומב, "גדולי לאנצוט", ספר לאנצוט, תל אביב, תשכ"ד, זז' 49–50.
  30. 30.0 30.1 Levi Cooper, The Tisch: Mischief in Ropczyce, אויף The Jerusalem Post, ‏יאנואר 29, 2010
  31. אהל נפתלי, אות מ, 23.
  32. אהל נפתלי, אות רעט, 100.
  33. דור דעה, עמ' רלז, רמא.
  34. דור דעה, רמ; אהל נפתלי, אות שלז.
  35. אהל נפתלי, אות ג', ז' 5
  36. אהל נפתלי, אות נב, זז' 25–26.
  37. R. Mahler, Hasidism and the Jewish Enlightenment (Philadelphia, 1985), 83.
  38. "כמו שאנו רואים גם בזמנינו, האפיקורסים ימ"ש שרוצים לבטל אותנו ממנהג הצדיקים והחסידים שלא יעשו מנין להתפלל ולהתוועד יחד או כדומה גזירות אחרות לבטל אותנו מעבודת השם. אף כי באמת אינם פועלים כלום בעיקר האמונה והדת, כי רחמנא לבא בעי, והוא מצרף מחשבה טובה למעשה. וכל המעשים והגדרים והסייגים שאנו נוהגים בהם הוא רק לפי מיעוט שכלינו, שנראה לנו שזה הוא עיקר החשיבות, ודבר נאה ומתקבל הוא בעינינו לעבדו דוקא בדרך זה. ולכן מי שבא ומבטל אותנו, הקב"ה כועס עליו ונותן נקמתו בו, באומרו 'איך מלאת לבך להעיז כנגדי וליקח מבניי הנאהבים והנעימים את החקים ומנהגים טובים וישרים אשר נתתי להם כדי לההנותם ולשמח אותם? וזה דומה עלי כאלו ביטלתם את גוף התורה והמצות.' וזה הוא פי' 'ונוקם על עלילותם', ר"ל הוא נוקם על הדברים של עוללים ויונקים שלו מה שלוקחין להתענג בהם ולמלאות תשוקתם וחפצם את שאהבה נפשם." (אמרי שפר, תהלים קפיטל ק"ה).
  39. זעט אורטנר, הרבי צבי אלימלך, עמ' קסב.
  40. אהל נפתלי, אות ר, ז' 62; אות רא, ז' 63.
  41. ר' ישראל בערגער, עשר קדושות, סי' לג, פיעטרקוב, תרס"ו, ז' 19.
  42. אפרים צורף, "ר' נפתלי צבי מרופשיץ" אין פרויקט בן-יהודה, פון 'גביעי זהב: שלש מאות סיפורי חסידים'.
  43. קאמעלהאר, דור דעה, זז' רמ–מא.
  44. 44.0 44.1 44.2 מ. ש. גשורי, "לאנצוט עיר ההילולה של רבי נפתלי צבי מרופשיץ", ספר לאנצוט, תל אביב, תשכ"ד, זז' 50–52.
  45. דומב
  46. Zofia Borzymińska, Horowic Naftali Cwi z Ropczyc, אויף DELET (פּויליש)
  47. וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה.
  48. זעט אויך אהל נפתלי, אות פד, ז' 32.
  49. נתן אורטנר, הרבי צבי אלימלך מדינוב: פרקי חייו ומשנתו, זז' קסב–ג; קאמעלהאר, דור דעה, זז' רמ–מא. זעט אויך עשר צחצחות, אות כט, זז' 89–90; אהל נפתלי, אות מו, ז' 24.
  50. אהל נפתלי, אות לו, ז' 21.
  51. Harry M. Rabinowicz, Hasidism: The Movement and Its Masters (Jason Aronson Inc.: Northvale, New Jersey, 1988), p. 136.
  52. Elie Wiesel, Somewhere a Master (Simon and Schuster, Touchstone Edition: New York, 1993), p. 165.