אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אלעזר בן ערך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע, הגהה אנהייב)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(51 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דעסקריפציע|תנא פון צווייטן דור אין ארץ ישראל}}
{{אישיות רבנית
{{אישיות רבנית
| בילד = רבי אלעזר בן ערך.JPG
| בילד = רבי אלעזר בן ערך.JPG
| געבורט דאטום = ערשטער יארהונדערט
| כיתוב = זיין מסורה'דיגן ציון אין [[עלמא]]
| כינוי = רבי נהוראי (לויט א דעה אין גמרא)
| געבורט דאטום = [[1'טער יארהונדערט]]
| געבורט ארט = [[ארץ ישראל]]
| געבורט ארט = [[ארץ ישראל]]
| פטירה דאטום = צווייטער יארהונדערט
| פטירה דאטום = [[1'טער יארהונדערט]]
| פטירה ארט = ארץ ישראל
| פטירה ארט = ארץ ישראל
| התחלת פעילות = צווייטער דור פון תקופת ה[[תנאים]]
| מקום קבורה = [[עלמא]], [[אויבער גליל]]{{ש}}{{coord|33.0548002|35.4903996|טיפ=primary}}
| סיום פעילות = צווייטער דור פון תקופת ה[[תנאים]]
| וואוין ארט = [[ירושלים]], אמאוס
| התחלת פעילות = צווייטער דור פון [[תנאים]]
| סיום פעילות = צווייטער דור פון [[תנאים]]
| רביס = [[רבן יוחנן בן זכאי]]
| רביס = [[רבן יוחנן בן זכאי]]
| בני דורו = [[רבי אליעזר בן הורקנוס]], [[רבי יהושע בן חנניה]], [[רבי יוסי הכהן]], [[רבי שמעון בן נתנאל]]
| בני דורו = [[רבי אליעזר בן הורקנוס]], [[רבי יהושע בן חנניה]], [[רבי יוסי הכהן]], [[רבי שמעון בן נתנאל]]
| טאטע = עֲרָך
}}
}}
'''רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָךְ''' איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער [[תנא]], פון די פינף גרעסטע תלמידים פון [[רבן יוחנן בן זכאי]], צוזאמען מיט [[רבי אליעזר בן הורקנוס]], [[רבי יהושע בן חנניה]], רבי יוסי הכהן און רבי שמעון בן נתנאל{{הערה|שם=אבותבח|{{משנה|אבות|ב|ח}}}}.
'''רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָךְ''' איז געווען א [[תנא]] אין צווייטן דור פון תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פינף גרעסטע תלמידים פון [[רבן יוחנן בן זכאי]], צוזאמען מיט [[רבי אליעזר בן הורקנוס]], [[רבי יהושע בן חנניה]], רבי יוסי הכהן און רבי שמעון בן נתנאל{{הערה|שם=אבותבח|{{משנה|אבות|ב|ח}}}}.


== קלוגשאפט און גרויסקייט ==
== קלוגשאפט און גרויסקייט ==
לויט [[אבא שאול]] איז רבי אלעזר בן ערך געווען דער גרעסטער פון די תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און זיין רבי האט אויף אים געזאגט: "אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ורבי אליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה – מכריע את כולם"{{הערה|שם=אבותבח}}. רבן יוחנן האט אויך אויסגערעכנט זיין שבח אז ער איז א "מעיין המתגבר" (לבו רחב ומוסיף פלפול וסברות מדעתו{{הערה|רע"ב}}){{הערה|שם=אבותבח}} און אין [[אבות דרבי נתן]]{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד|ב}}}}: "נחל שוטף ומעין המתגבר שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר{{הערה|{{תנ"ך|משלי|ה|טז}}}} יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה בָּרְחֹבוֹת פַּלְגֵי מָיִם".
לויט [[אבא שאול]] איז רבי אלעזר בן ערך געווען דער גרעסטער פון די תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און זיין רבי האט אויף אים געזאגט: "אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ורבי אליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה – מכריע את כולם"{{הערה|שם=אבותבח}}. רבן יוחנן האט אויך אויסגערעכנט זיין שבח אז ער איז א "מעיין המתגבר"{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ח}}. זעט דארט רע"ב: "לבו רחב ומוסיף פלפול וסברות מדעתו"; און אין [[אבות דרבי נתן]] ({{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד|ב}}): "נחל שוטף ומעין המתגבר שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה בָּרְחֹבוֹת פַּלְגֵי מָיִם ({{תנ"ך|משלי|ה|טז}})".}}.


ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "צאו וראו איזוהי דרך ישרה שידבק בה האדם", האט רבי אלעזר געזאגט: "לב טוב"; און איזוהי דרך רעה שיתרחק ממנה האדם – "לב רע". די איבריגע תלמידים האבן געזאגט אנדערע מדות. האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיינע תלמידים: רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ט}}}}.
ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים זיי זאלן באטראכטן וואס איז דער "דרך ישרה" אין וואס א מענטש זאל זיך באהעפטן, האט רבי אלעזר געזאגט: "לב טוב"; און אויף "דרך רעה" פון וואס א מענטש זאל זיך דערווייטערן – "לב רע". די אנדערע תלמידים האבן געזאגט אנדערע מדות, אבער רבן יוחנן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ט}}}}.


אין מדרש ווערט גע'דרש'נט אויפ'ן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|א|ג}}}} "וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ" – שהכל צריכין לעצתו, כגון רבי אלעזר בן ערך, שהיה יועץ עצות, ומתקיימות ומצליחות. אמרו לו: "נביא אתה"? אמר להן: "לא נביא אנכי ולא בן נביא, אלא כך אני מקובל מרבותי: כל עצה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים"{{הערה|מדרש שוחר טוב א אויף תהלים א, ג}}.
ווען דער זון פון רבן יוחנן בן זכאי איז געשטארבן זענען זיינע תלמידים אריין אים טרייסטן, אבער ער האט נישט אנגענומען זייערע טרייסטן. ווי נאר רבי אלעזר בן ערך איז אריין האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיין שמש: "נעם מיינע קליידער און מיר גייען אין בית המרחץ, וויבאלד ער איז אן אדם גדול און איך גיי נישט קענען שטיין פאר אים" (איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן פון זיך טרייסטן מיט זיינע ווערטער, וואס וועלן זיכער דערפרייען מיין זעל{{הערה|רד"ל}}). איז רבי אלעזר אריין און געזיצן פאר אים און געזאגט: "איך וועל דיר מאכן א משל צו וואס דער זאך איז גלייך, צו א מענטש וואס דער קעניג האט ביי אים באהאלטן א פקדון. יעדן טאג האט ער געוויינט און געשריגן זאגנדיג: 'וויי איז מיר, ווען וועל איך ארויס פון דעם פקדון בשלום (עס צוריקגעבן פאר'ן קעניג גאנץ אנע שאדן)'? אויך דו רבי – האסט געהאט א זון; ער האט געלערנט תורה מקרא נביאים וכתובים משנה הלכות ואגדות, און איז נפטר געווארן פון דער וועלט אן א זינד. דו דארפסט אננעמען תנחומים ווען דו האסט צוריקגעקערט דיין פקדון גאנץ". האט אים רבן יוחנן געזאגט: "רבי אלעזר מיין זון, נחמתני כדרך שבני אדם מנחמין"{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד|ו}}}}.


לויט ווי עס שטייט אינעם פתיחה צום [[ספר תאגי]], אן אור-אלטן ספר איבער [[תגין]] פון א ספר תורה, האט רבי אלעזר מקבל געווען דעם ספר פון [[רבי נחוניא בן הקנה]] און עס איבערגעגעבן פאר [[רבי יהושע בן חנניה|רבי יהושע]].
אין מדרש ווערט גע'דרש'נט אויפ'ן פסוק{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|א|ג}}}} "וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ" – אז אלע דארפן צוקומען צו זיין עצה, ווי רבי אלעזר בן ערך, וואס ער פלעגט ראטן עצות און זיי פלעגן ווערן אויסגעפירט און מצליח זיין. האט מען אים געפרעגט: "ביסטו א נביא"? האט ער געזאגט: "נישט קיין נביא און נישט קיין בן נביא, נאר אזוי האב איך מקובל מרבותי: יעדע עצה וואס איז לשם שמים, סופה להתקיים"{{הערה|[[מדרש שוחר טוב]], [https://shitufta.org.il/Midrash_Tehillim/1?selectedunittext=16 פרק א]}}.
 
אין אריינפיר צו {{קישור שפה|עברית|ספר תאגי|ספר תאגי}}, איבער [[אותיות]] וועלכע דארפן געשריבן ווערן אין [[ספר תורה]] אנדערש ווי געווענליך, שטייט אז רבי אלעזר האט עס מקבל געווען פון [[רבי נחוניא בן הקנה]] און עס איבערגעגעבן פאר [[רבי יהושע בן חנניה|רבי יהושע]]{{הערה|{{ויקיטקסט|ספר תגין/פתיחה|פתיחה לספר תגין}}}}.


== תורת הנסתר ==
== תורת הנסתר ==
רבי אלעזר בן ערך איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתר. רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אויף איין פסוק 300 הלכות פסוקות, און זיי נאר געוואלט אויסלערנען פאר זיינע תלמידים רבי אלעזר בן ערך און רבי אליעזר בן הורקנוס, וויבאלד זיי האבן עוסק געווען מיט אים אין [[מעשה מרכבה]]{{הערה|{{זוהר|חדש|יא|ב|בראשית}}}}. אמאל זענען רבי דוסתאי און רבי חגי געגאנגען צו רבי אלעזר, וועם רבי דוסתאי האט אנגערופן "זקן בימים, דער וואס ס'קומען אראפ פאר אים שרים עליונים פון דער קעניג ברוך הוא". אנקומענדיג דארט האבן זיי געהערט סודות עליונים און געזען מלאכי מעלה{{הערה|{{זוהר|חדש|לב|א|לך לך}}}}.
רבי אלעזר בן ערך איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתר און ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין [[זוהר]]{{הערה|{{זוהר|ב|טז|א}}; {{זוהר|חדש|לה|א}}; {{זוהר|א|קלט|ב}}}}. רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אויף איין פסוק 300 הלכות פסוקות, און ער האט זיי נאר געוואלט אויסלערנען פאר זיינע תלמידים רבי אלעזר בן ערך און רבי אליעזר בן הורקנוס, וויבאלד זיי האבן עוסק געווען מיט אים אין [[מעשה מרכבה]]{{הערה|{{זוהר|חדש|יא|ב|פרשה=בראשית}}}}. אמאל זענען רבי דוסתאי און רבי חגי געגאנגען צו רבי אלעזר, וועם רבי דוסתאי האט אנגערופן "סֵבֶר אפי יומין, דער וואס ס'קומען אראפ פאר אים שרים עליונים פון דער קעניג ברוך הוא". אנקומענדיג דארט האבן זיי געהערט סודות עליונים און געזען מלאכי מעלה{{הערה|{{זוהר|חדש|לב|א|פרשה=לך לך}}}}.


אין גמרא ווערט געברענגט א מעשה, אז רבי יוחנן בן זכאי האט געריטן אויף אן אייזל, מיט רבי אלעזר. ווען רבי אלעזר האט אים געבעטן ער זאל מיט אים לערנען א פרק אין מעשה מרכבה. רבי יוחן האט זיך ארויסגעדרייט, דאן האט רבי אלעזר געבעטן רשות צו זאגן פון זאכן וואס ער האט אויפגעכאפט דורך ראשי פרקים וואס רבי יוחנן האט אים שוין אמאל געזאגט{{הערה|בן יהוידע}}. רבי אלעזר האט דאן אנגעהויבן דרש'ען, איז אראפ א פייער פון הימל און ארומגענומען אלע ביימער פון פעלד, און די מלאכים האבן אנגעהויבן זאגן שירה און געטאנצן, און איין מלאך האט זיך אנגערופן: "אט דאס איז מעשה מרכבה". האט זיך רבי יוחנן אויפגעשטעלט, און געקישט אויפ'ן קאפ און געזאגט: "ברוך ה' אלוקי ישראל שנתן בן לאברהם אבינו שיודע להבין ולחקור ולדרוש במעשה מרכבה. יש נאה דורש ואין נאה מקיים, ויש נאה מקיים ואין נאה דורש; אתה נאה דורש ונאה מקיים. אשריך אברהם אבינו שאלעזר הן ערך יצא מחלציך"{{הערה|{{בבלי|חגיגה|יד|ב}}; {{ירושלמי|חגיגה|ב|א}}}}.
אין גמרא ווערט געברענגט א מעשה, אז רבן יוחנן בן זכאי האט געריטן אויף אן אייזל, צוזאמען מיט רבי אלעזר. ווען רבי אלעזר האט אים געבעטן ער זאל מיט אים לערנען א פרק אין מעשה מרכבה, האט זיך רבן יוחנן ארויסגעדרייט. רבי אלעזר האט דאן געבעטן רשות צו זאגן, פון וואס ער האט פארשטאנען דורך ראשי פרקים וואס רבי יוחנן האט אים שוין אמאל געזאגט{{הערה|בן יהוידע. זעט מהרש"א פאר אן אנדערן הסבר.}}. ווען רבי אלעזר האט אנגעהויבן דרש'ען, איז אראפ א פייער פון הימל און ארומגענומען אלע ביימער פון פעלד, און די מלאכים האבן אנגעהויבן זאגן שירה און געטאנצן, און איין מלאך האט זיך אנגערופן: "אט דאס איז מעשה מרכבה". האט זיך רבן יוחנן אויפגעשטעלט, אים געקושט אויפ'ן קאפ און געזאגט: "ברוך ה' אלוקי ישראל וואס האט געגעבן א זון פאר אברהם אבינו וואס קען פארשטיין און חוקר זיין און דרש'ענען אין מעשה מרכבה. יש נאה דורש ואין נאה מקיים, ויש נאה מקיים ואין נאה דורש; אתה נאה דורש ונאה מקיים. וואויל איז דיר אברהם אבינו אז אלעזר בן ערך יצא מחלציך"{{הערה|{{בבלי|חגיגה|יד|ב}}; {{ירושלמי|חגיגה|ב|א}}}}.


==מימרות==
==מימרות==
אין [[פרקי אבות]]{{הערה|{{משנה|אבות|ב|יד}}}} איז פארהאן א מימרא פון אים: "הוי שקוד ללמוד תורה. ודע מה שתשיב לאפיקורס. ודע לפני מי אתה עמל. ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פעולתך".
אין [[פרקי אבות]] איז פארהאן א מימרא פון אים: "הוי שקוד ללמוד תורה. ודע מה שתשיב ל[[אפיקורס]]. ודע לפני מי אתה עמל. ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פעולתך"{{הערה|{{משנה|אבות|ב|יד}}}}.


אויסער דער מאמר אין אבות, ווערט רבי אלעזר בן ערך נישט דערמאנט אין די משנה, און גאר ווייניג ווערט פון אים געברענגט אין [[ברייתא|ברייתות]]. דער איינציגסטער מימרא געברענגט פון אים אין בבלי איז: "כתוב{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|טו|יא}}}}: "וְכֹל אֲשֶׁר יִגַּע בּוֹ הַזָּב וְיָדָיו לֹא שָׁטַף בַּמָּיִם… וְטָמֵא וכו'" – אמר רבי אלעזר בן ערך: מכאן סמכו חכמים ל[[נטילת ידים]] [פאר'ן עסן ברויט] מן התורה"{{הערה|{{בבלי|חולין|קו|א}}}}. נאך הלכות ווערן געברענגט פון אים אין [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]]{{הערה|{{ירושלמי|חלה|ג|א}}; {{ירושלמי|יבמות|ב|א}}}}.
אויסער מסכת אבות, ווערט רבי אלעזר בן ערך נישט דערמאנט אין די משנה, און גאר ווייניג ווערט פון אים געברענגט אין [[ברייתא|ברייתות]]. דער איינציגסטער מימרא געברענגט פון אים אין בבלי איז אז די חכמים האבן [[אסמכתא (דרשה)|מסמיך]] געווען דער חיוב פון [[נטילת ידים]] פאר'ן עסן ברויט צום פסוק{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|טו|יא}}}} "וְכֹל אֲשֶׁר יִגַּע בּוֹ הַזָּב וְיָדָיו לֹא שָׁטַף בַּמָּיִם… וְטָמֵא"{{הערה|{{בבלי|חולין|קו|א}}}}. נאך הלכות ווערן געברענגט פון אים אין [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]]{{הערה|{{ירושלמי|חלה|ג|א}}; {{ירושלמי|יבמות|ב|א}}}}.


פון זיינע ווערטער אין אגדה: רבי אלעזר בן ערך אומר: כשירד הקב"ה על הר סיני ליתן התורה לישראל ירדו עמו ששים רבוא של מלאכים כנגד ששים רבוא של גבורי ישראל, ובידם זיינות ועטרות. ועטרו את כל ישראל כתר שם המפורש. וכל אותן הימים עד שלא באו לאותו מעשה (מעשה העגל) היו טובים לפני הקב"ה כמלאכי השרת, ולא משל בהם מלאך המוות ולא היו יוצאים לנקביהם כבני אדם. וכיון שעשו מעשה העגל כעס הקב"ה עליהם ואמר: סבור הייתי שתהיו לפני כמלאכי השרת, שנאמר{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|פב|ו}}}}: "אֲ‍נִי אָמַרְתִּי אֱלֹהִים אַתֶּם וּבְנֵי עֶלְיוֹן כֻּלְּכֶם" – עכשיו: "אָכֵן כְּאָדָם תְּמוּתוּן וּכְאַחַד הַשָּׂרִים תִּפֹּלוּ"{{הערה|פרקי דרבי אליעזר פרק מז}}.
פון זיינע ווערטער אין אגדה: רבי אלעזר בן ערך אומר: כשירד הקב"ה על [[בארג סיני|הר סיני]] ליתן התורה לישראל ירדו עמו ששים רבוא של מלאכים כנגד ששים רבוא של גבורי ישראל, ובידם זיינות ועטרות. ועטרו את כל ישראל כתר שם המפורש. וכל אותן הימים עד שלא באו לאותו מעשה (מעשה העגל) היו טובים לפני הקב"ה כמלאכי השרת, ולא משל בהם מלאך המוות ולא היו יוצאים לנקביהם כבני אדם. וכיון שעשו מעשה העגל כעס הקב"ה עליהם ואמר: סבור הייתי שתהיו לפני כמלאכי השרת, שנאמר{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|פב|ו}}}}: "אֲ‍נִי אָמַרְתִּי אֱלֹהִים אַתֶּם וּבְנֵי עֶלְיוֹן כֻּלְּכֶם" – עכשיו: "אָכֵן כְּאָדָם תְּמוּתוּן וּכְאַחַד הַשָּׂרִים תִּפֹּלוּ"{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|מז}}}}.


אין [[ילקוט שמעוני]] ווערן געברענגט א צאל דרשות פון רבי אלעזר בן ערך אין אגדה{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|עו}}; {{ילקוט שמעוני|תהלים|תתו}}}}.
אין [[ילקוט שמעוני]] ווערן געברענגט א צאל דרשות פון רבי אלעזר בן ערך אין [[אגדתא|אגדה]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|עו}}; {{ילקוט שמעוני|תהלים|תתו}}}}.


דער ???מאדנע פאקט??? אז רבי אלעזר בן ערך ווערט כמעט נישט דערמאנט אין משנה און גמרא, בשעת זיינע חבירים רבי אליעזר און רבי יהושע ווערן דערמאנט הונדערטע מאל, איז שוין אויפגעברענגט געווארן דורך חז"ל: "ומפני מה לא נתגדל שמו בחכמה"?{{הערה|אבות דרבי נתן נוסח ב פרק כט}}. און חז"ל דערציילן פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם גרויסן חכם:
דער וואונדער אז רבי אלעזר בן ערך ווערט כמעט נישט דערמאנט אין משנה און גמרא, בשעת זיינע חבירים רבי אליעזר און רבי יהושע ווערן דערמאנט הונדערטע מאל, ווערט שוין אויפגעברענגט דורך חז"ל{{הערה|אבות דרבי נתן נוסח ב פרק כט}}: "ומפני מה לא נתגדל שמו בחכמה"? און זיי דערציילן פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם גרויסן חכם:
:ווען רבן יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן האט רבי אלעזר בן ערך געזאגט: "אלך אצל אשתי לדיומסית (אדער [[אמאוס]]), למקום יפה ומים יפים ונאים", אבער זיינע חברים האבן געזאגט: "לאמיר גיין קיין [[יבנה]], צו א פלאץ וואס אסאך תלמידי חכמים האבן ליב די תורה". הוא שהלך לדיומסית למקום יפה ומים יפים ונאים, נתמעט שמו בתורה. הם שהלכו ליבנה למקום שתלמידי חכמים מרובים ואוהבים את התורה, נתגדל שמם בתורה{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד}}}}.
:ווען רבן יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן האט רבי אלעזר בן ערך געזאגט: "אלך אצל אשתי לדיומסית (אדער [[אמאוס]]{{הערה|זעט נוסחאות אין {{היברובוקס|2=אבות דרבי נתן - שעכטער|3=38247|page=93|מקום הוצאה=ווינא|שנת הוצאה=תרמ"ז|עמ=59}}}}), למקום יפה ומים יפים ונאים", אבער זיינע חברים האבן געזאגט: "לאמיר גיין קיין [[יבנה]], צו א פלאץ וואס אסאך תלמידי חכמים האבן ליב די תורה". הוא שהלך לדיומסית למקום יפה ומים יפים ונאים, נתמעט שמו בתורה. הם שהלכו ליבנה למקום שתלמידי חכמים מרובים ואוהבים את התורה, נתגדל שמם בתורה{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד}}}}.


אין מדרש רבה{{הערה|{{מדרש רבה|קהלת|ז|טו}}}} ווערט דערציילט, אז ער האט געמיינט אז זיינע חברים וועלן קומען צו אים (וויבאלד ער איז געווען דער גרעסטער צווישן זיי), און ווען ער האט געזען אז זיי קומען נישט האט ער געוואלט גיין צו זיי, און זיין ווייב האט אים נישט געלאזט. זי האט אים געזאגט: "מי צריך למי?" און ער האט איר צוגעהערט, און איז זיך דארט געזעצן ביז ער האט פארגעסן זיין לערנען. ווען זיינע חברים האבן זיך אמאל נזדמן געווען ביי אים און אים געפרעגט א דבר הלכה האט ער נישט געוויסט צו ענטפערן. אין בבלי ווערט נאך דערציילט{{הערה|{{בבלי|שבת|קמז|ב}}; זעט אויך {{ילקוט שמעוני|קהלת|תתקעג}}}}, אז ווען ער איז געקומען ליינען אין די תורה "הַחֹדֶש הזה לכם"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יב|ב}}}}, האט ער געליינט אנשטאט דעם "החרש היה לבם". די חכמים האבן געבעטן רחמים אויף אים און זיין לערנען האט זיך אים צוריקגעקערט.
אין מדרש רבה ווערט דערציילט, אז ער האט געמיינט אז זיינע חברים וועלן קומען צו אים (וויבאלד ער איז געווען דער גרעסטער צווישן זיי), און ווען ער האט געזען אז זיי קומען נישט האט ער געוואלט גיין צו זיי, און זיין ווייב האט אים נישט געלאזט. זי האט אים געזאגט: "ווער דארף צוקומען צו וועם?" און ער האט איר צוגעהערט, און איז זיך דארט געזעצן ביז ער האט פארגעסן זיין לערנען. ווען זיינע חברים זענען אמאל אנגעקומען צו אים און אים געפרעגט א דבר הלכה האט ער נישט געוואוסט צו ענטפערן{{הערה|{{מדרש רבה|קהלת|ז|ז}}}}. אין בבלי ווערט נאך דערציילט{{הערה|{{בבלי|שבת|קמז|ב}}; זעט אויך {{ילקוט שמעוני|קהלת|תתקעג}}.}}, אז ווען ער איז געקומען ליינען אין די תורה "הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יב|ב}}}}, האט ער געליינט אנשטאט דעם "הח'''ר'''ש ה'''י'''ה ל'''ב'''ם"{{הערה|פילייכט האט ער נישט פארגעסן אויף אזוי ווייט, נאר ס'איז אים אריינגעפאלן דעם טעות אין מויל אים צו מרמז זיין אז זיין הארץ איז פארשטאפט געווארן פון פארשטיין, נאך וואס ער איז געווען כמעיין המתגבר (זעט חידושי אגדות מהר"ל און מהרש"א). זעט אין פתח עינים פון [[חיד"א]] [[שית:Petach_Einayim_on_Shabbat/147b|אויף שבת קמז, ב]] וואו ער ברענגט פון [[רבי שמשון פון אסטראפאלי]] וואס איז מסביר דער גמרא על פי סוד. זעט אויך [[שית:Penei_David,_Exodus,_Bo/6|פני דוד, בא]] וואס דער חיד"א לייגט צו.}}. די חכמים האבן געבעטן רחמים אויף אים און זיין לערנען האט זיך אים צוריקגעקערט.


דער גמרא ברענגט אויף דעם די משנה אין אבות{{הערה|{{משנה|אבות|ד|יד}}}}: [[רבי נהוראי]] אומר, "הוי גולה למקום תורה, ואל תאמר שהיא תבוא אחריך, שחבירך יקיימוה בידך. ואל בינתך אל תישען". דער גמרא ברענגט אז אז "רבי נהוראי" איז רבי אלעזר בן ערך, און פארוואס ווערט ער אנגערופן רבי נהוראי? ווייל ער לייכט אויף די אויגן פון חכמים אין הלכה. לויט דעם, האט רבי נהוראי געזאגט די ווערטער קעגן זיך אויף די מעשה וואס האט פאסירט צו אים, אז ער האט געווארט אז זיינע חברים זאלן קומען צו אים און ער האט צוגעהערט זיין פרוי און נישט געגאנגען צו זיי{{הערה|זעט הקדמת הרד"ל צו פרקי דרבי אליעזר, קונטרס "שם האחד אליעזר"}}.
דער גמרא ברענגט אויף דעם די משנה אין אבות{{הערה|{{משנה|אבות|ד|יד}}}}: [[רבי נהוראי]] אומר, "הוי גולה למקום תורה, ואל תאמר שהיא תבוא אחריך, שחבירך יקיימוה בידך. ואל בינתך אל תישען". דער גמרא ברענגט א דעה אז "רבי נהוראי" איז רבי אלעזר בן ערך, און פארוואס ווערט ער אנגערופן רבי נהוראי? ווייל ער לייכט אויף די אויגן פון חכמים אין הלכה{{הערה|{{בבלי|שבת|קמז|ב}}; {{בבלי|עירובין|יג|ב}}}}. לויט דעם, האט רבי נהוראי געזאגט די ווערטער קעגן זיך אויף די מעשה וואס האט פאסירט צו אים, אז ער האט געווארט אז זיינע חברים זאלן קומען צו אים און נישט געגאנגען צו זיי{{הערה|זעט הקדמת הרד"ל צו פרקי דרבי אליעזר, קונטרס "שם האחד אליעזר"}}.


== פטירה ==
== פטירה ==
רבי אלעזר בן ערך איז ווארשיינליך נפטר געווארן פאר זיינע איבריגע חברים, ווייל אינעם ברייתא{{הערה|{{תוספתא|נדרים|ו|ה}}; זעט אויך {{ירושלמי|נדרים|י|ו}}}} טרעפט מען אז רבי יהושע האט געזאגט פאר רבי עקיבא: "וואלסטו ווען געווען אין רבי אלעזר בן ערך'ס צייטן וואלסטו געענטפערט דעם תשובה"{{הערה|ספר יוחסין, תולדות תנאים ואמוראים}}.
רבי אלעזר בן ערך איז ווארשיינליך נפטר געווארן פריער ווי זיינע חברים, ווייל מען טרעפט אין א ברייתא{{הערה|{{תוספתא|נדרים|ו|ה}}; זעט אויך {{ירושלמי|נדרים|י|ו}}}} אז רבי יהושע האט געזאגט פאר [[רבי עקיבא]]: "וואלסטו ווען געווען אין רבי אלעזר בן ערך'ס צייטן וואלסטו געענטפערט דעם תשובה"{{הערה|ספר יוחסין, תולדות תנאים ואמוראים}}.
 
לויט ווי אנגענומען, איז רבי אלעזר בן ערך באערדיגט אין דארף [[עלמא]] (אין צפון ארץ ישראל), נאנט צום מקום קבורה פון עטליכע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און אזוי צייכענען שוין אָן די רייזנדער [[בנימין פון טאדעלא]]{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מסעות של ר' בנימן ז"ל|3=152920|page=36|מקום הוצאה=לאנדאן|שנת הוצאה=תרס"ו|4=עמ' ל}} לויט'ן כתב יד; לויט אנדערע דרוקן שרייבט ער אז ער ליגט אין [[קדש נפתלי]], זעט שפעטער.}} און רבי שמואל ב"ר שמשון{{הערה|{{היברובוקס|יהודה דוד אייזנשטיין|אוצר מסעות|2933|page=64|קעפל=מסע דפליסטינא מר' שמואל ב"ר שמשון|עמ=64}}}}. נאך פריער דערמאנט [[רב אביתר גאון]] אז ער ליגט אין געגנט פון [[דלתון]]{{הערה|[https://geniza.princeton.edu/he/documents/1600/ מגילת אביתר], ע' 2}}, און מען שאַצט אז ער האט געמיינט עלמא{{הערה|מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל חלק ב'}}. אויף זיין ציון אין עלמא איז פארהאן א גרויסן שטיין. [[רבי משה באסולה]] (ה'ר"מ–הש"כ) דערציילט אז די אראבער האבן אוועקגענומען דעם שטיין צו מאכן דערפון א מיל, און צומארגנס האט מען געטראפן דעם שטיין צוריק אויף איר פלאץ{{הערה|{{היברובוקס|יערי|מסעות ארץ ישראל|36832|ע' 141|page=140}}}}. לויט די מסורה איז זיין הילולא [[ט"ו אייר]].
 
לויט געוויסע אנדערע דרוקן שרייבט בנימין פון טאדעלא אז רבי אלעזר בן ערך ליגט אין [[קדש נפתלי]]{{הערה|1={{אוצר החכמה|בנימין מטודילה|מסעות של רבי בנימין|106544|page=25|מקום הוצאה=פריבורג|שנת הוצאה=שמ"ג|עמ=יג ב}}; זעט {{אוצר החכמה|מיכאל איש-שלום|קברי אבות|15561|page=118}}}}.
 
ר' יוסף סופר, וועלכער האט באזוכט ארץ ישראל בערך אין תק"כ, איז דער איינציגער וואס צייכנט אן זיין קבר אין כפר זיתים, נעבן צפת, נאנט צום קבר פון רבי יהושע בן חנניה{{הערה|{{היברובוקס|ר' יוסף סופר|עדות ביהוסף|20943|page=35}}}}.


לויט ווי אנגענומען, איז רבי אלעזר בן ערך באערדיגט אין דארף עלמה (אין צפון ארץ ישראל), נאנט צום מקום קבורה פון עטליכע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי; עס זענען אבער דא אנדערע מסורות{{הערה|זעט סדר הדורות}}. לויט די מסורה איז זיין יארצייט [[ט"ו אייר]].
אין די ת"ש יארן איז זיין קבר געווארן אנגעצייכנט אין דער חלקת תנאים ביי רבן יוחנן בן זכאי אין [[טבריה]], אבער דאס איז לכאורה געמאכט געווארן אן א בפירוש'ן מקור, אויסער דער דערמאנונג פון יעקב בן נתנאל הכהן וואס זאגט אז רבן יוחנן איז געווארן באַגראָבן צוזאַמען מיט אַכט פון זיינע תלמידים אָבער האט נישט ספּעציפיצירט וועלכע פון זיי{{הערה|{{היברובוקס|אברהם יערי|מסעות ארץ ישראל|36832|page=57|קעפל=מסעות יעקב בן נתנאל הכהן}}}}.


אין שטאט דמשק איז געווען א בית כנסת, וואס איז חרוב געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס איז, לויט די מסורה, געבויט געווארן דורך רבי אלעזר בן ערך{{הערה|זעט [[רשב"ץ]], {{משנה|אבות|ב|ח|מפרש=מגן אבות}}; שו"ת המבי"ט חלק ג, צט}}.
אין שטאט דמשק איז געווען א בית כנסת, וואס איז חרוב געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס איז, לויט די מסורה, געבויט געווארן דורך רבי אלעזר בן ערך{{הערה|זעט [[רשב"ץ]], {{משנה|אבות|ב|ח|מפרש=מגן אבות}}; שו"ת המבי"ט {{אוצר הספרים היהודי|שו"ת מבי"ט/ג/צט|חלק ג, צט}}}}. פארהאן וואס זאגן אז דאס איז נאך פון די צייטן פון [[אלישע]], און רבי אלעזר בן ערך האט עס באנייט{{הערה|{{היברובוקס|רבי משה באסולה|מסעות ארץ ישראל|36832|יערי, ע' 153|page=152}}}}.


פארהאן וואס זאגן אז דער באקאנטער פייטן [[רבי אלעזר הקליר]] איז רבי אלעזר בן ערך{{הערה|זעט תשובות הרשב"א א, תסט}}. אבער לויט פיל ראשונים איז רבי הקליר – רבי אלעזר דער זון פון רבי שמעון בר יוחאי{{הערה|זעט {{בבלי|חגיגה|יג|א|מפרש=תוספות}}; רא"ש ברכות ה, כא}}.
== תפילת רבי אלעזר בן ערך ==
[[רבי חיים וויטאל]] שרייבט אז זיין רבי דער [[אר"י]] פלעגט נישט זאגן קיין [[פיוט]]ים און פזמונים, נאר די וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די פריערדיגע, צווישן זיי תפלת רבי אלעזר בן ערך, "לפי שכל אלו הראשונים תקנו דבריהם על פי חכמת האמת והיו יודעים מה שתקנו"{{הערה|שער הכוונות, נוסח התפלה}}. ווארשיינליך איז די כוונה צו די לאנגע "תפילה מיוחסת לרבי אלעזר בן ערך" געברענגט אין "אשמורת הבוקר" פון [[רבי אהרן ברכיה פון מודינא]], מנטובה שפ"ד, צו זאגן ביי [[פתיחת הארון]] אין [[הושענא רבא]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן ברכיה פון מודינא|אשמורת הבקר|24766|page=408|מקום הוצאה=מנטובה|שנת הוצאה=שפ"ד|קעב ע"ב}}}}, און וואס ער האט איינגעפירט צו זאגן יעדן ערב [[ראש חודש]] אלס טייל פון סדר [[יום כיפור קטן]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם יוסף שלמה גארציאנו|מקבציאל|65028|page=47|באנד=כו|כותרת=סדר 'יום כיפור קטן' מבעל מעבר-יבק}}}}. מען טרעפט דעם תפילה אויך אין א מאנוסקריפט פון בערך יענע תקופה, און דארט ווערט צוגעצייכנט אז דער תפילה האבן די קדמונים געטראפן אין קברי ישיני [[חברון]]{{הערה|[http://collections.jewishmuseum.cz/index.php/Detail/Object/Show/object_id/221698 "קבלה"], בילד 22–25, אין די אידישע מוזעאום פון פראג, און פארדרייט אין {{כתיב|2=קבץ חבורים מליקוטים שונים, שנעתקו יחדיו|3=990001980200205171}}}}.
די תפילה באשטייט פון צוואנציג בתים, וואס אלע פון זיי הייבן זיך אן מיט די ווערטער: ' אלקי ישראל", און צום סוף: "אנא חי העולמים יושב על כסא רחמים... האירה פניך על עבדך הושיעני בחסדך ולמדני את חוקיך". אביסל אן אנדערע נוסח מיט הוספות ווערט געברענגט אין "נחלת יעקב מליצות", אמסטערדאם תי"ב{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יעקב פון גניזן|נחלת יעקב מליצות|146849|page=13|מקום הוצאה=אמסטערדאם|שנת הוצאה=תי"ב}}}}.


== דרויסנדע לינקס ==
פארהאן וואס זאגן אז דער באקאנטער פייטן [[רבי אלעזר הקליר]] איז רבי אלעזר בן ערך{{הערה|זעט תשובות הרשב"א א, תסט}}, אבער לויט פיל ראשונים איז ער געווען [[רבי אלעזר ברבי שמעון|רבי אלעזר דער זון פון רבי שמעון בר יוחאי]]{{הערה|זעט {{בבלי|חגיגה|יג|א|מפרש=תוספות}}; רא"ש ברכות ה, כא. אזוי שרייבט אויך [[רבי חיים וויטאל]] בשם [[אר"י]].}}, און לויט אנדערע מקורות איז ער נישט געווען קיין תנא נאר פיל שפעטער.
* [https://www.mytzadik.com/tzadik.aspx?id=873 התנא רבי אלעזר בן ערך], מיי צדיק
 
* [https://www.mayim.org.il/?holiday=החודש-הזה-לכם#gsc.tab=0 הֲחֵרֵש היה לִבָּם], מחלקי המים
== דרויסנדיגע לינקס ==
* [https://www.mytzadik.com/tzadik.aspx?id=873 התנא רבי אלעזר בן ערך], אויף מיין צדיק
* [https://www.mayim.org.il/?holiday=החודש-הזה-לכם#gsc.tab=0 הֲחֵרֵש היה לִבָּם], אויף מחלקי המים
* [https://zadikim.com/places/רבי-אלעזר-בן-ערך/ רבי אלעזר בן ערך], אויף אהלי צדיקים
* {{קישור כללי|אדרעס=https://holy.org.il/epicenter/קבר-רבי-אלעזר-בן-ערך/|קעפל=קבר רבי אלעזר בן ערך|זייטל=המרכז הארצי לפיתוח המקומות הקדושים}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
{{תנאים}}
{{השתלשלות המסירה תנאים ואמוראים}}


{{גרונטסארטיר:אלעזר בן ערך}}
{{גרונטסארטיר:אלעזר בן ערך}}
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען דערמאנט אין ספר הזוהר]]
[[קאַטעגאָריע:תנאים: צווייטער דור]]
[[קאַטעגאָריע:תנאים און אמוראים באערדיגט אין עלמא]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:רבי אלעזר בן ערך]]
[[he:רבי אלעזר בן ערך]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:17, 8 יולי 2024

רבי אלעזר בן ערך
זיין מסורה'דיגן ציון אין עלמא
זיין מסורה'דיגן ציון אין עלמא
געבורט 1'טער יארהונדערט
ארץ ישראל
פטירה
ארץ ישראל
כינוי רבי נהוראי (לויט א דעה אין גמרא)
מקום קבורה עלמא, אויבער גליל
33°03′17″N 35°29′25″E / 33.0548002°N 35.4903996°E / 33.0548002; 35.4903996 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואוין אָרט ירושלים, אמאוס
תקופת הפעילות צווייטער דור פון תנאים
רבי'ס רבן יוחנן בן זכאי
בני דורו רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל
טאטע עֲרָך

רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָךְ איז געווען א תנא אין צווייטן דור פון תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פינף גרעסטע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, צוזאמען מיט רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן און רבי שמעון בן נתנאל[1].

קלוגשאפט און גרויסקייט

לויט אבא שאול איז רבי אלעזר בן ערך געווען דער גרעסטער פון די תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און זיין רבי האט אויף אים געזאגט: "אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ורבי אליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה – מכריע את כולם"[1]. רבן יוחנן האט אויך אויסגערעכנט זיין שבח אז ער איז א "מעיין המתגבר"[2].

ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים זיי זאלן באטראכטן וואס איז דער "דרך ישרה" אין וואס א מענטש זאל זיך באהעפטן, האט רבי אלעזר געזאגט: "לב טוב"; און אויף "דרך רעה" פון וואס א מענטש זאל זיך דערווייטערן – "לב רע". די אנדערע תלמידים האבן געזאגט אנדערע מדות, אבער רבן יוחנן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם[3].

ווען דער זון פון רבן יוחנן בן זכאי איז געשטארבן זענען זיינע תלמידים אריין אים טרייסטן, אבער ער האט נישט אנגענומען זייערע טרייסטן. ווי נאר רבי אלעזר בן ערך איז אריין האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיין שמש: "נעם מיינע קליידער און מיר גייען אין בית המרחץ, וויבאלד ער איז אן אדם גדול און איך גיי נישט קענען שטיין פאר אים" (איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן פון זיך טרייסטן מיט זיינע ווערטער, וואס וועלן זיכער דערפרייען מיין זעל[4]). איז רבי אלעזר אריין און געזיצן פאר אים און געזאגט: "איך וועל דיר מאכן א משל צו וואס דער זאך איז גלייך, צו א מענטש וואס דער קעניג האט ביי אים באהאלטן א פקדון. יעדן טאג האט ער געוויינט און געשריגן זאגנדיג: 'וויי איז מיר, ווען וועל איך ארויס פון דעם פקדון בשלום (עס צוריקגעבן פאר'ן קעניג גאנץ אנע שאדן)'? אויך דו רבי – האסט געהאט א זון; ער האט געלערנט תורה מקרא נביאים וכתובים משנה הלכות ואגדות, און איז נפטר געווארן פון דער וועלט אן א זינד. דו דארפסט אננעמען תנחומים ווען דו האסט צוריקגעקערט דיין פקדון גאנץ". האט אים רבן יוחנן געזאגט: "רבי אלעזר מיין זון, נחמתני כדרך שבני אדם מנחמין"[5].

אין מדרש ווערט גע'דרש'נט אויפ'ן פסוק[6] "וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ" – אז אלע דארפן צוקומען צו זיין עצה, ווי רבי אלעזר בן ערך, וואס ער פלעגט ראטן עצות און זיי פלעגן ווערן אויסגעפירט און מצליח זיין. האט מען אים געפרעגט: "ביסטו א נביא"? האט ער געזאגט: "נישט קיין נביא און נישט קיין בן נביא, נאר אזוי האב איך מקובל מרבותי: יעדע עצה וואס איז לשם שמים, סופה להתקיים"[7].

אין אריינפיר צו ספר תאגי (עב'), איבער אותיות וועלכע דארפן געשריבן ווערן אין ספר תורה אנדערש ווי געווענליך, שטייט אז רבי אלעזר האט עס מקבל געווען פון רבי נחוניא בן הקנה און עס איבערגעגעבן פאר רבי יהושע[8].

תורת הנסתר

רבי אלעזר בן ערך איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתר און ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין זוהר[9]. רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אויף איין פסוק 300 הלכות פסוקות, און ער האט זיי נאר געוואלט אויסלערנען פאר זיינע תלמידים רבי אלעזר בן ערך און רבי אליעזר בן הורקנוס, וויבאלד זיי האבן עוסק געווען מיט אים אין מעשה מרכבה[10]. אמאל זענען רבי דוסתאי און רבי חגי געגאנגען צו רבי אלעזר, וועם רבי דוסתאי האט אנגערופן "סֵבֶר אפי יומין, דער וואס ס'קומען אראפ פאר אים שרים עליונים פון דער קעניג ברוך הוא". אנקומענדיג דארט האבן זיי געהערט סודות עליונים און געזען מלאכי מעלה[11].

אין גמרא ווערט געברענגט א מעשה, אז רבן יוחנן בן זכאי האט געריטן אויף אן אייזל, צוזאמען מיט רבי אלעזר. ווען רבי אלעזר האט אים געבעטן ער זאל מיט אים לערנען א פרק אין מעשה מרכבה, האט זיך רבן יוחנן ארויסגעדרייט. רבי אלעזר האט דאן געבעטן רשות צו זאגן, פון וואס ער האט פארשטאנען דורך ראשי פרקים וואס רבי יוחנן האט אים שוין אמאל געזאגט[12]. ווען רבי אלעזר האט אנגעהויבן דרש'ען, איז אראפ א פייער פון הימל און ארומגענומען אלע ביימער פון פעלד, און די מלאכים האבן אנגעהויבן זאגן שירה און געטאנצן, און איין מלאך האט זיך אנגערופן: "אט דאס איז מעשה מרכבה". האט זיך רבן יוחנן אויפגעשטעלט, אים געקושט אויפ'ן קאפ און געזאגט: "ברוך ה' אלוקי ישראל וואס האט געגעבן א זון פאר אברהם אבינו וואס קען פארשטיין און חוקר זיין און דרש'ענען אין מעשה מרכבה. יש נאה דורש ואין נאה מקיים, ויש נאה מקיים ואין נאה דורש; אתה נאה דורש ונאה מקיים. וואויל איז דיר אברהם אבינו אז אלעזר בן ערך יצא מחלציך"[13].

מימרות

אין פרקי אבות איז פארהאן א מימרא פון אים: "הוי שקוד ללמוד תורה. ודע מה שתשיב לאפיקורס. ודע לפני מי אתה עמל. ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פעולתך"[14].

אויסער מסכת אבות, ווערט רבי אלעזר בן ערך נישט דערמאנט אין די משנה, און גאר ווייניג ווערט פון אים געברענגט אין ברייתות. דער איינציגסטער מימרא געברענגט פון אים אין בבלי איז אז די חכמים האבן מסמיך געווען דער חיוב פון נטילת ידים פאר'ן עסן ברויט צום פסוק[15] "וְכֹל אֲשֶׁר יִגַּע בּוֹ הַזָּב וְיָדָיו לֹא שָׁטַף בַּמָּיִם… וְטָמֵא"[16]. נאך הלכות ווערן געברענגט פון אים אין ירושלמי[17].

פון זיינע ווערטער אין אגדה: רבי אלעזר בן ערך אומר: כשירד הקב"ה על הר סיני ליתן התורה לישראל ירדו עמו ששים רבוא של מלאכים כנגד ששים רבוא של גבורי ישראל, ובידם זיינות ועטרות. ועטרו את כל ישראל כתר שם המפורש. וכל אותן הימים עד שלא באו לאותו מעשה (מעשה העגל) היו טובים לפני הקב"ה כמלאכי השרת, ולא משל בהם מלאך המוות ולא היו יוצאים לנקביהם כבני אדם. וכיון שעשו מעשה העגל כעס הקב"ה עליהם ואמר: סבור הייתי שתהיו לפני כמלאכי השרת, שנאמר[18]: "אֲ‍נִי אָמַרְתִּי אֱלֹהִים אַתֶּם וּבְנֵי עֶלְיוֹן כֻּלְּכֶם" – עכשיו: "אָכֵן כְּאָדָם תְּמוּתוּן וּכְאַחַד הַשָּׂרִים תִּפֹּלוּ"[19].

אין ילקוט שמעוני ווערן געברענגט א צאל דרשות פון רבי אלעזר בן ערך אין אגדה[20].

דער וואונדער אז רבי אלעזר בן ערך ווערט כמעט נישט דערמאנט אין משנה און גמרא, בשעת זיינע חבירים רבי אליעזר און רבי יהושע ווערן דערמאנט הונדערטע מאל, ווערט שוין אויפגעברענגט דורך חז"ל[21]: "ומפני מה לא נתגדל שמו בחכמה"? און זיי דערציילן פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם גרויסן חכם:

ווען רבן יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן האט רבי אלעזר בן ערך געזאגט: "אלך אצל אשתי לדיומסית (אדער אמאוס[22]), למקום יפה ומים יפים ונאים", אבער זיינע חברים האבן געזאגט: "לאמיר גיין קיין יבנה, צו א פלאץ וואס אסאך תלמידי חכמים האבן ליב די תורה". הוא שהלך לדיומסית למקום יפה ומים יפים ונאים, נתמעט שמו בתורה. הם שהלכו ליבנה למקום שתלמידי חכמים מרובים ואוהבים את התורה, נתגדל שמם בתורה[23].

אין מדרש רבה ווערט דערציילט, אז ער האט געמיינט אז זיינע חברים וועלן קומען צו אים (וויבאלד ער איז געווען דער גרעסטער צווישן זיי), און ווען ער האט געזען אז זיי קומען נישט האט ער געוואלט גיין צו זיי, און זיין ווייב האט אים נישט געלאזט. זי האט אים געזאגט: "ווער דארף צוקומען צו וועם?" און ער האט איר צוגעהערט, און איז זיך דארט געזעצן ביז ער האט פארגעסן זיין לערנען. ווען זיינע חברים זענען אמאל אנגעקומען צו אים און אים געפרעגט א דבר הלכה האט ער נישט געוואוסט צו ענטפערן[24]. אין בבלי ווערט נאך דערציילט[25], אז ווען ער איז געקומען ליינען אין די תורה "הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם"[26], האט ער געליינט אנשטאט דעם "החרש היה לבם"[27]. די חכמים האבן געבעטן רחמים אויף אים און זיין לערנען האט זיך אים צוריקגעקערט.

דער גמרא ברענגט אויף דעם די משנה אין אבות[28]: רבי נהוראי אומר, "הוי גולה למקום תורה, ואל תאמר שהיא תבוא אחריך, שחבירך יקיימוה בידך. ואל בינתך אל תישען". דער גמרא ברענגט א דעה אז "רבי נהוראי" איז רבי אלעזר בן ערך, און פארוואס ווערט ער אנגערופן רבי נהוראי? ווייל ער לייכט אויף די אויגן פון חכמים אין הלכה[29]. לויט דעם, האט רבי נהוראי געזאגט די ווערטער קעגן זיך אויף די מעשה וואס האט פאסירט צו אים, אז ער האט געווארט אז זיינע חברים זאלן קומען צו אים און נישט געגאנגען צו זיי[30].

פטירה

רבי אלעזר בן ערך איז ווארשיינליך נפטר געווארן פריער ווי זיינע חברים, ווייל מען טרעפט אין א ברייתא[31] אז רבי יהושע האט געזאגט פאר רבי עקיבא: "וואלסטו ווען געווען אין רבי אלעזר בן ערך'ס צייטן וואלסטו געענטפערט דעם תשובה"[32].

לויט ווי אנגענומען, איז רבי אלעזר בן ערך באערדיגט אין דארף עלמא (אין צפון ארץ ישראל), נאנט צום מקום קבורה פון עטליכע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און אזוי צייכענען שוין אָן די רייזנדער בנימין פון טאדעלא[33] און רבי שמואל ב"ר שמשון[34]. נאך פריער דערמאנט רב אביתר גאון אז ער ליגט אין געגנט פון דלתון[35], און מען שאַצט אז ער האט געמיינט עלמא[36]. אויף זיין ציון אין עלמא איז פארהאן א גרויסן שטיין. רבי משה באסולה (ה'ר"מ–הש"כ) דערציילט אז די אראבער האבן אוועקגענומען דעם שטיין צו מאכן דערפון א מיל, און צומארגנס האט מען געטראפן דעם שטיין צוריק אויף איר פלאץ[37]. לויט די מסורה איז זיין הילולא ט"ו אייר.

לויט געוויסע אנדערע דרוקן שרייבט בנימין פון טאדעלא אז רבי אלעזר בן ערך ליגט אין קדש נפתלי[38].

ר' יוסף סופר, וועלכער האט באזוכט ארץ ישראל בערך אין תק"כ, איז דער איינציגער וואס צייכנט אן זיין קבר אין כפר זיתים, נעבן צפת, נאנט צום קבר פון רבי יהושע בן חנניה[39].

אין די ת"ש יארן איז זיין קבר געווארן אנגעצייכנט אין דער חלקת תנאים ביי רבן יוחנן בן זכאי אין טבריה, אבער דאס איז לכאורה געמאכט געווארן אן א בפירוש'ן מקור, אויסער דער דערמאנונג פון יעקב בן נתנאל הכהן וואס זאגט אז רבן יוחנן איז געווארן באַגראָבן צוזאַמען מיט אַכט פון זיינע תלמידים אָבער האט נישט ספּעציפיצירט וועלכע פון זיי[40].

אין שטאט דמשק איז געווען א בית כנסת, וואס איז חרוב געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס איז, לויט די מסורה, געבויט געווארן דורך רבי אלעזר בן ערך[41]. פארהאן וואס זאגן אז דאס איז נאך פון די צייטן פון אלישע, און רבי אלעזר בן ערך האט עס באנייט[42].

תפילת רבי אלעזר בן ערך

רבי חיים וויטאל שרייבט אז זיין רבי דער אר"י פלעגט נישט זאגן קיין פיוטים און פזמונים, נאר די וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די פריערדיגע, צווישן זיי תפלת רבי אלעזר בן ערך, "לפי שכל אלו הראשונים תקנו דבריהם על פי חכמת האמת והיו יודעים מה שתקנו"[43]. ווארשיינליך איז די כוונה צו די לאנגע "תפילה מיוחסת לרבי אלעזר בן ערך" געברענגט אין "אשמורת הבוקר" פון רבי אהרן ברכיה פון מודינא, מנטובה שפ"ד, צו זאגן ביי פתיחת הארון אין הושענא רבא[44], און וואס ער האט איינגעפירט צו זאגן יעדן ערב ראש חודש אלס טייל פון סדר יום כיפור קטן[45]. מען טרעפט דעם תפילה אויך אין א מאנוסקריפט פון בערך יענע תקופה, און דארט ווערט צוגעצייכנט אז דער תפילה האבן די קדמונים געטראפן אין קברי ישיני חברון[46]. די תפילה באשטייט פון צוואנציג בתים, וואס אלע פון זיי הייבן זיך אן מיט די ווערטער: "ה' אלקי ישראל", און צום סוף: "אנא חי העולמים יושב על כסא רחמים... האירה פניך על עבדך הושיעני בחסדך ולמדני את חוקיך". אביסל אן אנדערע נוסח מיט הוספות ווערט געברענגט אין "נחלת יעקב מליצות", אמסטערדאם תי"ב[47].

פארהאן וואס זאגן אז דער באקאנטער פייטן רבי אלעזר הקליר איז רבי אלעזר בן ערך[48], אבער לויט פיל ראשונים איז ער געווען רבי אלעזר דער זון פון רבי שמעון בר יוחאי[49], און לויט אנדערע מקורות איז ער נישט געווען קיין תנא נאר פיל שפעטער.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה, אבות ב, ח
  2. משנה, אבות ב, ח. זעט דארט רע"ב: "לבו רחב ומוסיף פלפול וסברות מדעתו"; און אין אבות דרבי נתן (אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ב'): "נחל שוטף ומעין המתגבר שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה בָּרְחֹבוֹת פַּלְגֵי מָיִם (משלי ה, טז)".
  3. משנה, אבות ב, ט
  4. רד"ל
  5. אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ו'
  6. תהלים א, ג
  7. מדרש שוחר טוב, פרק א
  8. פתיחה לספר תגין
  9. ספר הזוהר, חלק ב, דף ט"ז, עמוד א'; זוהר חדש, דף ל"ה, עמוד א'; ספר הזוהר, חלק א, דף קל"ט, עמוד ב'
  10. זוהר חדש, פרשת בראשית, דף י"א, עמוד ב'
  11. זוהר חדש, פרשת לך לך, דף ל"ב, עמוד א'
  12. בן יהוידע. זעט מהרש"א פאר אן אנדערן הסבר.
  13. חגיגה יד, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה א'
  14. משנה, אבות ב, יד
  15. ויקרא טו, יא
  16. חולין קו, א
  17. תלמוד ירושלמי, מסכת חלה, פרק ג', הלכה א'; תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ב', הלכה א'
  18. תהלים פב, ו
  19. פרקי דרבי אליעזר, פרק מ"ז
  20. ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ע"ו; ילקוט שמעוני, תהלים, רמז תת"ו
  21. אבות דרבי נתן נוסח ב פרק כט
  22. זעט נוסחאות אין אבות דרבי נתן - שעכטער, ווינא, תרמ"ז, עמ' 59
  23. אבות דרבי נתן, פרק י"ד
  24. קהלת רבה, פרשה ז', פסקה ז'
  25. שבת קמז, ב; זעט אויך ילקוט שמעוני, קהלת, רמז תתקע"ג.
  26. שמות יב, ב
  27. פילייכט האט ער נישט פארגעסן אויף אזוי ווייט, נאר ס'איז אים אריינגעפאלן דעם טעות אין מויל אים צו מרמז זיין אז זיין הארץ איז פארשטאפט געווארן פון פארשטיין, נאך וואס ער איז געווען כמעיין המתגבר (זעט חידושי אגדות מהר"ל און מהרש"א). זעט אין פתח עינים פון חיד"א אויף שבת קמז, ב וואו ער ברענגט פון רבי שמשון פון אסטראפאלי וואס איז מסביר דער גמרא על פי סוד. זעט אויך פני דוד, בא וואס דער חיד"א לייגט צו.
  28. משנה, אבות ד, יד
  29. שבת קמז, ב; עירובין יג, ב
  30. זעט הקדמת הרד"ל צו פרקי דרבי אליעזר, קונטרס "שם האחד אליעזר"
  31. תוספתא, מסכת נדרים, פרק ו', הלכה ה'; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת נדרים, פרק י', הלכה ו'
  32. ספר יוחסין, תולדות תנאים ואמוראים
  33. מסעות של ר' בנימן ז"ל, לאנדאן, תרס"ו, עמ' ל לויט'ן כתב יד; לויט אנדערע דרוקן שרייבט ער אז ער ליגט אין קדש נפתלי, זעט שפעטער.
  34. יהודה דוד אייזנשטיין, "מסע דפליסטינא מר' שמואל ב"ר שמשון", אוצר מסעות, עמ' 64
  35. מגילת אביתר, ע' 2
  36. מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל חלק ב'
  37. יערי, מסעות ארץ ישראל, ע' 141
  38. בנימין מטודילה, מסעות של רבי בנימין, פריבורג, שמ"ג, יג ב; זעט מיכאל איש-שלום, קברי אבות (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  39. ר' יוסף סופר, עדות ביהוסף
  40. אברהם יערי, "מסעות יעקב בן נתנאל הכהן", מסעות ארץ ישראל
  41. זעט רשב"ץ, מגן אבות, אבות ב, ח; שו"ת המבי"ט חלק ג, צט
  42. רבי משה באסולה, מסעות ארץ ישראל, יערי, ע' 153
  43. שער הכוונות, נוסח התפלה
  44. רבי אהרן ברכיה פון מודינא, אשמורת הבקר, מנטובה, שפ"ד, קעב ע"ב
  45. רבי אברהם יוסף שלמה גארציאנו, "סדר 'יום כיפור קטן' מבעל מעבר-יבק", מקבציאל כו
  46. "קבלה", בילד 22–25, אין די אידישע מוזעאום פון פראג, און פארדרייט אין קבץ חבורים מליקוטים שונים, שנעתקו יחדיו, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
  47. רבי יעקב פון גניזן, נחלת יעקב מליצות, אמסטערדאם, תי"ב
  48. זעט תשובות הרשב"א א, תסט
  49. זעט תוספות, חגיגה יג, א; רא"ש ברכות ה, כא. אזוי שרייבט אויך רבי חיים וויטאל בשם אר"י.