אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אקדמות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏הלכה: הגהה)
שורה 119: שורה 119:
מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע {{היברובוקס|2=סדור רש"י|3=21221|page=145|4="שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק"}}. זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייץ-ציגלער אין יאר [[ד'תתנ"ו]] ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.}}, דורך [[רבי מאיר ש"ץ|רבי מאיר ב"ר יצחק]], דער [[שליח ציבור]] פון שטאט ווירמייזא. אין ראם פון זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה<ref>ווי דער נוסח "צור ישראל" וואס מ'זאגט יעדן טאג.</ref>, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע {{היברובוקס|2=סדור רש"י|3=21221|page=145|4="שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק"}}. זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייץ-ציגלער אין יאר [[ד'תתנ"ו]] ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.}}, דורך [[רבי מאיר ש"ץ|רבי מאיר ב"ר יצחק]], דער [[שליח ציבור]] פון שטאט ווירמייזא. אין ראם פון זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה<ref>ווי דער נוסח "צור ישראל" וואס מ'זאגט יעדן טאג.</ref>, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
[[טעקע:מחזור.jpg|קליין|מחזור מנהג אשכנז, "רשות למתרגם, יסוד רבינו מאיר ש"ץ נ"ע".]]
[[טעקע:מחזור.jpg|קליין|מחזור מנהג אשכנז, "רשות למתרגם, יסוד רבינו מאיר ש"ץ נ"ע".]]
דער פיוט איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן", וועלכער פלעגט איבערזעצן די פסוקים פון די קריאה אויף אראמיש, א מנהג וואס איז געווען איינגעפירט יעדן וואך ביי קריאת התורה בימי חז"ל ביז סוף תקופת ה[[גאונים]]{{הערה|{{רמב"ם|תפילה|יב|י}}}}, און איז פארבליבן אין רבי מאיר'ס צייטן בלויז אין שבועות און שביעי של פסח{{הערה|זע {{תנ"ך|שמות|כ|יג|מפרש=חזקוני}} "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה, ומתרגמינן הדברות"; {{בבלי|מגילה|כד|א|מפרש=תוספות}} "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".}}{{ביאור|אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט דעם [[תרגום ירושלמי]], וואס לייגט צו מדרשים און ערקלערונגען. אויך האט מען צוגעלייגט לענגערע פיוטים אויף אראמיש, אזוי ווי די מנהג אין ארץ ישראל – אנדערש ווי אין בבל וואס מען האט געניצט [[תרגום אונקלוס]] פאר איבערזעצונג. די עשרת הדברות זענען געזאגט געווארן מיטן טעם העליון וואס צעטיילט זיי אין צען באזונדערע פסוקים. צווישן די פסוקים זענען געזאגט געווארן לענגערע פיוטים, וואס זענען גערופן געווארן "דיברות", צוליב וואס זיי הייבן זיך אן "דיברא"{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה פרנקל|מחזור לשבועות כמנהג בני אשכנז לכל ענפיהם|602835|page=8|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ס|עמ=י-יא|מבוא}}; {{צ-בוך|מחבר=יוסף יהלום, מיכאל סוקולוף|נאמען=שירת בני מערבא|מקום הוצאה=ירושלים|מו"ל=האקדמיה הלאומית הישראלית למדעים|שנת הוצאה=תשנ"ט}}.}}.}}. דער רשות פלעגט געזאגט ווערן פארן אנהייבן מתרגם צו זיין – ד"ה נאכן ערשטן פסוק. אויך שפעטער ווען דאס מתרגם זיין האט שוין נישט אנגעהאלטן, האט מען אבער ממשיך געווען צו זאגן דער פיוט פון אקדמות ביי קריאת התורה{{ביאור|צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה דורך: {{אוצר החכמה|רבי שלמה חעלמא|שלחן תמיד|147645|page=120|באנד=ב|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ד|מו"ל=מכון ירושלים|עמ=קד|ב|אבאנענטן=יא|לינק טעקסט=סי' יט, זר זהב, אות ג}}; {{היברובוקס|מהר"ם אש|זכרון יהודה|38596|page=76}}; {{היברובוקס|רבי וואלף היידנהיים|הבנת המקרא|33682|page=66|עמ=סוף חומש שמות}}, און נאך. שפעטער איז געדרוקט געווארן דער מחזור ויטרי וואס ברענגט דעם מנהג מתרגם צו זיין אין שביעי של פסח ({{שיתופתא|Machzor_Vitry,_Laws_of_Pesach/107|סימן ק"ז}}) און שבועות ({{שיתופתא|Machzor_Vitry,_Order_of_Shavuot/286|סדר שבועות}}), און ער איז מעתיק א צאל רשויות וואס דער מתרגם פלעגט דאן זאגן (דער פיוט אקדמות זעלבסט ווערט , אבער עס ווערט דארט געברענגט א צווייטער רשות פון ר"מ ש"ץ, "אילו כל נימין" נישט דערמאנט דארט). די השערה איז אממערסטנס באשטעטיגט געווארן ווען עס זענען געפונען געווארן אריגינעלע כתבי יד פון מחזורים וואס שטעלן אריין אקדמות אינאיינעם מיט די תרגומים און זייערע פיוטים, אין איין מחזור{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.nli.org.il/he/manuscripts/NNL_ALEPH990001218920205171/NLI#$FL28231436|קעפל=מחזור מנהג אשכנז לשבועות ולסוכות|זייטל=הספרייה הלאומית|עמודים=65}}}} שטייט אויפ'ן קעפל "רשות למתרגם לר' מאיר ש"ץ"}}. עס איז אויך פארהאן א רשות למתרגם אויף שביעי של פסח פון רבי מאיר ש"ץ.
דער פיוט איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן", וועלכער פלעגט איבערזעצן די פסוקים פון די קריאה אויף אראמיש, א מנהג וואס איז געווען איינגעפירט יעדן וואך ביי קריאת התורה בימי חז"ל ביז סוף תקופת ה[[גאונים]]{{הערה|{{רמב"ם|תפילה|יב|י}}}}, און איז פארבליבן אין רבי מאיר'ס צייטן בלויז אין שבועות און שביעי של פסח{{הערה|זע {{תנ"ך|שמות|כ|יג|מפרש=חזקוני}} "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה, ומתרגמינן הדברות"; {{בבלי|מגילה|כד|א|מפרש=תוספות}} "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".}}{{ביאור|אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט דעם [[תרגום ירושלמי]], וואס לייגט צו מדרשים און ערקלערונגען. אויך האט מען צוגעלייגט לענגערע פיוטים אויף אראמיש, אזוי ווי די מנהג אין ארץ ישראל – אנדערש ווי אין בבל וואס מען האט געניצט [[תרגום אונקלוס]] פאר איבערזעצונג. די עשרת הדברות זענען געזאגט געווארן מיטן טעם העליון וואס צעטיילט זיי אין צען באזונדערע פסוקים. צווישן די פסוקים זענען געזאגט געווארן לענגערע פיוטים, וואס זענען גערופן געווארן "דיברות", צוליב וואס זיי הייבן זיך אן "דיברא"{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה פרנקל|מחזור לשבועות כמנהג בני אשכנז לכל ענפיהם|602835|page=8|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ס|עמ=י-יא|מבוא}}; {{צ-בוך|מחבר=יוסף יהלום, מיכאל סוקולוף|נאמען=שירת בני מערבא|מקום הוצאה=ירושלים|מו"ל=האקדמיה הלאומית הישראלית למדעים|שנת הוצאה=תשנ"ט}}.}}.}}. דער רשות פלעגט געזאגט ווערן פארן אנהייבן מתרגם צו זיין – ד"ה נאכן ערשטן פסוק. אויך שפעטער ווען דאס מתרגם זיין האט שוין נישט אנגעהאלטן, האט מען אבער ממשיך געווען צו זאגן דער פיוט פון אקדמות ביי קריאת התורה{{ביאור|צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה דורך: {{אוצר החכמה|רבי שלמה חעלמא|שלחן תמיד|147645|page=120|באנד=ב|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשס"ד|מו"ל=מכון ירושלים|עמ=קד|ב|אבאנענטן=יא|לינק טעקסט=סי' יט, זר זהב, אות ג}}; {{היברובוקס|מהר"ם אש|זכרון יהודה|38596|page=76}}; {{היברובוקס|רבי וואלף היידנהיים|הבנת המקרא|33682|page=66|עמ=סוף חומש שמות}}, און נאך. שפעטער איז געדרוקט געווארן דער מחזור ויטרי וואס ברענגט דעם מנהג מתרגם צו זיין אין שביעי של פסח ({{שיתופתא|Machzor_Vitry,_Laws_of_Pesach/107|סימן ק"ז}}) און שבועות ({{שיתופתא|Machzor_Vitry,_Order_of_Shavuot/286|סדר שבועות}}), און ער איז מעתיק א צאל רשויות וואס דער מתרגם פלעגט דאן זאגן (דער פיוט אקדמות זעלבסט ווערט , אבער עס ווערט דארט געברענגט א צווייטער רשות פון ר"מ ש"ץ, "אילו כל נימין" נישט דערמאנט דארט). די השערה איז אממערסטנס באשטעטיגט געווארן ווען עס זענען געפונען געווארן אריגינעלע כתבי יד פון מחזורים וואס שטעלן אריין אקדמות אינאיינעם מיט די תרגומים און זייערע פיוטים, אין איין מחזור{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.nli.org.il/he/manuscripts/NNL_ALEPH990001218920205171/NLI#$FL28231436|קעפל=מחזור מנהג אשכנז לשבועות ולסוכות|זייטל=הספרייה הלאומית|עמודים=65}}}} שטייט אויפ'ן קעפל "רשות למתרגם לר' מאיר ש"ץ"}}. עס איז אויך פארהאן א רשות למתרגם אויף שביעי של פסח פון רבי מאיר ש"ץ{{הערה|{{אוצר החכמה|יונה פרענגל|מחזור לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם - פסח|602836|page=659|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשנג|עמ=608}}}}.


דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות ווערט פארצייכנט אין די פריערדיגע ספרים פון מנהגי אשכנז{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם קלויזנער|מנהגים|24905}}, געברענגט אין {{היברובוקס||מהרי"ל|44458|page=54}}, און {{היברובוקס|רבי יצחק אייזיק טירנא|ספר המנהגים|8913|page=33}}}}. אויך געפינט מען דאס אין פריערדיגע מחזורים געשריבן בכתב יד, צווישן זיי אין מחזור ווירמייזא{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מחזור וורמיישא מנהג אשכנז|3=618509|page=146|שנת הוצאה=ה'ל"ב}}}}.
דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות ווערט פארצייכנט אין די פריערדיגע ספרים פון מנהגי אשכנז{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם קלויזנער|מנהגים|24905}}, געברענגט אין {{היברובוקס||מהרי"ל|44458|page=54}}, און {{היברובוקס|רבי יצחק אייזיק טירנא|ספר המנהגים|8913|page=33}}}}. אויך געפינט מען דאס אין פריערדיגע מחזורים געשריבן בכתב יד, צווישן זיי אין מחזור ווירמייזא{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מחזור וורמיישא מנהג אשכנז|3=618509|page=146|שנת הוצאה=ה'ל"ב}}}}.

רעוויזיע פון 18:59, 10 יוני 2024


אקדמות
מאת מאיר בן רבי יצחק ש"ץ נהוראי

הקדמה און קבלת רשות:
אַקְדָּמוּת מִלִּין וְשָׁרָיוּת שׁוּתָא
אַוְלָא שָׁקִילְנָא הַרְמָן וּרְשׁוּתָא
בְּבָבֵי תְּרֵי וּתְלַת דְּאֶפְתַּח בְּנַקְשׁוּתָא
בְּבָרֵי דְבָרֵי וְטָרֵי עֲדֵי לְקַשִּׁישׁוּתָא
גְּבוּרָן עָלְמִין לֵהּ וְלָא סִפֵּק פְּרִישׁוּתָא
גְּוִיל אִלּוּ רְקִיעֵי קְנֵי כָּל חֻרְשָׁתָא:
דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְּנִישׁוּתָא:
דַּיְרֵי אַרְעָא סַפְרֵי וְרַשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
הֲדַר מָרֵי שְׁמַיָּא וְשַׁלִיט בְּיַבֶּשְׁתָּא
הָקֵם עָלְמָא יְחִידָאֵי וְכַבְּשֵׁהּ בְּכַבְּשׁוּתָא
וּבְלָא לֵאוּ שַׁכְלְלֵהּ וּבְלָא תְשָׁשׁוּתָא
וּבְאָתָא קַלִּילָא דְּלֵית בָּהּ מְשָׁשׁוּתָא
זַמִּין כָּל עֲבִידְתֵּהּ בְּהַךְ יוֹמֵי שִׁתָּא
זֵהוֹר יְקָרֵיה עֲלִי עֲלֵי כּוּרְסֵהּ דֶּאֱשָׁתָא


לויב פון די מלאכים:
חֲיָל אֶלֶף אַלְפִין וְרִבּוֹא לְשַׁמְשׁוּתָא
חַדְתִּין נְבוֹט לְצַפְרִין סַגִּיאָה טְרָשׁוּתָא
טְפֵי יְקִידִין שְׂרָפִין כְּלוּל גַּפֵּי שִׁתָּא
טְעֵם עַד יִתְיְהֵב לְהוֹן שְׁתִּיקִין בְּאַדִּשְׁתָּא
יְקַבְּלוּן דֵּין מִן דֵּין שָׁוֵי דְלָא בְּשַׁשְׁתָּא
יְקַר מְלֵי כָל אַרְעָא לִתְלוֹתֵי קְדֻשְׁתָּא
כְּקָל מִן קֳדָם שַׁדַּי כְּקָל מֵי נְפִישׁוּתָא
כְּרוּבִין קֳבֵל גַּלְגַּלִּין מְרוֹמְמִין בְּאַוְשָׁתָא
לְמֶחֱזֵי בְּאַנְפָּא עֵין כְּוַת גִּירֵי קַשְׁתָּא
לְכָל אֲתַר דְמִשְׁתַּלְּחִין זְרִיזִין בְּאַשְׁוָתָא
מְבָרְכִין בְּרִיךְ יְקָרֵהּ בְּכָל לְשָׁן לְחִישׁוּתָא
מֵאֲתַר בֵּית שְׁכִינְתֵּהּ דְלָא צָרִיךְ בְּחִישׁוּתָא
נְהִים כָּל חֵיל מְרוֹמָא מְקַלְּסִין בַּחֲשַׁשְׁתָּא
נְהִירָא מַלְכוּתֵהּ לְדָר וְדָר לְאַפְרַשְׁתָּא
סְדִירָא בְּהוֹן קְדוּשְׁתָּא וְכַד חַלְפָא שַׁעְתָּא
סִיוּמָא דִלְעָלַם וְאוּף לָא לִשְׁבוּעֲתָא


לויב פון די אידן:
עֲדַב יְקַר אַחֲסַנְתֵּהּ חֲבִיבִין דְּבִקְבַעְתָּא
עֲבִידִין לֵיהּ חֲטִיבָא בִּדְנַח וּשְׁקַעְתָּא
פְּרִישָׁן לְמָנָתֵהּ לְמֶעְבַּד לֵיהּ רְעוּתָא
פְּרִישׁוּתֵהּ שְׁבָחֵהּ יְחַוּוּן בְּשָׁעוּתָא
צְבִי וְחָמִיד וְרָגִיג דְּיִלְאוּן בְּלָעוּתָא
צְלוֹתְהוֹן בְּכֵן מְקַבֵּל וְהַנְיָא בָּעוּתָא
קְטִירָא לְחֵי עָלְמָא בְּתָגָא בִּשְׁבוּעֲתָא
קֳבֵל יְקַר טוֹטֶפְתָּא יְתִיבָא בִקְבִיעוּתָא
רְשִׁימָא הִיא גוּפָא בְּחָכְמְתָא וּבְדַעְתָּא
רְבוּתְהוֹן דְּיִשְׂרָאֵל קְרָאֵי בִשְׁמַעְתָּא
שְׁבַח רִבּוֹן עַלְמָא אֲמִירָא דַכְוָתָא
שְׁפַר עֲלֵיהּ לְחַווּיֵהּ בְּאַפֵּי מַלְכְּוָתָא


אויסטויש צווישן אידן און די פעלקער:
תָּאִין וּמִתְכַּנְשִׁין כְּחֵיזוּ אַדְוָתָא
תְּמֵהִין וְשַׁיְילִין לֵיהּ בְּעֵסֶק אַתְוָתָא
מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ שַׁפִּירָא בְּרֵיוָתָא
אֲרוּם בְּגִינֵהּ סָפִית מְדוֹר אַרְיְוָתָא
יְקָרָא וְיָאָה אַתְּ אִין תַּעַרְבִי לְמַרְוָתָא
רְעוּתֵךְ נַעֲבֵיד לִיךְ בְּכָל אַתְרְוָתָא
בְּחָכְמְתָא מְתִיבָתָא לְהוֹן קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
יְדַעְתּוּן חַכְּמִין לֵיהּ בְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּתָא
רְבוּתְכוֹן מָה חֲשִׁיבָא, קֳבֵל הַהִיא שְׁבַחְתָּא:
רְבוּתָא דְיַעֲבֵּד לִי, כַּד מַטְיָא שַׁעְתָּא:
בְּמֵיתֵי לִי נְהוֹרָא, וְתַחֲפֵי לְכוֹן בַּהֲתָא:
יְקָרֵהּ כַּד אִתְגְלֵי, בְּתוּקְפָא וּבִגְבוּרְתָּא:
יְשַׁלֵם גְמוּלַיָּא, לְסַנְאֵי וְנַגְוָתָא:
צִדְקָתָא לְעַם חָבִיב, וְסַגְיָא זַכְוָתָא:
חֲדוּ שְׁלֵמָא בְּמֵיתֵי, וּמָנָא דַכְוָתָא:
קִרְיְתָא דִירוּשְׁלֵם, כַּד יְכַנֵּשׁ גַלְוָתָא:
יְקָרֵהּ מָטִיל עֲלֵהּ, בְּיוֹמֵי וְלֵילְוָתָא:
גְנוּנֵהּ לְמֶעְבַּד בָּהּ, בְּתֻשְׁבְּחָן כְּלִילָתָא:
דְּזֵהוֹר עֲנָנַיָּא, לְמִשְׁפַּר כִּילָתָא:
לְפוּמֵיהּ דַּעֲבִידְתָּא, עֲבִידָן מְטַלַּלְתָּא:
בְּתַכְתַּקֵּי דְהַב פִּיזָא, וּשְׁבַע מַעֲלָתָא:
תְּחִימִין צַדִּיקֵי, קָדָם רַב פָּעֳלָתָא:
וְרֵיוֵיהוֹן דָּמֵי, לְשָׂבְעָא חֶדְוָתָא:
רְקִיעָא בְּזֵיהוֹרֵהּ, וְכוֹכְבֵי זִיוָתָא:
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר, לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא:
וְלָא אִשְׁתְּמַע וְחָמֵי, נְבִיאָן חֶזְוָתָא:
בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין, בְּגוֹ עֵדֶן גִּנְּתָא:
מְטַיְּלֵי בֵהּ חִנְגָּא, לְבַהֲדֵי דִשְׁכִינְתָּא:
עֲלֵהּ רַמְזֵי דֵין הוּא, בְּרַם בְּאֶמְתָנוּתָא:
שַׂבַּרְנָא לֵיהּ בְּשִׁבְיָן, תְּקוֹף הֵמָנוּתָא:
יַדְבֵּר לָן עָלְמִין, עֲלֵמִין מְדַמּוּתָא:
מְנָת דִּילָן דְּמִלְּקַדְמִין, פָּרֵשׁ בַּאֲרָמוּתָא:
טְלוּלָא דְלִוְיָתָן, וְתוֹר טוּר רָמוּתָא:
וְחַד בְּחַד כִּי סָבִיךְ, וְעָבִיד קְרָבוּתָא:
בְּקַרְנוֹהִי מְנַגַּח בְּהֵמוֹת, בְּרַבְרְבוּתָא:
יְקַרְטַע נוּן לְקִבְלֵהּ, בְּצִיצוֹי בִּגְבוּרְתָּא:
מְקָרֵב לֵיה בָּרְיֵהּ, בְּחַרְבֵּהּ בְּרַבְרְבוּתָא:
אֲרִיסְטוֹן לְצַדִּיקֵי יְתַקֵן, וְשֵׁרוּתָא:
מְסַחֲרִין עֲלֵי תַכֵּי, דְכַדְכֹּד וְגוּמַרְתָּא:
נְגִידִין קָמֵיהוֹן, אֲפַרְסְמוֹן נַהֲרָתָא:
וּמִתְפַּנְּקִין וְרַוֵּי, בְּכַסֵּי רְוָיָתָא:
חֲמַר מְרַת דְּמִבְּרֵאשִׁית, נְטִיר בֵּי נַעֲוָתָא:


ווענדונג צו די צוהערער צו לערנען תורה:
זַכָּאִין כַּד שְׁמַעְתּוּן, שְׁבַח דָּא שִׁירָתָא:
קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא:
וְתִזְכּוּן דִּי תֵיתְבוּן, בְּעֵלָּא דָרָתָא:
אֲרֵי תְצִיתוּן לְמִלַּי, דְּנָפְקִין בְּהַדְרָתָא:
מְרוֹמָם הוּא אֱלָהִין, בְּקַדְמָא וּבַתְרַיְתָא:
צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא:

ערשטע עמוד פון אקדמות, אין מחזור ווירמייזא, ה'ל"ב

אַקְדָמוּת איז א פיוט אויף אראמיש וואס שילדערט די גרויסקייט פון השי"ת און זיינע באדינער, די מלאכים און די אידן, געזאגט ביי די אשכנזים מיט גרויס חביבות דעם ערשטן טאג שבועות איידער קריאת התורה. דער פיוט איז נתחבר געווארן דורך רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא.

אויסשטעל

דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 45 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 טראַפן (תנועות), און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תָא". די אקראסטיק פון די ערשטע 22 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם מחבר "מאיר ביר רבי[1] יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ".

דער פייטן הייבט אן מיט'ן נעמען רשות, און טוט ארויסברענגען די לויב צו השי"ת, וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן אפילו מיט די שטערקסטע מעגליכקייטן. עס פאלגט נאך מיט די גרויסקייט פון די מלאכים, און די געוואלדיגע חשיבות פון די אידישע קינדער איבער זיי. דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת טראץ דעם שווערן גלות, און די אידן ענטפערן זיי מיט א לענגערע שילדערונג פון די שכר לעתיד לבא. דער פיוט ענדיגט זיך מיט א ברכה אז די באטייליגטע זאלן טאקע זוכה זיין דערצו.

דער פיוט ווערט געזאגט מיט א זיסן ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און בענקשאפט, אין אן אופן וואס דער חזן זאגט די ערשטע צוויי שורות, און קהל ענטפערט מיט די קומענדיגע צוויי שורות, און אזוי טוישט מען זיך יעדע צוויי שורות[2].

היסטאריע

דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אנהייב תקופת הראשונים[3], דורך רבי מאיר ב"ר יצחק, דער שליח ציבור פון שטאט ווירמייזא. אין ראם פון זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה[4], און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.

מחזור מנהג אשכנז, "רשות למתרגם, יסוד רבינו מאיר ש"ץ נ"ע".

דער פיוט איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן", וועלכער פלעגט איבערזעצן די פסוקים פון די קריאה אויף אראמיש, א מנהג וואס איז געווען איינגעפירט יעדן וואך ביי קריאת התורה בימי חז"ל ביז סוף תקופת הגאונים[5], און איז פארבליבן אין רבי מאיר'ס צייטן בלויז אין שבועות און שביעי של פסח[6][א]. דער רשות פלעגט געזאגט ווערן פארן אנהייבן מתרגם צו זיין – ד"ה נאכן ערשטן פסוק. אויך שפעטער ווען דאס מתרגם זיין האט שוין נישט אנגעהאלטן, האט מען אבער ממשיך געווען צו זאגן דער פיוט פון אקדמות ביי קריאת התורה[ב]. עס איז אויך פארהאן א רשות למתרגם אויף שביעי של פסח פון רבי מאיר ש"ץ[9].

דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות ווערט פארצייכנט אין די פריערדיגע ספרים פון מנהגי אשכנז[10]. אויך געפינט מען דאס אין פריערדיגע מחזורים געשריבן בכתב יד, צווישן זיי אין מחזור ווירמייזא[11].

אין ווירמייזא זעלבסט איז אבער דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות[12]. רבי יהודה ליווא קירכהיים ברענגט[13] אז די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן וויבאלד עס איז געווען א חזן אין ווירמייזא, וואס האט געזאגט אקדמות מיט א זיסע שטימע און מיט גרויס כוונה, און ווי נאר ער האט געענדיגט איז ער נפטר געווארן. ער טענה'ט אבער דערויף, אז דאס צייגט בלויז אויף די חשיבות פון דעם פיוט, און עס וואלט געדארפט ברענגען עס צו זאגן יאר יערליך מיט גרויס כוונה. דערפאר זאגט ער אז ס'איז דא אן אנדערער טעם דערביי וואס איז נישט באקאנט.

הלכה

דער פארצייטישער מנהג איז געווען איבעראל צו זאגן דעם פיוט נאכ'ן ערשטן פסוק "בחודש השלישי", ווי עס ווערט פארצייכנט אין די פריערדיגע ספרים פון מנהגי אשכנז. דאס שטאמט פון דעם וואס דער תורגמן פלעגט זאגן רשות איידער'ן אנהייבן די תרגום פונעם ערשטן פסוק. שפעטער, ווען דער תרגום איז פארגעסן געווארן, איז געווארן אומפארשטענדליך פארוואס מ'איז מפסיק אינמיטן ליינען. רבי אפרים הכהן פון ווילנא איז אנגעפרעגט געווארן איבער דעם מנהג פון די אשכנז'ישע קהילה אין ווענעציע וועלכע האבן זיך אזוי געפירט, און די ארטיגע ספרד'ישע אידן, וועלכע זענען דער רוב, האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א הפסק אינמיטן קריאת התורה. אין זיין ספר שער אפרים איז ער מבאר אז דער מנהג איז א פארצייטישער און מען קען נישט מפקפק זיין דערויף, און אז איינמאל מען ליינט שוין דעם ערשטן פסוק איז עס מער נישט קיין הפסק. אויך מאכט ער קלאר, אז די ספרדים קענען זיך נישט מישן אין די מנהגים פון די אשכנזים זיי מבטל צו זיין[14]. אויך דער מגן אברהם ברענגט אראפ דעם מנהג פון זאגן אקדמות נאכ'ן ערשטן פסוק און ברענגט נישט אויף קיין חשש דערביי[15].

דער טורי זהב ברענגט אראפ דעם מנהג און וואונדערט זיך שטארק דערויף, ער שרייבט אז ער האט געהערט פון רבנים וואס האבן איינגעפירט צו זאגן אקדמות איידער דער כהן מאכט די ברכה אויף דער תורה, און פירט אויס אז אזוי זאל מען זיך פירן למעשה[16]. רבי יעקב עמדין נעמט אן ווי דעם טורי זהב, און שרייבט אז די תירוצים פון זיין זיידן דער שער אפרים זענען נישט גענוג שטארק צו מאכן אן הפסק נאך דער ברכה[17].

דער שו"ת פנים מאירות ברענגט, אז ס'איז געווען א רב וואס האט דאס געוואלט איינפירן ווי דעם ט"ז, און דער קהל האט אים נישט געלאזט. און ער פירט אויס, אז וויבאלד אקדמות איז גאר א גרויסער שבח וואס מען האט מקבל געווען פון די פריערדיגע דורות, און מען האט זיך אלעמאל געפירט צו מפסיק זיין אינמיטן קריאת התורה, קענען מיר נישט זיין קלוגער פון די פריערדיגע צו זאגן אז זיי האבן נישט גוט געטון און מבטל זיין דעם מנהג, ומנהג ישראל תורה היא[18].

עס ווערט דערציילט אז דער שאגת אריה איז געווארן רב אין מעץ האט ער געוואלט איינפירן צו זאגן אקדמות איידער'ן זאגן די ברכה, א זאך וואס איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון די בני הקהילה, און האט אים כמעט געקאסט דאס רבנות פאסטן[19].

אין רוב מקומות איז אנגענומען געווארן ווי דעם ט"ז, אויך דער משנה ברורה נעמט אן אזוי[20]. אבער דער שו"ע הרב שרייבט אין אן ארט ווי דער מנהג איז צו זאגן נאכ'ן ערשטן פסוק האט מען אויף וואס צו פארלאזן, אויב איז נישטא קיין מנהג זאל מען יא זאגן איידער דער ברכה[21]. און אין טייל ערטער פירט מען זיך טאקע נאך ביז היינט צו זאגן נאכ'ן ערשטן פסוק.

אויך דארט ווי מען זאגט עס פאר דער ברכה, נעמט מען קודם ארויס די ספר תורה פון דעם מענטעלע, און מען דעקט עס צו דערמיט.

מעשה בעל אקדמות

מעשה פון בעל אקדמות, פיורדא תנ"ד

די אומשטענדן פון דער פארפאסונג פונעם פיוט זענען איינגעוויקלט אין א געשיכטע מיט איר פארפאסער רבי מאיר ש"ץ וועלכע איז געדרוקט געווארן מערערע מאל, און עס זענען דא פארשידענע ווערסיעס און ענדערונגען צווישן די דרוקן.

די שפיץ פון די מעשה דרייט זיך ארום א גלח, א לערער פון כישוף מיט א גליקס-ראד, וואס האט צוגעברענגט א גזירה אויף די אידן, און עס איז באשטימט געווארן א דאטום ווען מען גייט זיך פארמעסטן מיט אים, אין אן עפנטליכער פארמעסט. רבי מאיר איז געשיקט געווארן צו די עשרת השבטים אריבער דעם סמבטיון אז זיי זאלן שיקן איינעם וואס זאל זיך פארמעסטן מיט'ן גלח מכשף און אים בייקומען דורך די כוח הקדושה, ר' מאיר איז אריבער דעם סמבטיון אום שבת - ווען עס רוט, לצורך פיקוח נפש, אבער האט שוין נישט געמעגט צוריקקומען, איז ער געבליבן צווישן די עשרת השבטים, און האט צוריקגעשיקט דעם אקדמות צוריק צום שטאט ווירמייזא. די עשרת השבטים האבן צוריקגעשיקט א קליינטשיגער שוואכער אידל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט פארמעסטן מיט'ן גלח, און ער האט באוויזן זיך צו שטארקן אויף זיינע כישוף, און האט אים גע'הרג'עט, און די גזירה איז בטל געווארן.

דער אליה רבה ברענגט עס אלס הסבר צום מנהג צו זאגן נאכן ערשטן פסוק: "עס איז געפונען געווארן געדרוקט אין אן אור־אלטער אשכנז'ישער לשון, א לאנגע מעשה איבער וואס מען האט מתקן געווען אקדמות, און עס ענדיגט אז וויבאלד דער מעשה איז געווען אין מדבר, האט מען עס מתקן געזאגט צו זאגן נאך במדבר סיני, א זכר לנס"[22].

דער 'אור אלטער' דרוק וואס דער אליה רבה דערמאנט איז ווארשיינליך די קונטרס'ל "מגילת רבי מאיר" וואס איז געדרוקט געווארן אין קרימונה, איטאליע, ארום דעם יאר ה'ש"כ[23]. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מיר געפונען דערמאנען איבער א געדרוקטע ביכל איבער דעם געשיכטע. עס איז נישט באקאנט היינט צו עקזיסטירן א קאפיע דערפון, אבער ס'איז פארהאן א לשון-קודש'ער כתב יד געשריבן אין איטאליענישן שריפט פון יאר ה'ש"צ, מיטן נאמען "מגילת ספר ר' מאיר"[24]. ווי אויך ווערט עס דערמאנט אין ספר "באר שבע" פון רבי אברהם יגל (-ה'שפ"ג), פון די חכמי איטליא[25].

עס איז פארהאן נאך א כתב יד פון די ש' יארן, וואו דער מעשה איז געשריבן אינאיינעם מיט נאך א צאל געשיכטעס אויף אידיש, דער כתב געפונט זיך אין די אפפענהיים קאלעקציע פונעם באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד[26]. אזוי אויך אין ספר מעשה נסים געשריבן דורך ר' יוזפא שמש אין שטאט ווירמייזא, ווערט דערמאנט דעם כישוף-ראד בשייכות צו אן אנדערע געשיכטע. און ער לייגט צו אז עס איז געדרוקט א מעשה איבער דעם אקדמות: "עס איז איין מעשה געדרוקט פון אקדמות, דאס מען אום שבועות זאגט, דארט אין שטייט דאס מעשה גאנץ אויס[27]."

א שפעטעריגע דרוק איז געדרוקט געווארן אין פיורדא ה'תנ"ד, אין א העפט מיטן נאמען "איין שיין וואונדרליך מעשה". און פון דארט איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין אמסטערדאם ה'תס"א און נאך.

אין יאר ה'תרע"ו איז געדרוקט געווארן אין לבוב דער ספר מעשה גבורות ה'[28] דער שער בלאט לויטעט אז עס שילדערט א פארכטיגע מעשה וואס האט פאסירט מיט 900 יאר צוריק פאר די אידן פון אשכנז, דורך א מכשף וואס האט זיי געוואלט פארלענדן, און זיי זענען געווארן געראטעוועט דורך רבי מאיר ש"ץ. ער שרייבט אינעם אריינפיר אז ער ער האט עס געפונען אין אן זעלטענעם אלט ספר אויף אידיש, און ער איז דאס מעתיק אויף לשה"ק. ער פאררעכט אז די יאר פון די געשיכטע איז געווען ד'תשס"א. ביים ענדע איז ער מדייק אז לויט זיין נוסח פלעגט דער פיוט שוין געזאגט ווערן פון פריער ביי די עשרת השבטים אום יו"ט שבועות, און בלויז די צווייטע חלק, אין וואס עס איז אנגעצייכנט די נאמען פון רבי מאיר ש"ץ, דאס איז שפעטער צוגעלייגט געווארן.

רבי מאטל סלאנימער האט דערציילט[29]:

איך האב געהערט פון אלטע אידן און פון ר״ש העניך ז״ל, אז די סלאוויטא דרוקערס האבן געוואלט דרוקן די מעשה אין די מחזורים, נאר וויבאלד זיי האבן עס נישט געוואוסט מיט א קלארקייט האבן זיי עס נישט געדרוקט. איינמאל האט מען גוזר געווען א גירוש אויף די אידן, און נאכדעם וואס מ'האט באשלאסן צו ברענגען איינעם פון די בני משה צו מבטל זיין די גזירה, איז איינער געשיקט געווארן אריבערצוגיין דעם סמבטיון, אריבערצוגיין דעם סמבטיון נעמט 18 שעה, און עס רוהט זיך נישט אפ פון זיין שטורעם נאר פון ער"ש האלבן טאג ביז מוצש"ק, און אין די געציילטע שעות פון ערב שבת איז נישט מעגליך אריבערצוגיין ווייל די וועג דויערט 18 שעה. האט מען אים איבערגעגעבן א שם, אז ער זאל קענען אריבערגיין דעם טייך צו די בני משה, אבער אויף צוריקצוגיין האט מען אים נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט'ן שם, ווייל מ'נוצט עס נאר אויף פיקוח נפש. דער שליח האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב, און איז אהינגעגאנגען מיט'ן ציל צו פארבלייבן דארט א גאנץ לעבן. די בני משה האבן געשיקט "א הינקעדיגער שניידער" צו מבטל זיין די גזירה, וואס אויך ער האט געגעבן א גט פאר זיין פרוי און איז אריבער דעם טייך. ער איז געקומען צום מכשף וואס האט געהעצט ארויסצוגעבן די גזירה, און אים געזאגט אז ער זאל אים אויספרובירן און זען ווער וועט זיך שטארקן אויף וועם. מען האט אפגעמאכט אז יעדער וועט זאגן דעם צווייטן וואס צו טון, און יענער דארף דאס אויספירן. דער שניידער האט געמאכט א רינג ארום זיך, און דער מכשף האט געשיקט וכו'[אויסקלארונג פארלאנגט] צו אים, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צום רינג זענען זיי געבליבן שטיין. דערנאך האט דער שניידער געזאגט דעם מכשף ער זאל זיך אנלאנען אויפ'ן שטאם פון א ארטיגן בוים און ער האט גענומען צוויי בינטלעך אייזערנע שטריק, ווען דער כישוף מאכער האט זיך אנגעלאנט אויפ'ן בוים, האט זיך דער בוים אויפגעהויבן און די שטריק האט זיך פארוויקלט ארום זיין האלז, און אים דערשטיקט, און די גזירה איז בטל געווארן.

אין א בריוו וואס די גדולים פון צפת, צווישן זיי דער בת עין, און רבי ישראל פון שקלאוו, האבן אדרעסירט צו די עשרת השבטים, דערמאנען זיי די מעשה. "אשר באזנינו שמענו מפי עדי ראייה אבותינו סיפרו לנו כי באלף החמישי היתה גזירה קשה בחו"ל במדינת אחב"י בארץ אשכנז על ידי גוי רשע אחד מכשף כי רצה לאבד את היהודים וישלחו כלל אחינו בנ"י שליחים נאמנים למחנה שכינת קדושת אחינו בני משה ע"ה וישיגו אותם חונים מעבר לנהר סמבטיון ויעבור איש צדיק ושמו רבי מאיר חזן שחיבר שירת אקדמות שאומרים ביום מתן תורתינו קודם קריאת התורה את נהר סמבטיון בשבת בשביל פיקוח נפש ויקרב אל אחינו הקדושים וישלחו משם איש צדיק אחד ושמו ר' דן ובגבורות נפלאות אשר עשה והראה וקידש שמו הגדול והקדוש ית"ש הציל את אחינו בני ישראל בארץ ההיא".

עס זענען פארהאן נאך נוסחאות געדרוקט אין פארשידענע פלעצער[30].

מפקפקים

פארהאן וואס זענען מפקפק אויף די קראנטקייט פון די געשיכטעס, און אין די דעטאלן דערפון. אין די מחזורים איז געדרוקט אינעם אריינפיר צום פיוט אקדמות: "וקלא דלא פסיק כי רב מעשהו מבא המחבר לכך, אם קבלה היא נקבל. אמנם אין ראיה ומופת ע״ז ואין משגיחין בבת קול אמרתי איני יודע, והנחתיו"[31].

לגבי די יאר ווען די מעשה האט פאסירט זענען דא קעגנזייטיגע דאטומען אין די פארשידענע ווערסיעס, וואס שטימען נישט מיט די לעבנסיארן פון רבי מאיר ש"ץ. די מעשה ווערט דערציילט אויפ'ן יאר ה'קכ"א, ה'קס"א, און ה'תס"א, וואס דער דרוקער שפעטער האט עס פארראכטן אויף ד'תשס"א. ווי אויך די נעמען פון די קעניגן וואס ווערן דערמאנט זענען נישט באקאנט אין די היסטאריע.

עס זענען פארהאן פארשידענע מסורות איבער די מקום קבורה פון רבי מאיר ש"ץ, לויט דעם קען נישט זיין אז ער איז פארבליבן אויפ'ן אנדער זייט סמבטיון. אין אן אלטער פנקס פון הזכרת נשמות אין שטאט ווירמייזע ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום", ס'איז דא וואס ווילן ברענגען א ראי' פון דעם אז ער ליגט באגראבן אין ווירמייזע[32]. עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז די "קבר רבי מאיר בעל הנס" וואס געפינט זיך אין טבריה איז פון רבי מאיר ש"ץ וואס האט זוכה געווען צו נסים. אויך איז פארהאן א קבר אין גוש חלב וואס שטייט אז דארט ליגט רבי מאיר ש"ץ. אן אנדערע מסורה געבט אן אז ער ליגט אין לובלין[33].

פון ווערט געברענגט אז ס'איז זיכער דא א טייל פון די מעשה וואס איז אמת, אז רבי מאיר ש"ץ האט געראטעוועט אין א שעת הגזירה נאר די פרטים ארום איז צוגעלייגט געווארן[34]. אין דעם דור נאך אים ווערט ער דערמאנט דורך איינער פון די ראשונים, אלס "רבינו מאיר בן יצחק מאבילי ירושלים"[35], דאס איז אן אנדייטונג אז ער שטאמט פון אר"י, אדער פון די עשרת השבטים.

חשיבות

דער פיוט אקדמות איז אלע יארן באטראכט געווארן מיט גרויס חביבות, און ווערט געזאגט מיט גרויס ליבשאפט. טייל דרוקן זיך אויס אז דאס איז "דאס מערסט באוואוסטער און באליבטער פיוט"[36].

רבי יעקב עמדין שרייבט: "אין מיינע אויגן איז דער פיוט זייער חשוב און טייער, אויך מיר טוען דאס זאגן, ווייל א גרויסער מענטש האט דאס מחבר געווען, און ס'איז פאסיג פאר דער וואס האט דאס געזאגט"[37].

אין חוות יאיר שטייט "דער פיוט פון ר׳ מאיר בעל הש"ץ איז פונקט אזוי גרויס ווי די פיוטים פון ר' אליעזר הקליר וחביריו, וואס איז געזאגט נעווארן מיט רוח הקודש אין עס איז באהאלטען דערין סודות נוראים[38].

ניגון

דער ניגון פון אקדמות שטאמט הויפטזעכליך פונעם מחבר אליינס, און איז פארשפרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט, דער ניגון זעלבסט דירקט זיך אויס דביקות און השתוקקות. די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, דאס פאסט אריין אינעם זאגן אינמיטן ליינען[39].

אין געוויסע קהילות זינגט מען ביי ברכת כהנים שבועות מיט די ניגון פון אקדמות[2].

רבי נחמן פון ברסלב האט גאר גאר שטארק אויסגעלויבט דעם ניגון פון אקדמות, און געזאגט אז וויבאלד מען איז שוין אזוי געוואוינט דערצו, אנערקענט מען נישט איר גרויסקייט פון דעם געוואלדיגן הייליגן לויב געזאנג. ער האט געזאגט, ווער עס פארשטייט די גרויסקייט פון דעם שיר פון אקדמות און דער ניגון מיט וואס מען זינגט עס, דאס איז א ואונדערליכע זאך און גאר א גרויסער חידוש. דערביי האט ער זיך אינטעגעזונגען עטליכע ווערטער פון אקדמות מיט'ן ניגון. ער האט געזאגט אז אקדמות איז א געזאגג פון גלוסטעניש[40].

אין געציילטע קהילות זינגט מען אן אנדער ניגון[41].

נאטן פון אקדמות דורך מאיר שמעון גשורי

מנהגים

ביי די ספרד'ישע, ווי אויך אין חב"ד, זאגט מען נישט קיין אקדמות[42].

אין געוויסע קהילות האט מען זיך געפירט אז דער רב אליינס האט פארגעזאגט אקדמות, און צדיקים האבן דאס געזאגט מיט גרויס התלהבות און השתפכות הנפש[43]. עס ווערט דערציילט אויפ'ן תפארת שלמה אז ער פלעגט זאגן אקדמות מיט שיינע געזאנגען און א זיסע שטימע, וואס האט אויפגעפלאמט די הארץ פון די צוהערער[44]

אין געוויסע פלעצער האט דער רבי עזאגט א דרשה איידער אקדמות[45].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט דעם תרגום ירושלמי, וואס לייגט צו מדרשים און ערקלערונגען. אויך האט מען צוגעלייגט לענגערע פיוטים אויף אראמיש, אזוי ווי די מנהג אין ארץ ישראל – אנדערש ווי אין בבל וואס מען האט געניצט תרגום אונקלוס פאר איבערזעצונג. די עשרת הדברות זענען געזאגט געווארן מיטן טעם העליון וואס צעטיילט זיי אין צען באזונדערע פסוקים. צווישן די פסוקים זענען געזאגט געווארן לענגערע פיוטים, וואס זענען גערופן געווארן "דיברות", צוליב וואס זיי הייבן זיך אן "דיברא"[7].
  2. צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה דורך: רבי שלמה חעלמא, שלחן תמיד ב, סי' יט, זר זהב, אות ג, ירושלים: מכון ירושלים, תשס"ד, עמ' קד, ב (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); מהר"ם אש, זכרון יהודה; רבי וואלף היידנהיים, הבנת המקרא, סוף חומש שמות, און נאך. שפעטער איז געדרוקט געווארן דער מחזור ויטרי וואס ברענגט דעם מנהג מתרגם צו זיין אין שביעי של פסח (סימן ק"ז) און שבועות (סדר שבועות), און ער איז מעתיק א צאל רשויות וואס דער מתרגם פלעגט דאן זאגן (דער פיוט אקדמות זעלבסט ווערט , אבער עס ווערט דארט געברענגט א צווייטער רשות פון ר"מ ש"ץ, "אילו כל נימין" נישט דערמאנט דארט). די השערה איז אממערסטנס באשטעטיגט געווארן ווען עס זענען געפונען געווארן אריגינעלע כתבי יד פון מחזורים וואס שטעלן אריין אקדמות אינאיינעם מיט די תרגומים און זייערע פיוטים, אין איין מחזור[8] שטייט אויפ'ן קעפל "רשות למתרגם לר' מאיר ש"ץ"

רעפערענצן

  1. זע רבי אליהו הבחור, ספר התשבי וואס ברענגט די ראשי החרוזים אלס "ביר ריבי", דער פרי מגדים ברענגט עס אראפ אין אגרות פרי מגדים און לייגט צו: "ובמחזורים שלנו לא מצאתי חרוז יו"ד בין ריש לב' רק החרוז רבי יצחק, וחידוש בעיני אולי חסרו החרוז ההוא, ומי יתן אמצאהו כי התשבי נאמן יותר מק' עדים"
  2. 2.0 2.1 רבי שלמה זלמן גייגר, דברי קְהִלֹּת - מנהגי פראנפורט דמיין, פראנקפורט, תרכ"ב, עמ' 446
  3. עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, רש"י, הושע ו, ט, רש"י, עמוס ג, יב, רש"י, תהלים עג, יב. מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע סדור רש"י, "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייץ-ציגלער אין יאר ד'תתנ"ו ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.
  4. ווי דער נוסח "צור ישראל" וואס מ'זאגט יעדן טאג.
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'
  6. זע חזקוני, שמות כ, יג "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה, ומתרגמינן הדברות"; תוספות, מגילה כד, א "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".
  7. יונה פרנקל, מחזור לשבועות כמנהג בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים, תש"ס, עמ' י-יא, מבוא; יוסף יהלום, מיכאל סוקולוף, שירת בני מערבא, ירושלים: האקדמיה הלאומית הישראלית למדעים, תשנ"ט.
  8. מחזור מנהג אשכנז לשבועות ולסוכות (עמ' 65), אויף הספרייה הלאומית
  9. יונה פרענגל, מחזור לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם - פסח, ירושלים, תשנג, עמ' 608 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  10. רבי אברהם קלויזנער, מנהגים, געברענגט אין מהרי"ל, און רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים
  11. מחזור וורמיישא מנהג אשכנז, ה'ל"ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  12. רבי יוזפא שמש, אות קד, מנהגי וורמיישא
  13. מנהגות וורמייזא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  14. רבי אפרים הכהן מווילנא, שער אפרים, סי' י
  15. מגן אברהם, אורח חיים, סימן קמ"ו, סעיף א'
  16. טורי זהב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף ב'
  17. סידור יעב"ץ שער המזרח
  18. פנים מאירות, ח"ג סימן לא
  19. גדולי הדורות על משמר מנהג אשכנז, עמ' 108 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  20. משנה ברורה, סימן תצ"ד, סעיף קטן ב'
  21. שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף א'
  22. אליה רבה, סימן תצ"ד, סעיף קטן ה'
  23. פרידבערג, "מ-2927", בית עקד ספרים. דער אריגענעלער דרוק איז נישטא פאר אונז, אבער עס ווערט דערמאנט אין די ליסטעס פונעם איטאליענישן צענזור, זע ספר זכרון לאריה ליאונה קארפי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  24. כתב יד (עמ' 160-167), אויף ספרייה הלאומית. אויפגעזעצט דורך: עלי יסיף, 'תרגום קדמון ונוסח עברי של מעשה אקדמות', בקורת ופרשנות 9-10 (תשל"ז), עמ' 214-228.
  25. ער שרייבט נישט איבער דעם שייכות מיט'ן פיוט אקדמות, ער שרייבט בלויז: "ביי די אשכנז'ישע קהילות געפונט זיך א "מגילה" וואס טייל פירן זיך עס צו דערמאנען אין שבועות, איבער א נס וואס האט פאסירט..." און ברענגט די געשיכטע בקיצור. זע קבץ על יד - שנה ד, בערלין: חברת מקיצי נרדמים, תרמ"ח. ער מיינט ווארשיינליך דעם דרוק, וואו עס ווערט אנגערופן "מגילת" רבי מאיר
  26. א באריכט אויף דעם כתב יד אין ספרייה הלאומית. עס איז געדרוקט אין ריווקינד, עמ' 17
  27. מעשה נסים, אמסטערדאם, תנ"ו, לא ע"ב
  28. מעשה גבורות ד'
  29. סיפורי מרן הרמ״ח (עמ׳ רפג אות צא)
  30. אקדמות ע"פ דרך דרש, ווארשא, תרס"ב, עמ' כא
  31. זע מחזור פון רבי וואלף היידנהיים קרובות - מחזור לחג השבועות אין מחזור מטה לוי מחזור קרבן אהרן לשבועות
  32. פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, עמוד 7, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית, פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדליען ביבליאטעק אין אקספארד
  33. לקורות היהודים בלובלין, עמ' 139
  34. יהודה לייב פישמן מימון, ה"אקדמות" ומחברו
  35. רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  36. Rabbi Avi Gold, The Complete Artscroll Machzor, Shavuos, New York 1991, p. 28
  37. סידור היעב"ץ
  38. ילקוט הגרשוני, שו"ת שבות יעקב ח״א סי' י״ז
  39. בנימין זאב מונק - מנהל "מכון ירושלים לחזנות".
  40. שיחת הר"ן, רנו
  41. ר' בנציון שענקער, ניגון אופרה אקדמות, מוזשיץ
  42. ספר המנהגים, לוח היום יום, עמ' נט
  43. נטעי גבריאל - שבועות, ירושלים, תשנט
  44. נפלאות התפארת שלמה
  45. מונקאטש


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען