אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוויאן קאנפערענץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
(←‏אידישער רעאקציע: רעדאגירונג)
שורה 24: שורה 24:
*די [[דאמיניקען רעפובליק]] איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים{{הערה|שם= Hate|William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online {{doi|10.1017/CBO9780511499425}} [Accessed 30 April 2016]. page 2}}{{הערה|{{Cite book| author=Crassweller RD|title=Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator.|publisher=The MacMillan Co, New York (1966)|pages=199–200}}}}.
*די [[דאמיניקען רעפובליק]] איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים{{הערה|שם= Hate|William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online {{doi|10.1017/CBO9780511499425}} [Accessed 30 April 2016]. page 2}}{{הערה|{{Cite book| author=Crassweller RD|title=Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator.|publisher=The MacMillan Co, New York (1966)|pages=199–200}}}}.


==אידישער רעאקציע==
==אידישע רעאקציע==
די אידישע ארגענעזאציעס איבער די וועלט זענען געווען צעשפליטערט אין זייערע מיינונגען וויאזוי צו רעאגירן צום קאנפערענץ, און די שטרייטן האבן נאר צוגעגעבן צום צעמישעניש ארום דעם קאנפערענץ. יעדער האט געהאט אן אנדערע אגענדע, ווען טייל שטופן נאר פאר אימיגראציע קיין פאלעסטינע, אנדערע זענען נאר געווען נייגעריג וויאזוי צו אדאפטירן און אסימילירן די פליטים נאך זייער אנקום, און טייל זענען געווען אינטערעסירט נאר אין אימיגראציע אין אומבאוואוינטע ערטער, בשעת געוויסע זענען פארנומען מיט די רעכטן פון די אידן אינערהאלב די אייראפעאישע לענדער{{הערה|{{cite book|author1=Richard Breitman|author2=Alan M. Kraut|title=American Refugee Policy and European Jewry, 1933-1945|url=https://archive.org/details/americanrefugeep0000brei|url-access=registration|year=1987|publisher=Indiana University Press|isbn=978-0-253-30415-5|page=[https://archive.org/details/americanrefugeep0000brei/page/n116 103]}}}}.
די אידישע ארגאניזאציעס איבער דער וועלט זענען געווען צעשפליטערט אין זייערע מיינונגען וויאזוי צו רעאגירן צו דער קאנפערענץ, און די שטרייטן האבן נאר צוגעגעבן צום צעמישעניש ארום דער קאנפערענץ. יעדער האט געהאט אן אנדער אגענדע: טייל האבן געשטופט נאר פאר עמיגראציע קיין פאלעסטינע; אנדערע זענען בלויז געווען נייגעריג וויאזוי צו אדאפטירן און אסימילירן די פליטים נאך זייער אנקום; טייל זענען געווען אינטערעסירט נאר פאר עמיגראציע אין אומבאוואוינטע ערטער; בשעת געוויסע זענען געווען פארנומען מיט די אידישע רעכטן אינערהאלב די [[אייראפע]]אישע לענדער{{הערה|{{cite book|author1=Richard Breitman|author2=Alan M. Kraut|title=American Refugee Policy and European Jewry, 1933-1945|url=https://archive.org/details/americanrefugeep0000brei|url-access=registration|year=1987|publisher=Indiana University Press|isbn=978-0-253-30415-5|page=[https://archive.org/details/americanrefugeep0000brei/page/n116 103]}}}}.


די ציוני'סטישע ארגענעזאציעס זענען געווען סקעפטיש איבער די צילן פונעם קאנפערענץ, און האבן געהאלטן אז עס קען שאדן פאר די פרואוו צו אהערשטעלן ארץ ישראל אז הויפט עמיגראציע ארט פאר אידן איבער די וועלט. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמארענדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פאר די פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סיטישע ארגענעזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, [[חיים ווייצמאן]] און [[דוד בן-גוריון]] פון די [[סוכנות]] האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז די דרוק פון טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואוהין צו גיין וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע אימיגראציע{{הערה|{{cite book|author=John Quigley|author-link=John B. Quigley|title=The International Diplomacy of Israel's Founders|url=https://books.google.com/books?id=bcAwCwAAQBAJ&pg=PA40|date=February 2016|publisher=[[Cambridge University Press]]|isbn=978-1-107-13873-5|pages=40–41}}}}. ווידער די אמעריקאנער ארגענעזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן צו פאראויסשטופן פארגרעסערטע אימיגראציע קיין אמעריקא, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא, און דערפאר געווארענט אידישע רעפרעזענטאטן נישט צו אויפברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך{{הערה|{{cite book|author=Gulie Ne'eman Arad|title=America, Its Jews, and the Rise of Nazism|url=https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad|url-access=registration|year=2000|publisher=[[Indiana University Press]]|isbn=0-253-33809-3|page=[https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad/page/n210 197]}}}}, און געשיקט פאר רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "דעם אידישן פראבלעם" אין אמעריקא. פינף פירנדע אידישע ארגענעזאציעס האבן געמיינזאם געשריבן א מעמארענדום ביים קאנפערענץ, אפרעדנדיג פון מאסן אידישע אימיגראציע פון צענטראל אייראפע{{הערה|{{cite book|author=Michael Laitman|title=The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord|url=https://books.google.com/books?id=mhnGDwAAQBAJ&pg=PA156|date=22 December 2019|publisher=Laitman Kabbalah Publishers|isbn=978-1-67187-220-2|pages=156–157.}}}}.
די [[ציוניזם|ציוני]]'סטישע ארגאניזאציעס זענען געווען סקעפטיש איבער דער קאנפערענץ צילן און געהאלטן אז עס קען שאדן פארן פרואוו אהערצושטעלן ארץ ישראל אלס הויפט עמיגראציע ארט פארן אלוועלטליכן אידנטום. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמאראנדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פארן פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סטישע ארגאניזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, [[חיים ווייצמאן]] און [[דוד בן-גוריון]] פונעם "[[סוכנות]]", האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז דער דרוק פון די טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואו אהין צו גיין, וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע עמיגראציע{{הערה|{{cite book|author=John Quigley|author-link=John B. Quigley|title=The International Diplomacy of Israel's Founders|url=https://books.google.com/books?id=bcAwCwAAQBAJ&pg=PA40|date=February 2016|publisher=[[Cambridge University Press]]|isbn=978-1-107-13873-5|pages=40–41}}}}.
 
ווידעראום, די אמעריקאנער אידישע-ארגאניזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן פאראויסצושטופן פארגרעסערטע עמיגראציע קיין אמעריקע, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן [אנטיסעמיטיזם]] אין אמעריקע; דערפאר האבן זיי געווארנט אידישע פארשטייערס נישט אויפצוברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך{{הערה|{{cite book|author=Gulie Ne'eman Arad|title=America, Its Jews, and the Rise of Nazism|url=https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad|url-access=registration|year=2000|publisher=[[Indiana University Press]]|isbn=0-253-33809-3|page=[https://archive.org/details/americaitsjewsri00arad/page/n210 197]}}}}, און געשיקט אנזאגן רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "די אידישע פראבלעם" אין אמעריקע.
 
פינף פירנדע אידישע ארגאניזאציעס האבן געשריבן א געמיינזאמער מעמאראנדום ביי דער קאנפערענץ, אפרעדנדיג מאסן אידישע עמיגראציע פון צענטראל אייראפע{{הערה|{{cite book|author=Michael Laitman|title=The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord|url=https://books.google.com/books?id=mhnGDwAAQBAJ&pg=PA156|date=22 December 2019|publisher=Laitman Kabbalah Publishers|isbn=978-1-67187-220-2|pages=156–157.}}}}.


==נאכפאלגן==
==נאכפאלגן==

רעוויזיע פון 04:20, 20 פעברואר 2023

מייראן טעילאר אדרעסירט די עוויאן קאנפערענץ

די עוויאן קאנפערענץ איז געווען א צוזאמקום אין שטאט עוויאן (ענ'), פראנקרייך, דורכאויס די טעג פון יולי 615 1938, פאררופן דורך דעם אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע פליטים, וועלכע זענען אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד נאכן אויסשטיין פארפאלגונגען. די פליטים, הויפטזעכטליך אידיש-אפשטאמיגע, אבער אויך פון אנדערע אנטי-נאציסטישע גרופעס, האבן געזוכט א פארזיכערט ארט צו עמיגרירן, אבער די לענדער ארום דער וועלט האבן זיי נישט געוואלט אקצעפטירן.

ביי דער קאנפערענץ האבן זיך באטייליגט רעפרעזענטאטן פון 32 לענדער, און 24 וואלונטערישע ארגענעזאציעס זענען געקומען אלס אבזערווירער פארשלאגן געדאנקען[1]. די קאנפערענץ האט זיך אויסגעלאזט אומערפאלגרייך, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים, איז כמעט קיין איין לאנד נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים.

הינטערגרונט

אידן אין בערלין פאקן פעק און גרייטן זיך אפצורייזן קיין ניו יארק, 1939

פון ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער א האלב-מיליאן דייטשע אידן אלץ שווערער געווארן, ברענגענדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די נירנבערג געזעצן, געשאפן אום 1935, האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון אלע דייטשע אידן, וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן, אדער פארשיקט ווערן, פון דייטשלאנד. ביז 1938 זענען ארום 150,000 אידן שוין אנטלאפן פון דייטשלאנד; און מיטן "אַנְשְׁלוּס", ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך אין מערץ 1938, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן[2]. ווען די לענדער איבער דער וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון אזיל רעכט זוכערס, האט זיך געשאפן א קריזיס.

די פאראייניגטע-שטאטן האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער אויף גאר אן איינגעצוימטער פארנעם, אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע עמיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב דער גרויסער דעפרעסיע. דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די עמיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פארפאלגטע אידן, און נישט ווילנדיג איינגיין דערויף, האט ער דאן - עלף טעג נאכן "אנשלוס" - פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, מיטן ציל צו פארגרינגערן דעם קריזיס און גרינדן אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע צו לעזן די פראבלעם. רוזעוועלט האט געוואלט אז אנדערע לענדער זאלן אנטיילנעמען אינעם טראגן די לאסט פון די פליטים, כדי אראפצונעמען פון זיך די פאראנטווארטליכקייט און דרוק, און צייגן דער וועלט אז אמעריקע זארגט זיך פארן וואוילזיין פון די אידן[3].

די קאנפערענץ

ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו די קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: 2012)

די דעלעגאטן ביי דער קאנפערענץ האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אונטער נאצי-דייטשלאנד און איינגעשטימט אז מ'דארף פאר זיי טרעפן א באשיצט לאנד, אבער גלייכצייטיג האט זיך באלד פון אנהייב אנגעזען אז קיינער פון די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן ערנסטע טוישונגען אין דער צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין צו זיך אין לאנד. די דעלעגאטן האבן קלארגעשטעלט אז אן עמיגראנטן-מאסע קען אנהייצן ראסיסטישע און רעליגיעזע שטרייטן, אנברענגען אינטערנאציאנאלע אומרוען, שטערן אינטערנאציאנאלע באציאונגען און פארערגערן די עקאנאמישע לאגע. זיי האבן אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלס אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אינטער-רעגירונגען קאמיטע פאר פליטים", וועלכע האט למעשה נישט געהאט קיין שום אויטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער און געבליבן ווערדלאז.

די פאראייניגטע שטאטן האט ניטאמאל געשיקט קיין רעגירונגס-באאמטער אלס רעפרעזענטאט, נאר רוזעוועלט האט אנשטאט געשיקט זיין פריינד, מייראן טעילאר, צו רעפרעזנטירן די פאראייניגטע שטאטן.

  • טעילאר, אין נאמען פון די פאראייניגטע-שטאטן, האט איינגעמאלדן אז אמעריקע איז גרייט אנצוהאלטן איר יערליכע קוואטע פון ארום 30,000 עמיגראנטן פון צווישן דייטשלאנד, עסטרייך און טשעכאסלאוואקיי; און צו פארטיילן די גאנצע קוואטע פאר אידן.
  • בריטאניע איז איינגעגאנגען אריינצונעמען אן ענליכע צאל פליטים, מיטן באדינג אז ארץ ישראל, דאן אונטערן בריטישן מאנדאט, וועט נישט אויפגעברענגט ווערן אלס דער פלאץ צו שיקן די אידן.
  • אוסטראליע האט זיך אונטערגענומען צו ארייננעמען 15,000 אויסגעשפרייט דורכאויס דריי יאר.
  • דרום אפריקע איז געווען גרייט צו נעמען נאר די וואס האבן נאנטע פאמיליע אין לאנד.
  • קאנאדע איז געווען גרייט צו נעמען נאר פליטים מיט אגריקולטור ערפארונג, עפעס וואס האט אפעלירט צו בלויז א קליינע צאל פליטים.
  • פראנקרייך: דער פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים און איר עקאנאמישער צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך - א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט.
  • האלאנד איז איינגעגאנגען צו זיין אן אריבערגאנגס-ארט פאר פליטים, מיטן באדינג אז זיי האבן א צווייטן ענדגילטיגן פלאץ וואו צו גיין.
  • די דאמיניקען רעפובליק איז געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים[4][5].

אידישע רעאקציע

די אידישע ארגאניזאציעס איבער דער וועלט זענען געווען צעשפליטערט אין זייערע מיינונגען וויאזוי צו רעאגירן צו דער קאנפערענץ, און די שטרייטן האבן נאר צוגעגעבן צום צעמישעניש ארום דער קאנפערענץ. יעדער האט געהאט אן אנדער אגענדע: טייל האבן געשטופט נאר פאר עמיגראציע קיין פאלעסטינע; אנדערע זענען בלויז געווען נייגעריג וויאזוי צו אדאפטירן און אסימילירן די פליטים נאך זייער אנקום; טייל זענען געווען אינטערעסירט נאר פאר עמיגראציע אין אומבאוואוינטע ערטער; בשעת געוויסע זענען געווען פארנומען מיט די אידישע רעכטן אינערהאלב די אייראפעאישע לענדער[6].

די ציוני'סטישע ארגאניזאציעס זענען געווען סקעפטיש איבער דער קאנפערענץ צילן און געהאלטן אז עס קען שאדן פארן פרואוו אהערצושטעלן ארץ ישראל אלס הויפט עמיגראציע ארט פארן אלוועלטליכן אידנטום. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמאראנדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פארן פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סטישע ארגאניזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, חיים ווייצמאן און דוד בן-גוריון פונעם "סוכנות", האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז דער דרוק פון די טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואו אהין צו גיין, וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע עמיגראציע[7].

ווידעראום, די אמעריקאנער אידישע-ארגאניזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן פאראויסצושטופן פארגרעסערטע עמיגראציע קיין אמעריקע, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן [אנטיסעמיטיזם]] אין אמעריקע; דערפאר האבן זיי געווארנט אידישע פארשטייערס נישט אויפצוברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך[8], און געשיקט אנזאגן רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "די אידישע פראבלעם" אין אמעריקע.

פינף פירנדע אידישע ארגאניזאציעס האבן געשריבן א געמיינזאמער מעמאראנדום ביי דער קאנפערענץ, אפרעדנדיג מאסן אידישע עמיגראציע פון צענטראל אייראפע[9].

נאכפאלגן

די רעזולטאט פון די דורכגעפאלענע קאנפערענץ איז געווען אז מיליאנען אידן האבן נישט געהאט וואו צו אנטלויפט און זענען פארטיליגט געווארן אונטער היטלער'ס "ענדגילטיגע לייזונג פאר די אידן פראגע". דער קאנפערענץ האט גאר אומדירעקט געדינט אלץ פראפגאנדע געצייג פאר די נאציס, ווען היטלער האט גע'טענה'ט אז ער וועט גאר העלפן די וואס ווילן ארייננעמען אידן ביי זיי אין לאנד[4][10].

נישט לאנג דערויף, אום נאוועמבער 1938, אויף קריסטאלנאכט האבן די נאציס געמארדעט און איינגעזעצט צענדליגער טויזנטער אידן און פארברענט און צושטערט איבער 1,000 שולן. דערמיט האט זיך געהויבן די צאל אידישע פליטים וואס האבן געזוכט א מקום מקלט, און האט געוויזן פאר די מערב וועלט לענדער די געפאר וואס לויערט אויף זיי. די בריטן האבן דאן באשלאסן צו אריינלאזן אלע אידישע קינדער ביז 17 אין די קינדערטראנספארט אקציע. רוזעוועלט האט אין אן עקזעקוטיוו באפעל געגעבן ערלויבעניש פאר טויזנטער דייטשע באזוכער צו קענען פארבלייבן אין אמעריקא אויך נאך זייער וויזא לויפט אפ. פראנקרייך האט אריינגלאזט 200 קינדער א חודש, און האלאנד און שווייץ האבן אויך איינגעגאנגען צו ארייננעמען קינדער פליטים[11].

אלעס צוזאמען, פון ווען די נאציס זענען געקומען צו די מאכט ביז'ן אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג, האבן 282 טויזענט אידן - ארום האלב פון די דייטשע אידנטום עמיגרירט, אויסער נאך 117 טויזענט עסטרייכישע אידן וואס זענען געווארן איינגענומען אין דייטשע טעריטאריע, וואס האט אויסגעמאכט ארום צוויי-דריטל פון איר אידנטום. די סך הכל ציפער פון פליטים פון אלע דייטשע טעריטאריעס איז געווען ארום 400 טויזענט אידן, וואס האבן זיך צוטיילט צו די פאלגנדע הויפט לענדער וואס האבן אריינגענומען פליטים פון נאצי-דייטשלאנד:

  • די פאראייניגטע שטאטן - 95,000
  • דרום אמעריקאנער לענדער - 75-000
  • ארץ ישראל - 60-000
  • בריטאניע - 40,000

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. יולי 1938 אויפן יד ושם וועבזייטל.
  2. אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939 אויפן "United States Holocaust Memorial Museum" וועבזייטל.
    Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." Jewish Social Studies 46.3/4 (1984): 277-292 online.
  3. Allen Wells (2009). Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua. Duke University Press. pp. 6–8. ISBN 978-0-8223-4407-0.
  4. 4.0 4.1 William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online doi:10.1017/CBO9780511499425 [Accessed 30 April 2016]. page 2
  5. Crassweller RD. Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator. The MacMillan Co, New York (1966). pp. 199–200.
  6. Richard Breitman; Alan M. Kraut (1987). American Refugee Policy and European Jewry, 1933-1945. Indiana University Press. p. 103. ISBN 978-0-253-30415-5.
  7. John Quigley (February 2016). The International Diplomacy of Israel's Founders. Cambridge University Press. pp. 40–41. ISBN 978-1-107-13873-5.
  8. Gulie Ne'eman Arad (2000). America, Its Jews, and the Rise of Nazism. Indiana University Press. p. 197. ISBN 0-253-33809-3.
  9. Michael Laitman (22 December 2019). The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord. Laitman Kabbalah Publishers. pp. 156–157. ISBN 978-1-67187-220-2.
  10. Ronnie S. Landau (2006). The Nazi Holocaust. I.B.Tauris. pp. 137–140. ISBN 978-1-84511-201-1. Retrieved 24 March 2011.
  11. יהודית באומל תידור, "קינדערטראנספארט" אקציע צו ראטעווען אידישע קינדער אין אייראפע, אויף מט"ח וועבזייטל

קאַטעגאָריע:נאציזם קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע באציאונגען קאַטעגאָריע:קאנפערענצן מוסטער:קרד/ויקי מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית