רוי:קריסטאל נאכט

(אַריבערגעפירט פון רוי:קריסטאלנאכט)
טעקע:Kristallnacht example of physical damage.jpg
איינע פון די אידישע געשעפטען וואס די גלאז איז אויפגעשאסן, פון הינטן זעט מען דעם האקן קרייץ.
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

קריסטאַל נאַכט (אדער קרישטאַלנאַכט) איז געווען א פאגראם אויף אידן אין דייטשלאנד און אין טיילן פון עסטרייך אין ט"ז מרחשון ה'תרצ"ט (דעם 9טן און 10טן נאוועמבער 1938).

די נאציס האבן אויסגעניצט ווען א יונגער פוילישער איד, מיטן נאמען הערשל גרינשפאן, האט דערשאסן אויף טויט 2 נאציס, דייטשע דיפלאמאטן אין פאריז, צו פירן דעם פאגראם מיט וואס עס האט זיך אנגעהויבן חורבן אייראפע.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אלס די היסטאריע, די נאצי פארטיי האט זיך געגרייט א לאנגע צייט פאר אזא מאמענט. יאזעף געבעלס, דער פראפאגאנדע מיניסטער, אין זיין צייטונג דער שטירמער, האט געשטורעמט א לאנגע צייט מיטן נוסח פון די נאציס, און האבן אנגעגרייט דאס גאנצע דייטשע פאלק אז די אידן ווילן שיסן און פארטיליגן יעדן דייטש אויף דער ערד.

דאס דייטשע פאלק מיט די הילף פון די דייטשע פאליציי, שטורם טרופערס, און געסטאפא, האבן זיך א לאז געטאהן אין די גאסן פון איבער טויזנט שטעט און דערפער, די צעיושעטע מאסן האבן צובראכן און צוהאקט אלע יודישע געשעפטן, בתי מדרשים און סינעגאגעס, געגאנבעט און געפלינדערט וואס סאיז נאר געקומען צו די האנט, צוריסן און צעווארפן ספרי תורה, און פארברענט אן א צאהל שוהלן.

1668 שולן זענען געווארן חרוב און פארברענט יענעם נאכט און 30,000 אידן זענען געווארן אפגעפירט אין קאנצענטראציע לאגערן.

ביים סוף פון די געשעענישן, לויט נאצי באריכט, זענען 91 יידן אומגעקומען, אבער לויט שפעטערע שאצונגען, זענען די ציפערן באדייטנד העכער: לפחות 400 דירעקטע טויטפעלער, און נאך לפחות 400 מער וואס זענען שפעטער געשטארבן אין די קאנצענטראציע לאגערן וואו זיי זענען יענעם נאכט געטראגן געווארן אין געפענגעניש.

פון דעם מאמענט איז קלאר געווארן ביי די אידן און ביי די וועלט אז די היטלער רעזשים איז גרייט אויסצופאלגן אלעס וואס די נאצי רעזשים פרעדיגט, דאס ערד פון אייראפע ברענט, וועלכער איד עס קען דארף הייבן פיס און אנטלויפן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

די דייטשע בירגער וואס האבן זיך ספעציאלירט אין פראפאגאנדישע דריידלעך, האבן געוואלט פארדעקן דאס געוויסן דורכן מאניפולירן דעם בליק די ברוטאלע רייכספאגראם נאכט. מיט בייזוויליגע סארקזאם האבן זיי אויסגענוצט די פאקט אז די גאסן האבן געגלאנצט פון די פילע צושמעטערטע שויבן, און אויפגעקומען מיטן נאמען קריסטאל נאכט, אזוי ארום איז זיי געלונגען צו אוועקציען אויפמערקזאמקייט פון די שוידערליכע גרויזאמקייט.