רוי:סאביבאר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
                                                                                                                                                                                           51°26′50″N 23°35′37″E / 51.44722°N 23.59361°E / 51.44722; 23.59361 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

סאביבאר איז געווען א נאצי פארניכטונג לאגער אין דעם לובלינער ראיאן פון באזעצטן פוילן . אידן, כולל יידישע סאוועטע געפאנגענע (און אפשר אויך ציגיינער) זענען געפירט געווארן קיין סאביבאר אויף דער באן, און פארשטיקט אין גאז קאמערן דורך דעם ארויסשטויס פון א בענזין מאטאר. 200,000 מענטשן זענען אומגעקומען אין סאביבאר.[1] טאמאס בלאט טענה'ט אז מ'האט געמערדט מער ווי א פערטל מיליאן אידן אין סאביבאר.[2]

נאך א דערפאלגרייכן אויפשטאנד אין אקטאבער 1943 האבן העלפט פון די 600 ארעסטאנטן געמאכט פליטה. נאכהער האט מען פארמאכט דעם לאגער און איבערגעפלאנצט מיט ביימער.

אויפשטעלן דעם לאגער

סאביבאר איז געווען איינער פון פיר פארניכטונגס לאגערן וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן אין דער ריינהארד אקציע, וואס איר ציל איז געווען אויסהרגענען אלע אידן אין דעם טייל פון פוילן אקופירט דורך די דייטשן.


רעפערענצן

  1. Raul Hilberg. The Destruction of the European Jews. Yale University Press, 1985, p. 1219. ISBN 978-0-300-09557-9
  2. Sobibor - The Forgotten Revolt

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!