רוי:קאלדיטשעוו

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

קאלדיטשעוו איז געווען א קאצעט אין פוילן (היינט אין בעלארוס) ביי דער צווייטער וועלט מלחמה וואו די נאציס האבן דערמארדעט 22,000 מענטשן, כמעט אלע אידן, אין די יארן תש"ב - תש"ד.

דער קאלדיטשעוו קאצעט איז אויפגעשטעלט געווארן אין ווינטער תש"ב אין דעם קאלדיטשעווער פארם, 18 ק"מ פון באראנאוויטש. דארט האט מען געפירט אידן פון האראדישעץ, זשעטל, נאווהארדאק, סטייביץ און באראנאוויטש, און מ'האט זיי געהאלטן אין א שטאל. אויך האט מען געברענגט דארט מיטגלידער פון דער אונטערגרונט אין פוילן און ווייסרוסלאנד.

שלמה קושניר, א שיסטער, האט אויפגעשטעלט אן אונטערגרונט אינעם קאצעט. זיי האבן באקומען צוויי ביקסן און פיר גראנאטן. א אידישער כעמיקער האט געשאפן פאר זיי זייערס צו ניצן אלס שוץ קעגן די שומרים פונעם לאגער. אין א שטורעמיקער נאכט, כ"ח אדר תש"ד, האבן זיי ארגאניזירט אן אנטרינונג. 99 מענטשן זענען אנטלאפן; די נאציס האבן געכאפט 24 פון זיי, אויך שלמה קושניר, און די אנדערע 75 האבן זיך איינגעשלאסן מיט די פארטיזאנער, דער גרעסטער טייל פון זיי אין דער איינהייט פון טוביה בילסקי.[1] [2]

רעפערענצן

  1. קאלדיטשעווער קאצעט, יד ושם (העברעיש)
  2. קאלדיטשעוו, חורבן אייראפע ענציקלאפעדיע (ענגליש)
Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!