רוי:פארטיזאנער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Soviet guerilla.jpg
סאָוועטישע פּאַרטיזאַנערס אין בעלאַרוס 1943

אַ פּאַרטיזאַן אָדער פּאַרטיזאַנער איז אַ קעמפער וואָס שטייט מחוץ די רייען פון אַ רעגולערער אַרמיי. דער עיקר באַציט מען זיך אַזוי צו יענע קעמפער וואָס האָבן אין אייראָפּע, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זיך געשלאָגן קעגן די אַרמייען פון נאַצישן דייטשלאַנד.

פּאַרטיזאַנער־גרופּעס האָבן געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע אינעם קאַמף קעגן די דייטשן אין אוקראַינע, בעלאַרוס, יוגאָסלאַוויע. אין אַנדערע ערטער איז זייער אויפטו געווען קלענער.

עס זענען געווען אַ סך אידן צווישן די פּאַרטיזאַנער, אַפילו צווישן די אָנפירערס, וואָס האָבן געהאַט גאַנצע איינהייטן אונטער זיך. ווידער זענען געווען פּארטיזאַנער־גרופּעס, וואָס זייערע אָנפירערס זענען געווען אַנטיסעמיטן און האָבן אַפילו אומגעברענגט אידן. אין אַ סך גרופעס זענען געווען אי ייִדישע, אי נישט־ייִדישע פּאַרטיזאַנער.

צווישן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט זענען געווען אַ צאָל ייִדישע שרייבער ווי שמערקע קאַטשערגינסקי, אַברהם סוצקעווער און חיים יעלין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!