רוי:סיגוט
|
סיגוט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגוט Sziget איז טייטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפט.
געאגראפיע
סיגוט איז נישט ווייט פון ספינקא.
דעמאגראפיע
די שטאט האט 44,185 איינוואוינער.[1]
- רומענישע - 79.73%
- אונגארישע - 15.80%
- ראמא - 1.08%
- אוקריינישע - 2.97%
לויטן 1910 צענזוס, האט די שטאט געהאַט 21,370 איינוואוינער; זיי זענען געווען 17,542 (82.1%) אונגאריש רעדער, 2,002 (9.4%) רומעניש, 1,257 (5.9%) דייטשיש, און 32 אוקרייניש רעדער. די צאל אידן איז געווען 7981 (37%); זיי זענען גערעכנט צווישן די אונגאריש און דייטשיש רעדערס.[2]
אידן אין סיגוט
כאטש אידן זענען שוין געווען אין דעם זיבנבערגן פראווינץ זייט דעם יאר 1571, האבן אידישע משפחות נישט געקומען קיין סיגוט ביזן 18טן יארהונדערט. א צענזוס אין 1728 ציילט נאר 4 אידישע משפחות אין דער שטאט. נאר אין יאר 1740 זענען געווען גענוג משפחות אין דער שטאט צו האבן א מניין קבוע. אין 1787 איז די באַפעלקערונג געווען 3,495, צווישן זיי 142 אידן.
אין יאר 1772, ווען מען האט צעטיילט פוילן, זענען געקומען קיין סיגוט אידן פון גאליציע און אין 1807 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול אין דער שטאט. אין 1828 זענען די אידן שוין געווען 11% פון דער באפעלקערונג.
אין צווייטן העפט פונעם 19טן יארהונדערט איז די צאל אידן געווען 7,981. נאך דעם איז די צאל געשטיגן ביז 10,609 וואס איז 38% אין יאר 1930. לויט דער ענציקלאפעדיע יודייקא, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די צאל אידן אין סיגוט געווען די העכסטע פון אלע אונגארישע שטעט - 10,144 - 39% רוב פון זיי חרדים.[3]
רבנים פון דער שטאט
סיגוט איז געווען א גרויסער אידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווייט פון דער שטאט.
- רבי צבי בן רבי משה אברהם, ה'תקי"ט - ה'תקל"א
- רבי יהודה כהנא-העללער, ה'תקס"ב - ה'תקע"ט
- רבי מנחם מענדל שטערן, ה'תקע"ט - ה'תקצ"ד
- רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, ה'תקצ"ד - ה'ת"ר
- רבי יוסף שטערן, ה'ת"ר - ה'תרי"ח
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים, ה'תרי"ח - ה'תרמ"ג
- רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, ה'תרמ"ג - ה'תרס"ד
- רבי חיים צבי טייטלבוים, ה'תרס"ד - ה'תרפ"ו
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד, ה'תרפ"ו - ה'תש"ד
- רבי משה טייטלבוים, ה'תש"ו - ה'תש"ז
רבי צבי בן רבי משה אברהם
דער ערשטער רב אין סיגוט איז געווען הרב צבי בן הרב משה אברהם, ער איז אנגעקומען קיין סיגוט אין יאר ה'תקי"ט אומגעפער. ער האט געפירט א שארפן קאמף קעגען דער ערשיינונג פון די שבתי-צבי'ניקעס און פראנקיסטן אין שטאט, א קאמף וואס האט געברענגט פאר די אידן אין שטאט און ספעציעל פאר אים פיל פראבלעמען.
רבי צבי הערש איז געווען פריער רב אין ראדוויל, פוילן, ס'איז נישט קלאר פארוואס ער האט דארט איבערגעלאזט דאס רבנות, און אנגענומן דאס רבנות אין סיגוט וועלכע איז דעמאלס געווען זייער א קליין שטעטל.
אין דעם צענזוס פון יאר 1770 ווערט רבי צבי הערש געציילט מיטן נאמען הערש אבראהאמאוויטש.
רבי צבי הערש איז נפטר געווארן ב' אלול ה'תקל"א.
רבי יהודה כהנא-העלער
אין יאר ה'תקס"ב האט מען אויפגענומען פאר רב אין סיגוט און די גלילות מארמאראש, הרב יהודה כהנא-העלער.
רבי יהודה איז געבוירן אין קאלוש, גאליציע. פון אנפאנג האט ער געפרוווט זיך צו ערנערן פון זיין אייגענער ארבעט, ער האט געהאט א קרעטשמע אין א דערפל נעבן קאליש. ווען זיינע געשעפטן זענען דורך געפאלן איז ער אריבער וואוינען קיין לעמבערג, דארט האט ער קענען געלערנט דעם גאון דער פרי מגדים, מיט וועמען ער איז געווארן שטארק באפריינדעט. אין לעמבערג האט רבי יהודה זיך אפגעגעבן מיט דעם דרוקן פון זיין ברודער'ס ספר, דעם קצות החושן, צו וועמען ער האט צוגעלייגט זיין אייגענעם ספר דעם קונטרס הספיקות. שפעטער איז רבי יהודה געווען דיין אין מונקאטש און רב אין סעליש, אין איז געווען באקאנט ווי איינע פין די גאוני הדור[4].
אין די צייטן פון רבי יהודה האט מען געבויט די ערשטע שול אין סיגוט, און סיגוט האט זיך אנגעהויבן צו פארמערען מיט יודן אין תלמידי חכמים. רבי יהודה איז געווען רב אין סיגוט ביז ער איז נפטר געווארן כ"ז ניסן ה'תקע"ט.
רבי מנחם מענדל שטערן
אין יאר ה'תקע"ט נאך דער פטירה פון רבי יהודה כהנא-העלער האט מען אויפגענומען דעם ראש בית דין רבי מנחם מענדל אלס רב אין סיגוט און די גלילות מארמאראש
רבי מענדל האט איינגעפירט א נייע ארדענונג אין די מארמאראשער געמיינדעס. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן צו פארמערען דאס אידישע באפעלקערונג אין די מארמארושער שטעטלעך און דערפער, האט רבי מענדל געזארגט ס'זאל זיין פאסיגע און ערליכע יידישע וועגווייזערס אין די אלע ערטער. אין די צוויי גרעסערע שטעט, בארשא און אויבער ווישעווע האט ער אריינגעשטעלט אייגענע רבנים, און אין די קלענערע דערפלעך האט ער אריינגעזעצט שוחטים און מלמדים, געמאכט סטאטוטן, ארגאניזירט מנינים צו דאווענען.
רבי מענדל איז געבוירן צו זיין פאטער רבי שמואל בן רבי מרדכי שטערן, אין דראגאמירעשט, אין יאר ה'תקי"ט, ער האט געלערנט תורה אין גאליציע, בעיקר ביי זיין רבי הרב יעקב לינדנבוים רב אין ליסא, דער חוות דעת. רבי מענדל איז געווען א תלמיד פון רבי משה לייב סאסאווער, פון קאזשניצער מגיד און שפעטער פון אהבת שלום.
רבי מענדל איז נפטר געווארן ט' אדר ה'תקצ"ד.
זיין איידעם שרייבט אז רבי מענדל האט איבערגעלאזט אסאך חיבורים , אבער ס'איז נאר געדרוקט געווארן איין גרויסער חיבור דער ספר דרך אמונה על התורה, אין דריי בענדער.
רבי אלעזר ניסן טייטלבוים
נאך דער פטירה פון רבי מענדל האט זיך ווידער געשאפן צוויי מיינונגען איבער דעם רבנות אין סיגוט. די קאסובער חסידים האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען דעם איידעם פון פריערדיגן רב, רבי יוסף שטערן. דערגעגן האט די פאמיליע כהנא געוואלט מען זאל אויפנעמען הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, א זון פון דעם באקאנטן רב פון אוהעל משה טייטלבוים, דער "ישמח משה". (עס ווערט דערציילט אז דער גביר ר' קלמן כהנא וואס איז געווען א יונגערמאן אויף קעסט ביי זיין שווער ר' פנחס סאמאטאר אין אוהעל, פון דעם רב'ס שטוב מענטשן, איז געווען דער גאנצער אנפירער פון דעם קאנדידאטור.)
ס'איז געשיקט געווארן א דעלעגאציע פון סיגוט קיין אוהעל צו דעם ישמח משה, ער זאל שיקן זיין זון אלס רב, דער ישמח משה האט זיי מיט געגעבן א בריוו גערוכט צו די פרנסים, וואו ער בעט מען זאל אויפנעמען זיין זון רבי אלעזר ניסן אלס רב. אויף דעם פארלאנג פון ישמח משה האט מען אויפגענומען רבי אלעזר ניסן אלס רב, און דער צווייטער קאנדידאט רבי יוסף שטערן איז געווארן ראש בית דין. אין די צייטען פין ר' אלעזר ניסן האבן די כאהאנישע געבויט דעם "בית הכנסת הגדול" אין סיגוט. אויך אין זיינע צייטן האט מען אויפגעשטעלט די חברה קדישא.
זיינע קעגנערס די קאסובער חסידים האבן זיך אבער נישט געוואלט אונטערגעבן און האבן פארביטערט רבי אלעזר ניסן דאס לעבן אויף פארשידענע וועגן, און האבן אים בארעדט און פארשפרייט אויף אים פארשידענע שמועות. דער קאמף האט דערגרייכט זיין שפיץ ווען רבי אלעזר ניסן האט אוועק געשטעלט דעם שוחט פון קרעטשינאוו, וויבאלד ער האט נישט בודק געווען די סימנים נאך דער שחיטה. דער ר' משה שוחט איז געווען פון די קאסובער חסידים דערפאר האבן זיינע קעגנערס זיך אנגענומען פאר דעם שוחט, האט רבי אלעזר ניסן פארלאזט די שטאט סיגוט אין יאר ה'ת"ר און איז צוריק געפארן קיין אוהעל.
רבי אלעזר ניסן איז נפטר געווארן אין דראהביטש ערב יום כפור ט' תשרי ה'תרט"ו.
רבי יוסף שטערן
נאך דעם וואס רבי אלעזר ניסן האט פארלאזט די שטאט סיגוט אין יאר ה'ת"ר האט מעו אויף גענומען דעם ראש בית דין הרב יוסף שטערן אלס רב.
רבי יוסף האט אויך נישט געלעקט קיין האניג אלס רב, זיינע קעגנערס האבן אים פארביטערט דאס לעבן, מיט דער אויסרייד אז רבי יוסף איז נישט גענוג תלמיד חכם צו קענען דינען אזא שטאט ווי סיגוט. א קאמף האט אויסגעבראכן איבער א שאלה אין הלכה ווען א יידינע האט געזאלצן פלייש מיט פודער אנשטאטס זאלץ, רבי יוסף האט עס מתיר געווען און רבי יהודה מודרן - איינע פין די גאונים פין זיין דור - האט געהאלטן אז ס'איז אסור, ווען רבי יוסף האט געזען אז די גדולי ישראל האלטן נישט מיט אים, איז ער געווארן צובראכן ביי זיך.
רבי יוסף איז געבוירן געווארן אין דעם דארף סטרימטערא אין יאר ה'תקס"ג צו זיין פאטער רבי יצחק בן רבי מרדכי שטערן. ער האט געלערנט אין קאסוב ביי מנחם מענדיל האגער, דער "אהבת שלום", אינאיינעם מיט זיין זון חיים האגער, דער "תורת חיים".
רבי יוסף איז נפטר געווארן שושן פורים ט"ו אדר ה'תרי"ח, אין עלטער פון פינף און פופציג יאר.
רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים
י"ח תמוז ה'תרי"ח איז אויפגענומען געווארן הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער "ייטב לב", אלס רב פון סיגוט. (פון אים האט אנגעהאלטן דער סיגוטער רבנות ביי דער פאמיליע טייטלבוים זעקס און אכציג יאר ביז צו דעם חורבן אייראפע).
רבי זלמן לייב איז געווארן אויפגענומען אלס רב פין סיגוט דורך די השתדלות פון דער כהנא משפחה וואס זענען געווען חסידים פון די טייטלבוים משפחה נאך פין די צייטען פין רבי אלעזר ניסן אין פין זיין טאטע רבי משה טייטלבוים, ווי אויך אז רבי זלמן לייב איז געווען גרויס אין תורה אין חסידות. רבי זלמן לייב איז געווען א חכם אין א באליבטער כאראקטאר וואס האט פארשטאנען צום יעדן, אין מיט דער צייט איז רבי זלמן לייב געווארן שטארק אנגענומען אין באליבט ביי אלע קרייזן אין סיגוט, אויך די קאסובער אין ווישניצער חסידים זענען געווען זיינע אנהענגער. רבי זלמן לייב האט געעפנט א ישיבה פאר בחורים אין סיגוט וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע ישיבה אין אונגארן. (די ערשטע ישיבה אין סיגוט איז געווארן יארען פריער דורך רבי יהודה מודרן). אין זיינע צייטן איז די שטאט סיגוט זיך ציוואקסען געווארן צו א מפורסמ'דיגער שטאט מיט תלמידי חכמים, חסידים, גבירים און עסקנים.
רבי זלמן לייב איז געבוירן אין אוהעל אין יאר ה'תקס"ח צו זיין פאטער רבי אלעזר ניסן טייטלבוים. אין יאר ה'תקצ"ג האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין סטראפקאוו, נאך זיין זיידן'ס פטירה אין יאר ה'תר"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין אוהעל. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט רבי זלמן לייב פיר באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען א) ער זאל נישט דאווענען מוסף פאר דעם עמוד, ב) ער זאל נישט טיילן קיין קמיעות נישט אומזיסט און נישט פאר געלט, ג) ער זאל נישט נעמען קוויטלעך, ד) ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן זיך קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט ערב ראש השנה ה'תר"ז, און איז אויפגענומען געווארן רב אין גארליץ. פרשת חוקת אין יאר ה'תרט"ז איז רבי זלמן לייב געווארן רב אין דראהביטש. אין תרי"ח איז ער געקומען דינען אלס רב אין סיגוט.
רבי זלמן לייב איז נפטר געווארן ו' אלול ה'תרמ"ג, ער האט איבערגעלאזט פיר זון און דריי טעכטער אלע באקאנטע רבי'ס און רבנים.
רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים
נאך רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"ג, האט מען אויפגענומען זיין זון רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים דער "קדושת יום טוב", אלס ממלא מקום פון פאטער. רבי ליפא'לי האט פארברייטערט די סיגוטער חסידות אין תורהדיגע אקטיוויטעטן פון שטאט. אין זיין ישיבה איז צו געקומען אסאך פרישע תלמידים, און זיין רביסטעווע איז געווארן זייער פארצווייגט. אין דער ארטאדאקסישע געמיינדע איז רבי ליפא'לי געווען פון די הויפט רעדנערס.
רבי ליפא'לי איז געבוירן דעם ערשטן טאג שבועות ו' סיון ה'תקצ"ו אין סטראפקאוו, אין יאר ה'תרכ"ד איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין טעטש.
רבי ליפא'לי איז נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרס"ד, ער האט איבערגעלאזט צוויי זין און דריי טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
רבי חיים צבי טייטלבוים
נאך רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים'ס פטירה אין יאר ה'תרס"ד, האט מען אויפגענומען זיין זון רבי חיים צבי טייטלבוים דער "עצי חיים", אלס ממלא מקום פון פאטער, רב אין סיגוט. רבי חיים צבי איז געווען באקאנט - אויסער פון זיין גרויסקייט אין תורה - ווי אן קלוגער און פארשטענדליכער מענטש.
רבי חיים צבי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם אין טעטש, ער איז געווען אן איידעם פון רבי שלום אליעזר האלבערשטאם דער ראצפערטער רב, און איז געפארן קיין שינאווא, צו זיין פעטער דער גארליצער רב און צו דעם מיטלער בעלזער רב.
רבי חיים צבי איז נפטר געווארן פלוצלינג אין קליינווארדיין ו' שבט ה'תרפ"ו, ער האט איבערגעלאזט זון און טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד
ווען רבי חיים צבי טייטלבוים איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרפ"ו איז זיין זון יקותיאל יהודה טייטלבוים אלט געווען קוים פערצן יאר, דאך האבן די קהלה-לייט באשלאסן אים אויפצונעמען אלס רב.
רבי זלמן לייב איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ב, בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער דער סאטמארער רב, אבער זיין ווייב איז נפטר געווארן קורץ נאך די חתונה. בזיווג שני איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער רבי משולם זושא יצחק האלבערשטאם פון ראצפערט.
רבי זלמן לייב איז אומגעקומען אין אוישוויץ אויף קידוש השם כ"ה אייר ה'תש"ד הי"ד.
רעפערענצן
- ספר מארמארוש
- ↑ 2002 צענזוס דאטן
- ↑ Atlas and Gazetteer of Historic Hungary 1914, Talma Kiadó ISBN 963-85683-4-8
- ↑ מקור: וויוויאן קאהן און ספר סיגוט
- ↑ החתם סופר אין זיין בריוו צי איינע פין די רבנים נאנט צי סיגוט שרייבט ער זאל זיך גיין פארהערן צי "ידיד נפשי הרב הגאון הגדול המפורסם מו"ה רבי יהודה כהנא אב"ד דגליל מרמרוש" (קובץ תשובות חת"ס, ירושלים תשל"ג, ס' פד)
מאראמאראשער דיסטריקט, רומעניע | ||
---|---|---|
שטעט | ||
שטעטלעך | בארשע · דראַגאמירעשט · אויבער ווישעווע · מאדיאר-לאפאש · סייני … | |
דערפער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!