שלשלת הקבלה
שלשלת הקבלה איז א תורה'דיגע טערמין וואס באציט זיך צו די חכמים וועלכע האבן מקבל געווען און איבערגעגעבן די תורה שבעל פה פון דור צו דור.
דער טערמין באציט זיך געווענליך צו די דורות צווישן משה רבינו און דער אמורא רב אשי, דער חותם פון תלמוד בבלי. נאך דעם דור, ווען עס איז שוין נישט געווען איין צענטראלע אויטאריטעט איבער כלל ישראל, האט זיך עטוואס געטוישט דער סדר פון איבערגעבן די מסורות פון דור צו דור.
הינטערגרונט
די תורה שבעל פה
לויט די מסורה, טיילט זיך די תורה אין צוויי חלקים: די תורה שבכתב און די תורה שבעל פה. חוץ פון די "תורה שבכתב", דער טעקסט פון די חמשה חומשי תורה וואס איז געגעבן געווארן אפגעשריבן, זענען אויך איבערגעגעבן געווארן ערקלערונגען אויף די פסוקים וועלכע זענען נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הלכות און אנדערע דעטאלן וועלכע שטייען נישט ארויס אין די פסוקים אבער פעלן אויס זיי ריכטיג צו אפלערנען און אויספירן, און אפילו הלכות וועלכע זענען נישט געבינדן צו די פסוקים נאר זיי שטייען פאר זיך אלס הלכה למשה מסיני. השי"ת האט דאס אלעס אויסגעלערנט פאר משה רבינו ביים מעמד הר סיני, און ער האט זיי ווייטער איבערגעגעבן מונדליך פאר די קומענדיגע דורות אלס "תורה שבעל פה".
די ראשי הקבלה
אין די משנה (אבות א, א) ווערט געשילדערט אין קורצן דער סדר וויאזוי די תורה שבעל פה איז אריבערגעגאנגען פון דור צו דור: ”משה קיבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע, ויהושע לזקנים, וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה”. לויט ווי ערקלערט און פארברייטערט דורך די ראשונים, אין שפיץ פון דער רמב"ם, איז אין יעדן דור איבערגעגעבן געווארן די מסורות פון די תורה שבעל פה פאר איין אדער געציילטע מענטשן, פון די "ראשי חכמי ישראל" אין דור. יעדער אזא פירער, גערופן דער "ראש הקבלה", האט געהאט מיט זיך אנדערע חכמים אין זיין בית דין, ווי אויך נאך "אלפים ורבבות" תלמידים וועלכע האבן פון אים געלערנט. דער ראש הקבלה האט געהאט די אויפגאבע איבערצוגעבן די גאנצע תורה ווייטער צום קומענדיגן דור.
אין די ערשטע דורות זענען די ראשי הקבלה בעיקר געווען נביאים און שופטים, און שפעטער נשיאים און אבות בית דין, די גרעסטע תנאים און די אמוראים וועלכע האבן געדינט אלס ראשי ישיבות אין די בארימטע ישיבות אין זייער צייט, ווי סורא און פומבדיתא.
ליסטעס פון די ראשי הקבלה
די גאונים און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור משנה תורה, וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן.
די פארשידענע תקופות אינעם קייט
דורכאויס די דורות האבן די חכמים זיך אפגעשריבן פריוואט מסורות וואס זיי האבן מקבל געווען און הלכות וואס זיי האבן מחדש געווען, אבער זיי האבן עס נישט אפגעשריבן און פארעפנטליכט אלס ספרים, וויבאלד עס איז געווען אן איסור אפצושרייבן די תורה שבעל פה.
רבי יהודה הנשיא האט מסדר די משניות, דער ערשטער חיבור אויף די יסודות פון גאנץ תורה שבעל פה. במשך פון תקופת התנאים זענען אויך פארפאסט געווארן חיבורים דורך רבי עקיבא (מכילתא דרשב"י) און דורך רבי ישמעאל (מכילתא). די תלמידים פון רבי יהודה הנשיא האבן אויך צוזאמענגענומען די הלכות און מסורות פון תורה שבעל פה, ווי רבי חייא און רבי אושעיא (תוספתא) און בר קפרא (ברייתא).
די פלפולים און דיסקוסיעס באזירט אויף די משניות, און די פרישע ספיקות און הלכות וועלכע זענען צוגעקומען, זענען געווארן אפגעשריבן אין די מאנומענטאלע ווערק פארפאסט דורך די אמוראים, תלמוד ירושלמי און דערנאך תלמוד בבלי.
ווען עס האט זיך געענדיגט די ארבעט אויפ'ן תלמוד בבלי, האט זיך מיט דעם געשלאסן די תקופה ווען אלע אידן זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער איין צענטראלע תורה-אויטאריטעט, ווייל נאך חתימת התלמוד זענען אידן געווארן אויסגעשפרייט איבער דער וועלט און עס איז שוין נישט געווען קיין "ראש הקבלה" אין שפיץ פון אלע וואס לערנען תורה. די מנהגים און תקנות וועלכע ווערן באנייט אין שפעטערע דורות האבן אלזא שוין נישט דעם זעלבן שטאנד ווי די וועלכע זענען אויפגעקומען דורכאויס די צייטן פונעם שלשלת הקבלה; איין בית דין קען נישט צווינגען א צווייטן בית דין אנצונעמען זייערע רייד, נאר אויף יעדן ארט פירט מען זיך לויט ווי עס לערנט דער בית דין אויף זייער ארט.
ליסטע פון די ראשי הקבלה
פון קבלת התורה ביז שיבת ציון
ראש הקבלה | לויט די ליסטע פון רמב"ם[1] | לויט די ליסטע פון רבי מנחם המאירי[2] | לויט די ליסטע פון רבי יצחק אברבנאל[3] | לויט די ליסטע פון סדר תנאים ואמוראים[4] | לויט די ליסטע פון רבי יעקב בן שמשון[5] |
---|---|---|---|---|---|
משה רבינו | 1 | 1 | 1 | 1 | 1 |
יהושע בן נון | 2 | 2 | 2 | 2 | 2 |
זקנים | 3 (מיט פינחס)[6] | 3 (רעכנט אריין פון עתניאל בן קנז ביז עלי[7]) | נישט גערעכנט[8] | 3 | 3 |
פינחס | 3 (מיט די זקנים)[9] | – | נישט גערעכנט | 13 | 12 |
עתניאל בן קנז | נישט גערעכנט[10] | 3 (אין כלל פון די זקנים) | 3 | 4 | 4 |
אהוד בן גרא | נישט גערעכנט | – | 4 | 5 | 5 |
שמגר בן ענת | נישט גערעכנט | – | נישט גערעכנט | 6 | 6 |
דבורה הנביאה | נישט גערעכנט | – | 5 (מיט ברק בן אבינועם) | 7 | נישט גערעכנט |
ברק בן אבינעם | נישט גערעכנט | – | 5 (מיט דבורה) | 8 | 7 |
גדעון בן יואש | נישט גערעכנט | – | 6 | 9 | 8 |
אבימלך בן גדעון | נישט גערעכנט | – | נישט גערעכנט | 10 | 9 |
תולע בן פואה | נישט גערעכנט | – | 7 | 11 | 10 |
יאיר הגלעדי | נישט גערעכנט | – | 8 | 12 | 11 |
יפתח הגלעדי | נישט גערעכנט | – | 9 | 14 | 13 |
אבצן | נישט גערעכנט | – | 10 | 15 | 14 |
אילון הזבולוני | נישט גערעכנט | – | 11 | 16 | 15 |
עבדון בן הלל | נישט גערעכנט | – | 12 | 17 | 16 |
מנוח | נישט גערעכנט | – | נישט גערעכנט | 18 | 17 |
שמשון | נישט גערעכנט | – | 13 | 19 | 18 |
אלקנה | נישט גערעכנט | – | נישט גערעכנט | 20 | נישט גערעכנט |
עלי הכהן | 4 | 3 (אין כלל פון די זקנים) | 14 | 21 | 19 |
שמואל | 5 | 4 | 15 | 22 | 20 |
נתן הנביא | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 16 (מיט גד החוזה און דוד המלך) | 23 | נישט גערעכנט |
גד החוזה | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 16 (מיט נתן הנביא און דוד המלך) | 24 | 21 |
דוד המלך | 6 | 5 | 16 (מיט גד החוזה און נתן הנביא) | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
שלמה המלך | נישט גערעכנט[א] | 6 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
שמעיה | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | (פון בית דין פון אחיה השילוני) | 25 | 22 |
עדו הנביא | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | (פון בית דין פון אחיה השילוני) | 26 | 23 |
אחיה השילוני | 7[ב] | 7 | 17 | 27 | 24 |
יהוא בן חנני | נישט גערעכנט | 8 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
אליהו הנביא | 8 | 9 (מיט מיכיהו און עובדיה) | 18 | 28 | 25 |
מיכיהו בן ימלה | נישט גערעכנט[ג] | 9 (מיט אליהו און עובדיה) | (פון דור פון אליהו) | 30 | 27 |
עובדיה | נישט גערעכנט[ג] | 9 (מיט אליהו און מיכיהו) | (פון דור פון אליהו) | 31 | 28 |
אלישע | 9 | 10 | 19 | 29 | 26 |
יונה הנביא | נישט גערעכנט[ג] | נישט גערעכנט | (פון בית דין פון אלישע) | 32 | 29 |
אליעזר בן דודוהו | נישט גערעכנט[ג] | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 33 | נישט גערעכנט |
יהוידע הכהן | 10 | 11 | (פון דור פון אליהו) | 34 | נישט גערעכנט |
זכריה בן יהוידע | 11 | 12 | (פון בית דין פון אלישע) | 35 | נישט גערעכנט |
הושע בן בארי | 12 | 13 | 20 | 36 | נישט גערעכנט |
עמוס | 13 | 14 | 21 | 37 | נישט גערעכנט |
ישעיהו | 14 | 15 | 22 | 38 | נישט גערעכנט |
מיכה | 15 | 16 | 23 | 39 | 30 |
יואל הנביא | 16 | 17 | 24 | 40 | 31 |
נחום | 17 | 18 | (פון בית דין פון יואל) | 41 | 32 |
חבקוק | 18 | 19 | (פון בית דין פון יואל) | 42 | 33 |
צפניה הנביא | 19 | 20 | (פון בית דין פון ירמיהו) | 43 | 34 |
ירמיהו | 20 | 21 | 25 | 44 | 35 |
יחזקאל | נישט גערעכנט[ג] | 23 | 26 | 45 | 36 |
חולדה הנביאה | נישט גערעכנט[ג] | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 46 | 37 |
ברוך בן נריה | 21 | 22 | (פון בית דין פון יחזקאל) | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
פון שיבת ציון ביז נאך די משנה
ראש הקבלה | לויט די ליסטע פון רמב"ם[1] | לויט די ליסטע פון רבי מנחם המאירי[2] | לויט די ליסטע פון רבי יצחק אברבנאל[3] | לויט די ליסטע פון סדר תנאים ואמוראים[4] |
---|---|---|---|---|
חגי | (פון בית דין פון עזרא)[12] | (פון די חברים פון עזרא) | 27 (פון די גרויסע פון די כנסת הגדולה)[13] | 47 |
זכריה הנביא | (פון בית דין פון עזרא)[12] | (פון די חברים פון עזרא) | 27 (פון די גרויסע פון די כנסת הגדולה)[13] | 48 |
עזרא הסופר | 22 | 24 | 27 (פון די גרויסע פון די כנסת הגדולה)[13] | 49 |
אנשי כנסת הגדולה | (זיי זענען דער בית דין פון עזרא)[12] | (אין די צייטן פון עזרא און שמעון הצדיק) | 27[13] | 50 |
שמעון הצדיק | 23 | 25 | 27 (משיירי כנסת הגדולה)[13] | 51 |
אנטיגנוס איש סוכו | 24 | 26 | 28 | 52 |
יוסי בן יועזר און יוסי בן יוחנן | 25 | 27 | 29 | 53 |
יהושע בן פרחיה און נתאי הארבלי | 26 | 28 | 30 | 54 |
יהודה בן טבאי און שמעון בן שטח | 27 | 29 | 31 | 55 |
שמעיה און אבטליון | 28 | 30 | 32 | 56 |
הלל און שמאי | 29 | 31 | 33 | 57 |
רבן שמעון בן הלל | 30 | 32 | 34 | 58 |
רבן גמליאל הזקן[14] | 31 | 33 | 35 | 59 |
רבן שמעון בן גמליאל הזקן[15] | 32 | 34 | 36 | 60 |
רבן יוחנן בן זכאי | 30 (מיט רבן שמעון בן הלל) | 34 (מיט רבן שמעון בן גמליאל הזקן) | 37 | נישט גערעכנט |
רבן גמליאל פון יבנה[16] | 33 | 35 | 38 | 61 |
רבן שמעון בן גמליאל[17] | 34 | 36 | 39 | 62 |
רבי יהודה הנשיא[18] | 35[19] | 37 | 40 | 63 |
תקופת האמוראים
- 36. רב, שמואל און רבי יוחנן
- 37. רב הונא און רב יהודה
- 38. רבה און רב יוסף
- 39. אביי און רבא
- 40. רב אשי און רבינא
אנדערע קבלה קייטן
אין טייל מקורות ווערט אויסגערעכנט דער שלשלת הקבלה אויך אין די דורות נאך חתימת התלמוד, אין די תקופה פון די גאונים, און וויאזוי די תורה האט זיך דערנאך פארשפרייט אין אייראפע דורכאויס די צייטן פון די ראשונים[20].
דער באגריף פון א שלשלת הקבלה ווערט אויך דערמאנט בנוגע צו א קייט פון יחידים אין יעדן דור וועלכע האבן איבערגעגעבן רמזים און סתרי תורה, צומאל אין פאראלעל צום שלשלת וועלכע האט איבערגעגעבן דעם תורה שבעל פה אין הלכה. אין אריינפיר צו ספר תאגי (עב'), איבער אותיות וועלכע דארפן געשריבן ווערן אין ספר תורה אנדערש ווי געווענליך, שטייט אז דאס האט עלי הכהן נאכגעשריבן פון די שטיינער וועלכע יהושע בן נון האט אויפגעשטעלט אין גלגל, און עלי האט עס איבערגעגעבן פאר שמואל, וועלכער האט עס איבערגעגעבן צו פלטי בן ליש, צו אחיתופל, צו אחיה השילוני, צו אליהו הנביא, צו אלישע, צו יהוידע הכהן, צו די נביאים, ביז עס איז אנגעקומען צו יחזקאל וועלכער האט עס געברענגט צו בבל, פון וואו עזרא האט עס ארויפגעברענגט קיין ירושלים, פון דארט איז עס אנגעקומען צו מנחם, צו רבי נחוניא בן הקנה, צו רבי אלעזר בן ערך, צו רבי יהושע, צו רבי עקיבא, צו רבי יהודה, צו רבי מיאשא, צו נחום הלבלר, צו רבי יהודה הנשיא. אין ספר רזיאל המלאך הייבט זיך דער שלשלת אן נאך פריער: פון אדם הראשון, צו שת, צו חנוך, צו נח, צו שם, צו אברהם אבינו, צו יצחק אבינו, צו יעקב אבינו, צו לוי, צו משה רבינו, צו אהרן הכהן, צו פינחס.
אין די שפעטערע דורות, שילדערט רבי אלעזר רוקח ווי ער האט געצויגן זיינע קבלות פון די חסידי אשכנז, דור נאך דור, ביז צו רבי אבו אהרן בן שמואל הנשיא וועלכער איז געקומען פון בבל אין די צייטן פון די גאונים[21]. אויף א צווייטן ארט דערמאנט ער אז די "טעמי תפלות" האבן זיי מקבל געווען דור פון דור ביז צו שמעון הפקולי[22].
צו ליינען מער
- רבי חיים קאניעווסקי, בשער המלך, תל אביב תש"כ, אויף היברובוקס
- אלקנה אליאסי, דור דור ודורשיו - א און ב, תל אביב תשס"ח, אויף אוצר החכמה
- אריה גליבערסאן, ספר המסורה, קרית ספר תש"פ, אויף אוצר החכמה
- הרב נחום אליעזר ראבינאוויטש, פירוש יד פשוטה על הקדמת הרמב"ם, ירושלים תשנ"ז, אויף אוצר החכמה
נאטיצן
- ↑ נאר די נביאים ווערן גערעכנט צווישן די ראשי הקבלה אין די תקופה, און שלמה המלך איז נישט געווען קיין נביא. אדער, לויט די שיטה אז ער איז געווען א נביא, וויבאלד ער איז געווען 12 יאר ווען דוד איז נפטר געווארן האט ער נישט פארנומען זיין ארט אלס ראש הקבלה[11].
- ↑ לויט'ן רמב"ם איז אחיה השילוני געווען פון די יוצאי מצרים, זייענדיג קליין אין די צייטן פון משה, און פארט ווערט ער גערעכנט ווי א "תלמיד" פון דוד המלך. דער ראב"ד קריגט דערויף, מיט די טענה אז וויבאלד אחיה השילוני איז געווען מיט הונדערטער יארן עלטער ווי דוד איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט פון אים מקבל געווען. דער כסף משנה ענטפערט אז דער עלטער מאכט נישט אויס, און וויבאלד דוד איז געווען דער "ראש הקבלה" אין זיין דור, און אחיה השילוני איז געזעסן אין בית דין פון דוד, קען מען אים באצייכענען אלס דער "ראש המקבלים" פון דוד, און דער "ראש הקבלה" וועלכער האט איבערגעגעבן די תורה שבעל-פה פאר'ן קומענדיגן דור. אין עבודת המלך שטייט נאך א הסבר, אז לויט'ן רמב"ם איז די קבלה איבערגעגעבן געווארן פון דור צו דור נאר דורך א בית דין. דערפאר, כאטש אחיה השילוני איז געווען גרעסער פון דוד און נאך מקבל געווען די תורה פון די נביאים און זקנים בעפאר דוד, איז ער נישט געווען פאררעכנט אין די שלשלת הקבלה ביז ווען ער האט מקבל געווען פון דוד און זיין בית דין.
- ↑ 3.0 3.1 3.2 3.3 3.4 3.5 דער רמב"ם האט זיי נישט גערעכנט, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין בית דין[11].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 הקדמת משנה תורה להרמב"ם, און אזוי נעמט אן דער ספר יוחסין מאמר ראשון
- ↑ 2.0 2.1 בית הבחירה, פתיחה למסכת אבות
- ↑ 3.0 3.1 נחלת אבות, הקדמה
- ↑ 4.0 4.1 סדר תנאים ואמוראים, רבי שמחה מויטרי, מחזור ויטרי, סוף סימן תכ"ד
- ↑ אין זיין פירוש אויף אבות א, אאבות א, א, אויך געברענגט אין מחזור ויטרי, אנהייב סימן תכ"ד
- ↑ לויט ספר יוחסין, איז כלב בן יפונה געווען דער עיקר צווישן די זקנים
- ↑ לויט'ן מאירי, איז אונז אומבאקאנט דער צאל פון די זקנים און ווער זיי זענען געווען, מען ווייסט נאר אז עתניאל בן קנז איז געווען פון די ערשטע און עלי הכהן פון די לעצטע זקנים
- ↑ לויט רבי יצחק אברבנאל, זענען די "זקנים" די צוועלף שופטים פון עתניאל בן קנז ביז עלי הכהן, וואס זיי זענען געווען די ראשי הקבלה יעדער אין זיין דור
- ↑ פינחס האט געלערנט די תורה אויך דירעקט פון משה רבינו, אבער ער איז געווען דער ראש הקבלה נאר נאך די פטירה פון יהושע בן נון, און ער איז געווען דער ראש בית דין דורכאויס די תקופת השופטים (רבי מנחם קראקאווסקי, עבודת המלך, הקדמת הרמב"ם)
- ↑ לויט ספר יוחסין, איז עתניאל בן קנז געווען אין כלל פון די זקנים
- ↑ 11.0 11.1 רבי מנחם קראקאווסקי, עבודת המלך, הקדמת הרמב"ם
- ↑ 12.0 12.1 12.2 לויט'ן רמב"ם, איז צווישן די אנשי כנסת הגדולה געווען חגי, זכריה, מלאכי, דניאל, חנניה מישאל ועזריה, נחמיה, מרדכי און זרובבל בן שאלתיאל, און זיי אלע ווערן פאררעכנט פון בית דין פון עזרא הסופר.
- ↑ 13.0 13.1 13.2 13.3 13.4 לויט רבי יצחק אברבנאל, זענען די גרויסע פון די כנסת הגדולה געווען חגי, זכריה, מלאכי, זרובבל בן שאלתיאל, מרדכי, עזרא הסופר, ישוע בן יהוצדק, שריה, רעליה, רחום בענה און נחמיה. אלע אנשי כנסת הגדולה ווערן גערעכנט אינאיינעם, אריינגערעכנט שמעון הצדיק וואס איז געווען דער לעצטער פון זיי.
- ↑ א זון פון רבן שמעון בן הלל
- ↑ ווערט צומאל אויך אנגערופן "רבן שמעון בן גמליאל הנהרג", זייענדיג פון די עשרה הרוגי מלכות
- ↑ א זון פון רשב"ג הזקן
- ↑ א זון פון רבן גמליאל פון יבנה
- ↑ א זון פון רבן שמעון בן גמליאל
- ↑ דער רמב"ם באצייכנט, אז רבי יהודה הנשיא האט מקבל געווען תורה אויך פון רבי אלעזר בן שמוע און פון רבי שמעון, וואס זיי זענען געווען תלמידים פון רבי עקיבא און רבי ישמעאל, און רבי עקיבא האט מקבל געווען פון רבי אליעזר הגדול, וועלכער האט מקבל געווען פון רבן יוחנן בן זכאי, אויבן.
- ↑ רבי מנחם המאירי, בית הבחירה, פתיחה למסכת אבות; רבי גדליה אבן יחיא, ספר שלשלת הקבלה
- ↑ געברענגט דורך: רבי יוסף שלמה דלמדיגו, מצרף לחכמה, בסיליאה שפ"ט, עמוד י"ד
- ↑ געברענגט דורך: רבי יוסף שלמה דלמדיגו, מצרף לחכמה, בסיליאה שפ"ט, עמוד ט"ו