רוי:רדב"ז
געבורט |
1479 ה'רל"ט שפאניע |
---|---|
פטירה |
1573 (אלט: 94 בערך) כ"א חשון ה'של"ד צפת |
כינוי | רדב"ז |
מקום קבורה | אלטע בית עולם פון צפת |
טעטיגקייט אָרט | צפת |
רבי'ס | רבי יוסף סרגוסי, רבי יצחק שולאל |
תלמידים | רבי בצלאל אשכנזי, מהריק"ש |
רבי דוד בן שלמה אבן זמרא (רדב"ז; ה'רל"ט, 1479 – כ"א חשון ה'של"ד, 1573) איז געווען א פוסק, ראש ישיבה, אב בית דין און מנהיג פון אידן אין מצרים, און דערנאך א רב אין צפת. ער איז געווען פון די גרעסטע רבנים אין 16'טער יארהונדערט, און א וויכטיגער אויטאריטעט אין דער לומדישער וועלט.
ביאגראפיע
רבי דוד אבי זמרא אדער "בן זמרא" איז געבוירן געווארן אין שפאניע אין יאר 1479. פונקט אין יאר ווען ער איז געווארן בר מצוה איז פארגעקומען דער גרויסער גירוש פון שפאניע. רבי דוד צוזאמען מיט זיינע עלטערן האט פארלאזט שפאניע און האט זיך באזעצט אין צפת, דערנאך איז ער אוועק קיין פעס אין אפריקע און אין יאר 1512 האט ער זיך באזעצט אין עגיפטן. אין עגיפטן איז ער געווען רב א לאנגע צייט, ביז צום יאר 1569 ווען ער איז אלט געווארן ניינציג יאר. ער איז דעמאלט אוועק קיין ירושלים און דערנאך קיין צפת, וואו ער איז נפטר געווארן אין יאר 1589 (אין עלטער פון 110 יאר).
ספרים און תלמידים
די באדייטונג פון רדב"ז באשטייט קודם כל אין די פיל וויכטיגע ספרים וואס ער האט מחבר געווען, ווי "שאלות ותשובות רדב"ז", ווי אויך א פירוש אויף א סך טיילן פון רמב"ם מיטן נאמען "יקר תפארת". חוץ פון דעם האט ער געשריבן אנדערע הלכה-ספרים און אויך עטליכע ספרים אויף קבלה.
דער רדב"ז האט אויך אויפגעשטעלט גרויסע תלמידים וואס זענען דערנאך געווארן די פירער פון אידישן פאלק, ווי דעם גרינדער פון דער קבלה-שיטה אין צפת רבי יצחק לוריא (אר"י); רבי בצלאל אשכנזי דער פארפאסער פון שיטה מקובצת; אויך דער מחבר פון שולחן ערוך, רבי יוסף קארו, האט אים אפגעגעבן גרויס כבוד.
שטעלונגען
ביז די צייטן פון רדב"ז האבן די אידן אין מצרים געציילט זייער צייט-רעכנונג לויט דעם אלטן "מנין השטרות" פון גריכישן קעניג סעלעאוקוס אין סיריע. דער רדב"ז האט דאס אפגעשאפן און דארט איינגעפירט די ציילונג "לבריאת העולם", ווי עס איז חיינט אנגענומען די אידישע ציילונג.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: רדב"ז |
- מרדכי מרגליות (עורך כללי), "דוד ן' זמרא", אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל ב, תל אביב: י' צ'צ'יק, תש"ו, אויף היברובוקס
- דוד הלחמי, רבי דוד בן זמרא (הרדב"ז), ערכו בספר "חכמי ישראל", תל אביב תשי"ח
- רדב"ז, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- כללי הגמרא, ז'ובקבה (אוקראינה), שנת ה'תק"ט, מתוך מאגר הספרים הסרוקים של הספריה הלאומית – ישראל
- איבער זיינע כתבים
- מלילה הלנר, תורת הגלגול בספרי הקבלה של ר' דוד אבן זמרה(הקישור אינו פעיל), פורסם ב"פעמים" 43, ה'תש"ן
- כללי קיצור ספר הפליאה
- איבער זיין קבר
- באשרייבונג אין ערוץ 7 איבער אידענטיפיקאציע פון קבר הרדב"ז דורך ד"ר ניסן שריפי
- באשרייבונג אין "חדש בגליל"
תקופת חייו של הרב רדב"ז על ציר הזמן |
---|
|
אחרונים | |||||
---|---|---|---|---|---|
חכמי יהדות אשכנז |
| ||||
חכמי יהדות ארצות האסלאם ומגורשי ספרד | רבי יוסף קורקוס • רבי שמואל די מדינה (מהרשד"ם) • רבי אברהם די בוטון (בעל "לחם משנה") • רבי יהודה רוזאניס (בעל "משנה למלך") • רבי חיים בנבנישתי (בעל "כנסת הגדולה") • רבי אפרים נבון (המחנה אפרים) • רבי שלום שרעבי (הרש"ש) • רבי יחיא צאלח (מהרי"ץ) • רבי חיים יוסף דוד אזולאי (החיד"א) • רבי מרדכי כרמי ה"מאמר מרדכי" • רבי יום-טוב אלגאזי (המהרי"ט אלגאזי) • רבי חיים פלאג'י • רבי עבדאללה סומך • רבי יוסף חיים מבגדאד (ה"בן איש חי") | ||||
חכמי ארץ ישראל | רבי דוד בן זמרא (הרדב"ז) • רבי לוי בן חביב (המהרלב"ח) • רבי בצלאל אשכנזי (ה"שיטה מקובצת") • רבי יוסף קארו • רבי משה מטראני (המבי"ט) • רבי יוסף מטראני (המהרי"ט) • רבי לוי בן חביב (המהרלב"ח) |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!