רוי:רבי שמואל אליעזר הלוי איידלס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל אליעזר הלוי איידל'ס ( ה'שט"ו - ה' כסלו ה'שצ"ב), פון די גרויסע מפרשים אויף ש"ס בבלי צווישן די אחרונים. ער און זיין פירוש אויף גמרא, רש"י, תוספות זענען באקאנט מיט די ראשי תיבות מהרש"א.

יונגע יארן

דער מהרש"א איז געבוירן אין קאזימיערזש לעבן קראקע צו זיין פאטער רבי יהודה הלוי, א ברודער פון ר' שמואל פאטער פונעם ט"ז און אן אייניקל פון רבי עקיבא פון אלטאויוון, און צו זיין מוטער גיטל, א משפחה פונעם מהר"ל פון פראג.

אין די יוגנט איז ער אריבער קיין פויזן וואו ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי משה אשכנזי היילפרין.

ווילאנג זיין שוויגער איידל האט געלעבט האט זי איהם מפרנס געווען, דערפאר האט ער זיך גערופן אויף איהר נאמען.

אין ש"נ איז ער געווארן א חבר אין די ועד ארבע ארצות.

נאך איהר פטירה, אין יאהר שס"ה, האט ער געמוזט אננעמען א רבנות פאסטן זיך צו שפייזן. צוערשט איז געווען רב אין כעלם, דערנאך אין לובלין און צולעצט אין אוסטראה אין יאהר שפ"ה.

ער ליגט באגראבן דארט אין דער שטאט אוסטראה.

פאמיליע

זיין איידעם רבי משה וועלכער האט מסדר געווען די מהדורא בתרא אויף מהרש"א.

ספרים

  • זכרון דברים
  • חידושי הלכות ואגדות מהרש"א.

ער האט אויך פארפאסט צוויי פיוטים אויף סליחות.

חידושי הלכות ואגדות

מהרש"א איז א אויפן תלמוד וואס עס האט פארפאסט רבי שמואל אליעזר הלוי איידלס וועלכער ווערט אויך גערופן נאך זיין פירוש.

ס'איז אויך ערשינען א ספר חידושי מהרש"א על התורה אין פיורדא שנת תקכ"ד.

ער האט ארגינעל מחבר געווען צוויי חיבורים אויף ש"ס: חידושי הלכות און חידושי אגדות, די לעצטע איז נתחבר געווארן אויפן עין יעקב.

שפעהטער איז עס אריינגעשטעלט געווארן ביים סוף פון די גמרות נאך די חידושי הלכות, און דערנאך צוזאמען אויף איין בלאט ווען די חידושי אגדות - באצייכנט אלס ח"א - איז געדרוקט אין קלענערע אותיות.

אין די ווילנער ש"ס'ן איז עס געדרוקט העכערן מהרש"ל (חכמת שלמה) און מהר"ם.

מהדורא בתרא

ארויסגעגעבן דורך זיין אייידעם צוזאמען מיט זיינע אייגענע חידושים.

זיין מהלך

דער מהרש"א באציהט זיך געווענליך אויף די רייד פון תוספות, און צומאל אויף אויף גמרא רש"י.

ער איז געווען פון די ערשטע נגלה ספרים צו ברענגען אין זיין פירוש דברי קבלה, אזוי אויך איז ער געווען בקי אין די פילאזאפישע ספרים.

ער האט געהאלטן פון פלפול, אבער נישט פון שיטת החילוקים וואס איז דעמאלט געווארן פארשפרייט.

די מסכתות וואס דער מהרש"ל האט נישט אנגעיאגט מגיה צו זיין האט ער קארעגירט.

אפקלאנג

דער מהרש"א ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די יסודי המפורשים וועלכע מוז געלערנט ווערן צו פארשטיין די גמרא. בפרט ביי חסידים ווי ס'איז באקאנט אז דער בעש"ט האט גערעדט פון איהם זייער גרויס.

ס'איז באקאנט אז דער בעלזער רב האט געזאגט אז לערנען מהרש"א ח"א איז א סגולה צו יראת שמים.

דער חזון איש שרייבט אויך זייער גרויס איבער די חשיבות פון עס לערנען אלס עיקר טייל פון די לימודים.

פסקים

אין מסכת קידושין שרייבט ער אז אויך אויף א לעבעדיגן מענטש קען מען זאגן זכרונו לברכה.

ער שרייבט אז תרגום יונתן איז נישט נתחבר געווארן דורך יונתן בן עוזיאל.

פירושים

פארשידענע פירושים זענען פארפאסט געווארן במשך די דורות אויפן מהרש"א.

  • מהרש"א הארוך
  • נימוקי הגרי"ב
  • קרני ראם

דרויסנדיגע לינקס


דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!