רוי:רבי יעקב דוד ווילאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יעקב דוד ווילאווסקי (ל' שבט ה'תר"ה - א' תשרי ה'תרע"ד) איז געווען דער סלוצקער רב. ער איז געווען דער מחבר פון צוויי פירושים אויף תלמוד ירושלמי, רידב"ז און תוספות הרי"ד.

לעבנסגעשיכטע

יעקב דוד איז געבוירן אין קאברין ל' שבט תר"ה צו זיין פאטער, ר' זאב ווילאווסקי. ביי די 23 יאר איז ער באשטימט געווארן רב און אב"ד אין איזוואלין. נאכער איז ער אויפגענומען אלס רב אין באברויסק (תרל"ו), ווילנע (תרמ"א), פאלאצק (תרמ"ג), ווילקאמיר (תרמ"ז) און סלוצק (פון תר"ן ביז תר"ס).

אין תרס"ג האט מען אים דעמאלסט גערופן צו אמעריקע צו ווערן הויפט רב אין שיקאגא, אבער ווען ער איז אנגעקומען האט ער פארשטאנען אז קיין סאך וועט ער נישט קענען אויפטון דארט, און עטליכע חדשים שפעטער האט ער פארלאזט זיין אמט. אין תרס"ה איז ער געקומען קיין צפת וואו ער האט אויפגעשטעלט די ישיבה "תורת ארץ ישראל".

ירושלמי

רוב זיינע טעג האט ער עוסק געווען לערנען ירושלמי, א לימוד מיט וואס רוב לומדים האבן נישט קיין ידיעה. ער האט געהאט אן אויסערגעווענליך זכרון; אחוץ פון זיין א בקי אין בבלי, ירושלמי און פוסקים, האט ער געקענט עטליכע מסכתות בעל פה.

ער האט געשריבן צוויי פירושים אויף ירושלמי— רידב"ז, א לויפיקער פירוש אויפן סטיל פון רש"י, און תוספות הרי"ד (ענליך צו תוספות). געדרוקט צום ערשטן מאל אין פיעטרקאוו.

שמיטה

ער איז געווען שטארק טעטיג אין דעם ענין פון שמיטה. ער האט ארויסגעגעבן א "קונטרס השמיטה" קעגן דעם היתר מכירה.[1]

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!