רוי:רבי מאיר שמחה הכהן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מאיר שמחה הכהן
געבורט ה'תר"ג
טויט ד' אלול ה'תרפ"ו (אלט: 83 בערך)
טעטיקייט ארט דענענבורג

הרב מאיר שמחה הכהן פון דענענבורג (ה'תר"ג, 1843ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדיקע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם פאַר-חורבן דור. זיינע עיקר ספרים זענען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בוטרימאנץ, ווילנער געגנט, ליטא, צו רב שמשון קלונימוס הכהן און זיין ווייב אסנת. שוין יונגערהייט איז ער געווען אויסגעצייכנט ווי א גאון. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ביאליסטאק ביי זיין שווער. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און האט געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות.[1] די אור שמח ישיבה אין ארזי הבירה, ירושלים, ווערט גערופן אויף זיין נאמען.




רעפערענצן

  1. דוד הלחמי, חכמי ישראל, תל אביב, תשי"ח, עמ' שע"ט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!