רוי:רבי צבי הירש אייכנשטיין

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי הערשעלע זידיטשובער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי הירש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ג - י"א תמוז ה'תקצ"א), באקאנט אלס רבי הערשעלע זידיטשובער, איז געווען רבי אין זידיטשוב, דער מחבר פון עטרת צבי.

אפשטאם

רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ג, דער עלטסטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין (א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר). און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון רבי צבי.

רבנות

אויף רבי הערשעלע האט זיך שוין קליינערהייט אָנגעזען זיין שארפער מח און זיין געוואלדיגער בקיאות, ער איז געווען באקאנט אלס עילוי, און פלעגט לערנען יעדען טאג זיבען בלאט גמרא, און זיי איבער חזר'ן נאך זיבן מאל. ער האט געלערנט בחברותא מיט רבי יעקב משולם ארנשטיין, דער מחבר פון "ישועות יעקב".[1]

דורך די ווירקונג (השפעה) פון זיין ברודער רבי משה, איז רבי הערשעלע געפארן קיין לובלין, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם חוזה.

רבי הערשעלע האט געקוועלט אין קבלה און פלעגט שטענדיג לערנען דעם ספר הזוהר, חסידים האבן געזאגט אז זהר איז ראשי תיבות רבי הערשעלע זידיטשובער.

הסתלקות

רבי הערשעלע איז נפטר געווארן י"א תמוז ה'תקצ"א.

פאמיליע

רבי הערשעלע האט געהייראט מרת רחל פערל ( - כ"ג סיון ה'תק"צ) א טאכטער פון א קרעטשמער פון א דארף רודא נעבן זידיטשוב. זייערע קינדער:

בזיווג שני, די ווייב בזיווג שני פון רבי דוב בערטשע שפירא (ה'תק"ל (אומגעפער) - כ"ו אדר ה'תר"י), רב אין טלוסט, אן איינקל פון רבי פנחס'ל קאריצער.
בזיווג שלישי, די ווייב בזיווג שני פון רבי יוסף ראטענבערג ( - ה' אלול ה'תרי"ב), רב אין קוזובה. זייערע קינדער:

רבי הערשעלע'ס טעכטער רביצין שרה און רביצין חיה לאבין זענען געווען צווילינג שוועסטער. ווען עס איז געווען צייט צו חתונה האבן, האט זייער פאטער דערלאנגט א קוויטל פאר זיין רבי'ן, דער רבי פון לובלין. דער רבי פון לובלין האט אים דעמאלט געזאגט אזוי: "די ווייסע איז פאר ר' יוסל, און די טינקעלע גייט צו רבי משה פון סאמבור!". שרה (די טונקל־הויטיגע) האט געהייראט רבי יהודה צבי אייכנשטיין פון ראזדאל, וועלכער איז געווען דער זון פון רבי משה פון סאמבאר. איר שוועסטער חיה (די בלאס־הויטיגע) האָט חתונה געהאַט מיט ר’ הערצל לאַבין, וועלכער איז געווען דער זון פון רבי יאָסעלע לובלינער[2].


זיינע ספרים

  • סור מרע ועשה טוב
  • פרי קודש הלולים
  • בית ישראל
  • עטרת צבי
  • קונטרס השמות
  • צבי לצדיק

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבי אלחנן היילפרין, שיחתן של עבדי אבות, חלק ב', עמ' מ"ד
  2. עשר קדושות, זידיטשוב, §מ"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!