רוי:רבי שמואל שפירא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל שפירא זצ"ל (ה'תק"ע - ה'תר"כ) פון פרעמישלא.

אפשטאם

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תק"ע (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש.

רבנות

רבי שמואל איז געווען א תלמיד פון רבי שמעון יעראסלאווער, ער האט נישט געוואלט איבערנעמען דעם פאטערס רבנות.

הסתלקות

רבי שמואל איז נפטר געווארן ה'תר"כ (אומגעפער) .

פאמיליע

רבי שמואל האט געהייראט א טאכטער פון הרב יעקב נפתלי הערץ לאבין, אן איידעם פון עטרת צבי, זייערע קינדער:

  • הרב מאיר משולם שפירא (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תר"פ (אומגעפער) ), פון לאנצהוט. ער האט זיך פארנומען מיט'ן דרוקן זיין זיידנ'ס ספרים, און זיך דערווייטערט פון רבנות און אלע אנדערע עפנטליכע אקטיוויטעטן. זיין מחותן און שוועסטער-קינד דער בלאזשאווער רב, ביי וועמען ער פלעגט דאווענען ימים נוראים די שחריתים, האט אים אויסגעהאלטן.
  • מרת פערל, די ווייב פון הרב מאיר יהודה לייביש לאנגערמאן, רב אין טארקע.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!