רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים
הרב זיידא אליעזר זאב רוזנבוים ( בט"ו בניסן תש"י, 2 באפריל 1950- ב' אלול ה'תשפ"ה, 26 אויגוסט 2025) איז געווען דער רבי פון קרעטשניף-סיגעט.
לעבנ'ס היסטאריע
ער איז געבוירן אין קריית אתא בליל ט"ו בניסן תש"י[1] אלס דער צווייטער זון פון רבי צבי הירש ראזנבוים און שפרה. ער האט חתונה געהאט צו פרימט, א טאכטער פון האדמו"ר רבי יחזקאל שרגא מערץ פון וויליאמסבורג. ער האט געוואוינט אין ירושלים.
נאכדעם וואס זיין ווייב איז אוועק, אין כ"ח סיון תשנ"ח, האט ער חתנה געהאט א צווייטע מאל צו א טאכטער פון הרב אפרים פישל בראך, אב"ד מאדע. ער האט זיך דאן געצויגן קיין וויליאמסבורג, וואו ער האט געדינט אלס רב פון קהילת קרעטשניף-סיגעט.
ווען זיין טאטע איז אוועק, אום ט"ז אייר תשס"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער קרעטשניף-סיגעט רבי. אין יאר תשס"ט האט ער באנייט זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. בנוסף צו זיין קהילה אין אמעריקע האט ער אויך געעפנט א קהילה אין ארץ ישראל, מיט בתי מדרשים און ירושלים און בית שמש, אזוי אויך אין לאנדאן, און קרית יואל.
אין יאר תשע"ו האט ער זיך צוריקגעצויגן קיין ירושלים, און געעפנט א בית מדרש אין שכונת בית ישראל. אין יאר תשע"ח האט ער אוועקגעשטעלט אין ירושלים די מתיבתא להוראה בשם "נחלת צבי" על שם אביו.
הסתלקות
סוף חודש אב תשפ"ה, ערב שבת פרשת ראה, האט ער געליטן פון א סטראוק בשעת'ן דאווענען מנחה. ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז געלעגן אין א קריטישן צושטאנד פאר עטליכע טעג.
אויף דער הוראה פון הרב יעקב מאיר שעכטער האט מען אים צוגעלייגט דעם נאמען ברוך פאר א סגולה.
דריי טאג שפעטער, ב' אלול תשפ"ה, איז ער אוועק אין שערי צדק שפיטאל אין ירושלים, אין עלטער פון 75 יאר.
זיינע דברי תורתו ווערן געדריקט אין קונטרס "רזא דאמונה" (ר"ת רז"א - ז'יידא א'ליעזר ז'אב ר'וזנבוים).
זיין משפחה
זיין ברודער איז הרב ניסן ראזנבוים, דער קרעטשניף ירושלים רבי.
זיין שוועסטער איז די רביצין פון דעם ביאלא רבי פון בני ברק.
- זיין זון הרב נפתלי הערצקא יצחק, רב בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין בית שמש חתן הרב יהודה ניישלאס אב"ד סערדהאלי.
- זיין זון הרב יחזקאל שרגא, רב בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג.
- זיין זון הרב ניסן חיים מרדכי, משפיע בחסידות ברסלב.
- זיין זון הרב מאיר אריה לייב, חתן האדמו"ר משענדישוב.
- זיין זון הרב יואל זוסמאן, חתן רבי חיים ברוך לייפער, האדמו"ר מבישטינא פון קרית טאהש.
- זיין איידעם הרב דוד צבי קאהן, זון פון דעם תולדות אברהם יצחק רבי, רב בית המדרש תולדות אברהם יצחק בית שמש.
- זיין טאכטער חיה אסתר, חתנה געהאט צו רב אהרן קאהן, בן רבי דוד קאהן מתולדות אהרן, רב בית המדרש תולדות אהרן אין מאנסי.
- זיין איידעם הרב חיים אליהו יואל אילאוויטש, בן הרב יצחק יעקב אילאוויטש, רב קהילת יעמרינג אין וויליאמסבורג.
- זיין איידעם הרב חיים מאיר שנעבאלג, אב"ד סטרעליסק, בן רבי משה האדמו"ר מטשערנאוויץ, זון פון רבי מנחם מענדל שנעבאלג, ראב"ד מאנטשעסטער.
- זיין איידעם הרב משה שמואל הלוי ראטענברג, זון פון הרב יעקב ראטענבערג, רב קהילת סאלקא אין מאנסי.
מזיווגו השני
- זיין איידעם הרב אהרן טייטלבוים בן הרב משה טייטלבוים[2].
דרויסנדע לינקס
א באריכט אויף המחדש איבער דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד
זיין פטירה אויף JDN
א באריכט אין ענגליש אויף ישיבה ווארלד
הערות שוליים
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 64 (יידיש).
- ↑ בן הרב יוסף דוד טייטלבוים האדמו"ר מסאסוב, וחתן הרב אריה רוזנפלד האדמו"ר מפינסק קרלין.
| עץ משפחת ברוין |
|---|
| מוסטער:עץ משפחת ברוין |
קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול
קטגוריה:אדמו"רי קרטשניף
קטגוריה:ישראלים שנולדו ב-1950
קטגוריה:משפחת רוזנבוים
קטגוריה:ירושלים: אדמו"רים
קטגוריה:משפחת ברוין
קטגוריה:משפחת מערץ