שלום זכר
שלום זכר (אויך גערופן סעודת זכר, זכר) איז אַן אשכנזישער מנהג זיך צוזאמצוקומען און אפהאלטן א פייערונג שבת אויפדערנאכט נאכ'ן געבורט פון א אינגל וואו מען סערווירט לייכטע צובייס און מען וואונטשט זיך.
נאמען
די סעודה איז היינט באקאנט ווי א "שלום זכר". דאס, אזוי ווי "בן זכר"[1], איז א שפּעטערדיגע נאמען. דער עלטערער נאמען איז געווען "זכר", ווי מען זעט אין "מינקת רבקה" פון רבקה טיקטינער (–שס"ה)[2] און נאך פריערדיגע און שפּעטערדיגע מקורות[3]. אין פּוילן האט מען נאך ביזן קריג אויסגערופן אין שול: "דער בעל־ברית לאזט בעטן דעם עולם אויפן זכר"[4].
אביסל שפעטער ווערט אלץ אפטער בן־זכר און שלום־זכר. פון די תקנות פון "קהל יהודי פוילן" (תל"ב) ווייזט אויס אז פרייטיג־צו־נאכטס איז געווען א סעודה גערופן בן־זכר, און שבת אינדערפרי — א שלם־זכר[5]; ווידער א. דרויאנוב שרייבט, אז "בן־זכר" האט מען גערופן אין ליטע דעם סעודה פון שבת בייטאג[6]. אין שו"ת חוות יאיר (תמ"א) ווערט דער שלום-זכר אנגערופן "ליל שבת של בן זכר"[7].
מקור און טעם
אין גמרא[8] ווערט דערמאנט איבער א סעודה "בי שבוע הבן" (דאס הויז פון דער וואך פונעם זון) אדער "בי ישוע הבן" (דאס הויז פון דער ישועה פונעם זון). רש"י ערקלערט אז שבוע הבן איז די סעודת ברית און ישוע הבן איז די סעודה פון פדיון הבן; אבער תוספות ערקלערט אז ישוע הבן איז א סעודה וואס זיי האבן אפגעהאלטן אויף דעם וואס דער אינגל איז געראטעוועט געווארן ביים געבורט פון זיין מאמע'ס געדערים, לויט'ן פסוק: " וְהִמְלִיטָה זָכָר"[9]. דער תרומת הדשן לייגט צו אז מען האלט עס אפ אום שבת אויפדערנאכט, וויבאלד דאן געפינען זיך אלע אינדערהיים[10]. דער ערוך[11] ערקלערט אבער די שיטה פון תוספות אז עס איז געווארן אפגעהאלטן אין טאג פון אינגל'ס געבורט, צו איבערגעבן פאר'ן פאטער די גוטע בשורה[א].
תוספות ברענגט דער מנהג אלס זאך פון דער פארגאנגענהייט, וואס מען האט זיך געפירט בזמן התלמוד, פון וואס עס ווייזט אויס אז מען האט זיך נישט אזוי געפירט אין זיינער צייט. די ערשטע מקור נאכדעם איז פון די תקופת הראשונים, אין אורחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל, וואו ער שרייבט אז מען איז זיך צוזאמגעקומען שבת אויפדערנאכט "אנשים, נשים, וטף"[14].
דער מנהג ווערט געברענגט אין רמ"א, וועלכע פירט אויס אז דאס איז א סעודת מצוה[15].
נאך טעמים
אויסער די מקור פון "ישוע הבן" ווערן אנגעגעבן נאך טעמים פאר'ן סעודה, פארוואס מען האלט דאס אפ אום שבת, און אויפ'ן נאמען "שלום זכר".
- ווען א מענטש האט א אינגל רופט ער צונויף זיינע פיינט און פריינט און מאכט שלום מיט יעדן[14]. חז"ל זאגן[16]: "כיון שבא זכר בעולם בא שלום בעולם", דערפאר האלט מען אפ א "שלום זכר"[17]; און די געבורט פון א אינגל ברענגעט "שלום" צווישן מאן און ווייב, און שבת ווערט אנגערופן "שלום"[18].
- צו טרייסטן דאס קינד אויף דעם וואס ער האט פארגעסן די גאנצע תורה געלערנט איידער'ן געבורט, ווען די מלאך האט אים געקלאפט אויפ'ן מויל[19], ווי געברענגט אין חז"ל[20]. דערפאר הייסט די סעודה "זכר", א לשון פון זכרון - געדענקען, און מען האלט עס אפ שבת ווייל עס שטייט דערביי "זכור"[21], און וויבאלד אום שבת איז געגעבן געווארן די תורה[22].
- לויט'ן חז"ל[23] אז דאס קינד ווערט פארטיג און גרייט צום ברית מילה איבער שבת[24][ב].
- צו "דערמאנען" דאס קינד די שבועה וואס מען האט אים באשוואוירן איידער'ן געבורט[20]: "תהי צדיק ואל תהי רשע"[21].
- א סעודת מצוה לכבוד די בעפארשטייענדע ערשטע מצוה (ברית מילה) וואס דאס קינד גייט מקיים זיין[21].
- אן אויפנאמע פאר דאס קינד וועלכע איז ריין פון זונד, ווי דער שטייגער צו מקבל פנים זיין אום שבת א צדיק וואס קומט אין שטאט[25].
מנהגים
דער פרי מגדים שרייבט[26], אז אויב דאס קינד איז געבוירן שבת אויפדערנאכט זאל מען אפהאלטן דעם סעודה די ערשטע שבת, אבער אנדערע פירן זיך יא צו מאכן די צווייטע שבת[25]. מען פראוועט די זכר די שבת נאכ'ן געבורט, אויך אין פאל מען ווייסט אז די ברית וועט נישט פארקומען אין צייט[27].
דער דרישה ברענגט א מנהג זיך צו ווידער צוזאמענעמען ביים יולדת אויך שבת אינדערפרי[24]. אזוי ברענגט אויך דער ערוך השולחן[28], און אזוי איז פארצייכנט דער מנהג אין די נאטיצן פון יעקב ליפשיץ (העב')[29], וועלכע שרייבן אז מען האט עס איינגעצוימט צוליב די מיה און טירחא פונעם בעל ברית און די פינאנציעלע ארעמקייט.
מען רופט אויס אין בית המדרש אז דער-און-דער מאכט א שלום זכר, אבער מען לאדענט נישט דירעקט איין, וויבאלד עס איז א סעודת מצוה צו וועלכן מען דארף קומען אויב געלאדענט[30]. מען סערווירט לייכטע צובייס און געטראנקען, ווי פירות[28], בונדלעך, ניס, און ביר[29]. עס איז א מנהג צו עסן ארבעס (דערפאר צומאל גערופן "זכר בונדלעך") און לינזן צוליב פארשידענע טעמים: וויבאלד דאס איז א "מאכל אבלים"[31], און מען קומט טרייסטן דאס קינד[32], און גלייכצייטיג ווייזט עס אויך אויף שמחה[33]. טייל געבן אן דעם טעם וויבאלד "ארבעס" איז פון לשון הפסוק " וְהַרְבָּה 'אַרְבֶּה' אֶת זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם" (בראשית כב, יז)[34]. אויך ווערט אנגעוויזן אז ניס ווייזט אויף מילה[27.1].
טייל שרייבן אז מען האלט נאר אפ א שלום זכור אין אנוועזנהייט פון דאס קינד[35], אבער פילע פירן זיך עס אפצוהאלטן אין בית מדרש אד"ג[36]. טייל פירן זיך צו ליינען קריאת שמע ביי א שלום זכר[37].
זעט אויך
דרויסנדיגע לינקס
- Yehuda Shurpin, Why Chickpeas & Beer at a Shalom Zachar?, lubavitchhouse.com
ביאורים
- ↑ רבי יחזקאל לאנדא פרעגט[12] אויף די שיטה פונעם תרומת הדשן, אז לויט אים וואלט מען אויך געדארפט אפהאלטן א סעודה פאר די געבורט פון א מיידל, און דערפאר ערקלערט ער די שיטה פון תוספות אז עס איז די סעודה א נאכט פאר'ן ברית[13].
- ↑ זעט עבודת ישראל פרשת אמור; דרך פקודיך, מצות מילה (ב), חלק המעשה כ"ו; און נאך, אז די ענין דערפון איז שבת אויפדערנאכט. אבער זעט אין דרך פקודיך, חלק המחשבה אות י"ב א מנהג און טעם עס צו אפהאלטן בייטאג.
רעפערענצן
- ↑ ר' יעקב לעווין, שו"ב, חותם קדש, קראקא, תרנ"ב, עמ' נג.
- ↑ מנקת רבקה, קראקא, שע"ח, שער חמישי.
- ↑ ווי אין די תקנות "סדר בגדים" פון פראנקפורט, תע"ה, סימן יוד (J, .J ,Schudt, Judische Mercktviirdigkeiten IV, 1718, C. III, p. 89); און אין די פּראגער בריוו (1911; Jüdische Privatbriefe aus dem Jahre 1619 ז' 41, שורה 2, אידישער טייל.
- ↑ יהודה אלזט, "ממנהגי ישראל", רשומות, א, תרפ"ה, ז' 364.
- ↑ ציונים: קובץ לזכרונו של י. נ. שמחוני ז"ל, בערלין, תרפ"ט, ז' 176, סימן ס"ט.
- ↑ רשומות א, ז' 343, הערה 1.
- ↑ שו"ת חות יאיר, סימן ע'
- ↑ בבא קמא פ, א. זעט אויך סנהדרין לב, ב.
- ↑ ישעיהו סו, ז.
- ↑ תרומת הדשן סימן רסט.
- ↑ ערך שבע.
- ↑ דגול מרבבה, סימן קע"ח.
- ↑ זעט מער פון הרב ישראל יעקב כהן, קובץ בית אהרן וישראל עה, מנהג עריכת "שלום זכר" ומקורותיו, שבט-אדר תשנ"ח.
- ↑ 14.0 14.1 רבי אהרן הכהן מלוניל, אורחות חיים, הלכות מילה.
- ↑ רמ"א, יורה דעה, רסה, סעיף יב בשם תרומת הדשן, א, רסט. אבער זעט חוות יאיר, סימן ע'.
- ↑ נדה לא, ב.
- ↑ אוצר כל מנהגי ישרון, סימן כז - יולדת.
- ↑ רבי יצחק ליפיץ, ספר מטעמים, ערך מילה.
- ↑ דרישה, יורה דעה, סימן רס"ד.
- ↑ 20.0 20.1 נדה ל, ב.
- ↑ 21.0 21.1 21.2 רבי יעקב עמדין, בירת מגדל עוז, ברכות שמיים, תעלת הברכה העליונה.
- ↑ מהרי"ד, פרשת תזריע; "דכולי עלמא בשבת ניתנה תורה" (שבת פו, ב).
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ז, פסקה י'.
- ↑ 24.0 24.1 דרישה, יורה דעה, סימן ש"ה.
- ↑ 25.0 25.1 רבי שבתי ליפשיץ, שרביט הזהב החדש - ברית אבות, קונטרס מפתח של חיה אות מ"ג.
- ↑ משבצות זהב, או"ח סי' תמ"ד סק"ט.
- ↑ ברית יצחק, ליל שמיני קודם המילה., תרכ"ה.
- ↑ דארט, לויט שיר השירים רבה, פרשה ו', פסקה י"א.
- ↑ 28.0 28.1 סי' רס"ה סל"ז.
- ↑ 29.0 29.1 יעקב ליפשיץ, זכרון יעקב, פרק כב. חיי היהודים, 1924.
- ↑ יעקב הגוזר, זכרון ברית לראשונים, חלק המילואים סי' א.
- ↑ בבא בתרא טז, ב.
- ↑ אבן ישראל חלק ב, שער א' - סעודת ברית מילה.
- ↑ שו"ת מור ואהלות, אהל ברכות והודאות; לויט בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י"ד.
- ↑ רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם שפע חיים מכתבים, חלק א' עמוד קע"ה.
- ↑ רבי ישראל ברוך ברוין, אבן ישראל חלק ב, שער א', סעודת ברית מילה.
- ↑ אוצר הברית, פרק ג', סי' ב' ס"ז, א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ אורחות רבינו, חלק ג' עמוד קנט.
קאטעגאריע:מנהגים קאטעגאריע:ליל שבת קאטעגאריע:סעודות מצוה קאטעגאריע:שמחות און געשעענישן