רוי:נוס
א נוס אדער ניסל איז א פרוכט וואס האט א הארטן שאלעכץ און אן עסבאר קערנדל. אין באטאניק רופט מען א נוס נאר א טרוקענעם פרוכט וואס האט אן איינציגן זוימען וואס זיין שאלעכץ ווערט גאר הארט ווען ער ווערט צייטיק.
סארטן ניס
די פאלגנדע זענען ניס וואקסן אויף ביימער:
עס איז פארהאנען אסאך ערליי ניס, א טייל קען מען עסן רוי, און אנדערע וואס מ'דארף עס אויסארבעטן אין פארשידענע וועגן עס זאל ווערן עסבאר, ווי למשל מעדעצינען, אדער נוס מילעך, 'בוק' פאר קינדער עסן.
און ס'דא וואס זענען ראוי פאר בעלי חיים, ווי למשל דאס 'חזיר־ניסל' איז א מאכל פון וועווערקעס.
רויע עסן נוס ווי פאלגנד: מאנדלען, האזל נוס, מאקאדעמיע [א טייערע נוס], קעסטן נוס [אויך געקאכט אדער געבאקן], פעקאן, פיסטעטשא, פינאטס, וואלנאט, קוקוסנוס, קאשו, בראזיל נוס, און סאסנע נוס. פארהאנען קערעלעך, וואס ווערן געגעסן ווי נוס, צום ביישפיל, פאפיטעס און קירבעס זאמען. און ס'פארהאנען די קאפע קערל, און קאוילע קערל, וואס פון די סארטן מאכט מען בארואינגוג געטראנקן, ווי קאווע, קאקאו, און קאלע געטראנקן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!