שלום זכר
שלום זכר (אויך גערופן סעודת זכר, זכר) איז אַן אשכנזישער מנהג זיך צוזאמצוקומען שבת אויפדערנאכט נאכ'ן געבורט פון א אינגל וואו מען סערווירט לייכטע צובייס און מען וואונטשט זיך.
מקור און טעם
דער גמרא זאגט אז רב, שמואל, און רב אסי זענען געגאנגען "בי שבוע הבן" (צום הויז פון דער וואָך פונעם זון) אדער "בי ישוע הבן" (צום הויז פון דער ישועה פונעם זון)[1]. רש"י ערקלערט אז "שבוע הבן" איז די סעודת ברית און "ישוע הבן" איז די סעודה פון פדיון הבן; אבער תוספות ערקלערט בשם רבינו חננאל[א] אז ישוע הבן איז א סעודה וואס מען פלעגט מאכן ביים געבוירן א זון און עס ווערט גערופן ישוע הבן אויף דעם וואס דער אינגל ווערט "געראטעוועט" פון זיין מאמע'ס געדערים, לויט'ן פסוק: "וְהִמְלִיטָה זָכָר"[2]. לויט ווי דער ערוך ציטירט די פשט פון רבינו חננאל איז עס געווארן אפגעהאלטן אין טאג פון אינגל'ס געבורט, צו איבערגעבן פאר'ן פאטער די גוטע בשורה[3]. תוספות ברענגט דער מנהג אלס זאך פון דער פארגאנגענהייט, וואס מען האט זיך געפירט בזמן התלמוד, פון וואס עס ווייזט אויס אז מען האט זיך נישט אזוי געפירט אין זיינער צייט.
דער ערשטער מקור צו א סעודה פרייטאג-צו-נאכטס איז פון רבי אהרן הכהן מלוניל, א ראשון פון פרובאנס פראנקרייך, וועלכער שרייבט אז "מען פירט זיך אין אלע אונזערע מקומות אז ווער עס מל'עט זיין זון, אדער ווער עס ברענגט זיין זון אדער טאכטער אונטער די חופה, מאכט שלום מיט אלע זיינע פיינט און רופט צונויף יעדן צו עסן און זיך פרייען מיט אים, כדי מען זאל אים בענטשן און נישט שעלטן, און די גאנצע געמיינדע קומט זיך צוזאם, זקנים ונשים וטף, שבת אויפדערנאכט און די נאכט פארן אכטן טאג"[4].
דער 'תרומת הדשן' ברענגט, אז "דאס וואס מיר פירן זיך היינט נאכן געבורט פון א זכר צו אריינגיין און טועם זיין אינעם ערשטן שבת דערויף, דאס ווערט גערעכנט אלס א סעודת מצוה, און דאס איז אט דער סעודת 'ישוע הבן'" פונעם אויבנדערמאנטן רבינו חננאל (ד.ה. אז ער לערנט דאס אפּ אז דאס איז ווי א סעודת הודאה צו מפרסם זיין דעם נס אז דער זכר איז געראטעוועט געווארן[ב]), "און מען האט עס קובע געווען אום שבת אויפדערנאכט, וואס דאן געפינען זיך אלע אינדערהיים"[6]. אנדערע ווילן זאגן אז דאס איז דער סעודה פון "שבוע הבן"[7]. דער תרומת הדשן ווערט געברענגט אין רמ"א: "נהגו לעשות סעודה ומשתה בליל שבת לאחר שנולד זכר נכנסים אצל התינוק לטעום שם, והוא ג"כ סעודת מצוה".[8].
נאך טעמים
אויסער די אויבנדערמאנטע ווערן אנגעגעבן נאך טעמים פאר'ן סעודה, און פארוואס מען האלט דאס אפ אום שבת:
- צו טרייסטן דאס קינד וואס איז ווי אן אבל ווייל ער האט פארגעסן די גאנצע תורה וואס ער האט געלערנט איידער'ן געבורט, ווען די מלאך האט אים געקלאפט אויפ'ן מויל[9], ווי געברענגט אין חז"ל[10]. מען האלט עס אפּ אום שבת וויבאלד אום שבת איז געגעבן געווארן די תורה[11].
- צו טרייסטן דאס קינד'ס נשמה וואס טרויערט אויף די פאקט אז זי איז אראפּגעקומען אויף דעם וועלט וואס איז אזוי פיל מיט שלעכטס און טומאה[12].
- צו "דערמאנען" דאס קינד די שבועה וואס מען האט אים באשוואוירן איידער'ן געבורט[10]: "תהי צדיק ואל תהי רשע"[7].
- לויט'ן חז"ל[13] אז דאס קינד ווערט פארטיג און גרייט צום ברית מילה איבער שבת[14][ג].
- א סעודת מצוה לכבוד די בעפארשטייענדע ערשטע מצוה (ברית מילה) וואס דאס קינד גייט מקיים זיין[7].
- אן אויפנאמע פאר דאס קינד וועלכע איז ריין פון זונד, ווי דער שטייגער צו מקבל פנים זיין אום שבת א צדיק וואס קומט אין שטאט[15].
נאמען
די סעודה איז היינט באקאנט אלס "שלום זכר". דאס איז א שפּעטערדיגע נאמען, אזוי אויך איז די נאמען "בן זכר". דער אריגינעלער נאמען איז געווען "זכר", ווי מען זעט אין פילע אלטע מקורות[16]. אין פּוילן האט מען נאך ביזן קריג אויסגערופן אין שול: "דער בעל־ברית לאזט בעטן דעם עולם אויפן זכר"[17].
ווי שפּעטער ווערט אלץ אפטער 'בן זכר'[18] און 'שלום זכר'. אין שו"ת חוות יאיר (תמ"א) ווערט דער שלום זכר אנגערופן "ליל שבת של בן זכר"[19]. פון די תקנות פון "קהל יהודי פוילן" (תל"ב) ווייזט אויס אז פרייטאג-צו-נאכטס איז געווען א סעודה גערופן "בן זכר", און שבת אינדערפרי — א "שלם זכר"[20], אדער "שלם בן זכר"[21]; ווידעראום א. דרויאנוב שרייבט, אז "בן זכר" האט מען גערופן אין ליטע דעם סעודה פון שבת בייטאג[22].
פארשידענע ערקלערונגען זענען געגעבן געווארן אויף דעם נאמען "זכר", אויסער דער פשוט'ער מיינונג פון א מאנסביל. לויט די אויבנדערמאנטע טעם אז דער צוזאמקום איז צו טרייסטן דאס קינד פארן פארגעסן דאס לערנען, און כדי אים צו "דערמאנען" זיין שבועה, איז זכר א לשון פון זכרון - געדענקען אדער דערמאנען, און מען האלט עס אפ שבת ווייל עס שטייט דערביי "זכור"[7].
אויף די שפּעטער-צוגעלייגטע ווארט 'שלום' אינעם נאמען איז אויך דא פארשידענע ערקלערונגען: די געבורט פון א אינגל ברענגט שלום צווישן מאן און ווייב; שבת ווערט אנגערופן "שלום"[23]; הירשאוויץ ברענגט דעם אורחות חיים אז די סעודה איז צו מאכן שלום מיט די פיינט; ער ציטירט אויך דעם חז"ל[24]: "כיון שבא זכר בעולם בא שלום בעולם"[25].
מנהגים
דער פרי מגדים שרייבט[26], אז אויב דאס קינד איז געבוירן שבת אויפדערנאכט זאל מען אפהאלטן דעם סעודה די ערשטע שבת, אבער אנדערע פירן זיך יא צו מאכן די צווייטע שבת[15]. מען פראוועט די זכר די שבת נאכ'ן געבורט, אויך אין פאל מען ווייסט אז די ברית וועט נישט פארקומען אין צייט[27].
דער דרישה ברענגט א מנהג זיך צו ווידער צוזאמענעמען ביים יולדת אויך שבת אינדערפרי[14]. אזוי ברענגט אויך דער ערוך השולחן[28]. מען פלעגט דאן שיקן "זכר-אויפּס" און אנדערע גוטע זאכן צו איר הויז[29]. מען האט עס איינגעצוימט צוליב די מיה און טירחא פונעם בעל ברית און די פינאנציעלע ארעמקייט[30].
מען רופט אויס אין בית המדרש אז דער-און-דער מאכט א שלום זכר, אבער מען לאדענט נישט דירעקט איין, וויבאלד עס איז א סעודת מצוה צו וועלכן מען דארף קומען אויב געלאדענט[31].
מען סערווירט לייכטע צובייס און געטראנקען, ווי פירות[28], בונדלעך, ניס, און ביר[30][32]. עס איז א מנהג צו עסן ארבעס (דערפאר צומאל גערופן "זכר בונדלעך") און לינזן צוליב פארשידענע טעמים: וויבאלד בונדלעך איז א "מאכל אבלים"[33], און מען קומט טרייסטן דאס קינד[34], און גלייכצייטיג ווייזט עס אויך אויף שמחה[35]. טייל געבן אן דעם טעם וויבאלד "ארבעס" איז פון לשון הפסוק "וְהַרְבָּה 'אַרְבֶּה' אֶת זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם" (בראשית כב, יז)[36]. אויך ווערט אנגעוויזן אז ניס ווייזט אויף מילה[27.1].
דער אריגינעלער מנהג איז צו פּראוון דעם שלום זכר אין הויז פונעם קינד און די יולדת[37]. טייל שרייבן אז מען דארף עס אפּהאלטן דווקא דארט[38], אבער פילע פירן זיך עס אפצוהאלטן אין בית מדרש אד"ג[39]. טייל פירן זיך צו ליינען קריאת שמע ביי א שלום זכר[40].
עס איז נישטא דער זעלבער מנהג ביי די געבורט פון א מיידל. אבער עס איז דא וואס זאגן אז דער קידוש וואס מען מאכט אין שול ווען א מיידל ווערט געבוירן איז אנשטאט דעם. עס איז פארהאן א גירסא אין מסכת שמחות (אבל רבתי), וואס ווערט געברענגט אין די ראשונים[4][41], וואו עס ווערט דערמאנט א סעודה וואס הייסט "שבוע הבת"[42].
אין הלכה
עס ווערט גע'פסק'נט אז דער שלום זכר סעודה ווערט פאררעכנט אלס א סעודת מצוה[ד][44]. אבער, עס זענען פארהאן מיינונגען וואס האלטן אז דער שלום זכר איז נישט קיין סעודת מצוה[ה][19].
זעט אויך
ביבליאגראפיע
- הרב ישראל יעקב כהן, קובץ בית אהרן וישראל עה, מנהג עריכת "שלום זכר" ומקורותיו, שבט-אדר תשנ"ח
- שלום זכר, daf-yomi.com
- Avraham Rosenthal, Understanding the Shalom Zachor, י"ב חשון תש"פ, ישיבה.קא
- יהודה ברגמן, "שבוע הבן, שבעת ימי המשתה ושבעת ימי האבל" אין פרויקט בן-יהודה
- Preß, Jesajas. “Zu Schebua Ha-Ben.” Monatsschrift Für Geschichte Und Wissenschaft Des Judentums 76 (N. F. 40), no. 6 (1932): 575–77.
ביאורים
- ↑ אין די תוספות פאר אונז שטייט "ר"ת", און אזוי איז עס ציטירט געווארן אין די פוסקים, אבער עס איז א טעות סופר און עס דארף שטיין ר"ח, ווי עס איז אין תוספות רבינו פרץ, ווי אויך אין די אויבנדערמאנטע תרומת הדשן, ווי אויך די נוסח אין די שונצינער ש"ס, און אין די כתבי יד.
- ↑ רבי יחזקאל לאנדא פרעגט[5] אויף די שיטה פונעם תרומת הדשן, אז לויט אים וואלט מען אויך געדארפט אפהאלטן א סעודה פאר די געבורט פון א מיידל, און דערפאר ערקלערט ער די שיטה פון תוספות אז עס איז די סעודה א נאכט פאר'ן ברית. זעט מער אין כהן, בית אהרן וישראל.
- ↑ זעט עבודת ישראל פרשת אמור; דרך פקודיך, מצות מילה (ב), חלק המעשה כ"ו; און נאך, אז די ענין דערפון איז שבת אויפדערנאכט. אבער זעט דארט, חלק המחשבה אות י"ב א מנהג און טעם עס צו אפהאלטן בייטאג, "ונהרא נהרא ופשטיה".
- ↑ באזירט אויף דעם וואס רב האט געפּלאנט צו גיין צום ישוע הבן, און מיר ווייסן פון אַן אנדער גמרא[43] אז רב וואלט נישט אנטייל גענועמען אין א סעודת רשות.
- ↑ טענה'נדיג אז רב'ס אנוועזנהייט ביים שלום זכר באווייזט נישט אז עס איז א סעודת מצוה, ווייל מיר ווייסן נישט צי ער האט דארט געגעסן. אפשר איז ער בלויז געווען, אבער נישט געגעסן
רעפערענצן
- ↑ בבא קמא פ, א. פארגלייכט סנהדרין לב, ב.
- ↑ ישעיהו סו, ז
- ↑ ערך שבע
- ↑ 4.0 4.1 רבי אהרן הכהן מלוניל, אורחות חיים ב, הלכות מילה, בערלין, תרס"ב, עמ' 14
- ↑ דגול מרבבה, סימן קע"ח
- ↑ תרומת הדשן סימן רסט; ווי ערקלערט אין ים של שלמה, בבא קמא, סי' לז.
- ↑ 7.0 7.1 7.2 7.3 רבי יעקב עמדין, בירת מגדל עוז, ברכות שמיים, תעלת הברכה העליונה
- ↑ רמ"א, יורה דעה, סימן רס"ה, סעיף י"ב
- ↑ הגהות מהרש"ל אויף טור יורה דעה סי' רסה; דרישה, סימן רס"ד; געברענגט אין טורי זהב, סימן רס"ה, סעיף י"ב. זעט כהן, בית אהרן וישראל.
- ↑ 10.0 10.1 נדה ל, ב
- ↑ מהרי"ד פון בעלזא, פרשת תזריע; לויט די גמרא "דכולי עלמא בשבת ניתנה תורה" (שבת פו, ב).
- ↑ רבי שלמה קלוגער, חכמת התורה כז (תזריע יב, ב), תשע"ד, עמ' יב
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ז, פסקה י'
- ↑ 14.0 14.1 דרישה, יורה דעה, סימן ש"ה
- ↑ 15.0 15.1 רבי שבתי ליפשיץ, שרביט הזהב החדש - ברית אבות, קונטרס מפתח של חיה אות מ"ג
- ↑ ווי אין רבקה טיקטינער (–שס"ה), מינקת רבקה, קראקא, שע"ח, שער חמישי; אין די תקנות "סדר בגדים" פון פראנקפורט, תע"ה, סימן יוד (J, .J ,Schudt, Judische Mercktviirdigkeiten IV, 1718, C. III, p. 89); און אין די פּראגער בריוו (Jüdische Privatbriefe aus dem Jahre 1619, 1911, ז' 41, שורה 2, אידישער טייל
- ↑ יהודה אלזט, "ממנהגי ישראל", רשומות, א, תרפ"ה, ז' 364
- ↑ רבי שניאור זלמן פון לאדי, לוח ברכת הנהנין ג, טו; ר' יעקב לעווין, שו"ב, חותם קדש, קראקא, תרנ"ב, עמ' נג
- ↑ 19.0 19.1 רבי יאיר חיים בכרך, שו"ת חוות יאיר, סימן ע'
- ↑ ציונים: קובץ לזכרונו של י. נ. שמחוני ז"ל, בערלין, תרפ"ט, ז' 176, סימן ס"ט; דאס זעלבע אין די וויטעבסקער תקנות פון תר"ה (וויטעבסק אמאל, 44), נאר דארט איז עס "שלום" מיט א ו'.
- ↑ זעט יוסף-שמחה גינזבורג, "בירורי הלכה ומנהג", התקשרות 903, וירא תשע"ב; יצחק יהודה רוזן, "תגובות והערות", התקשרות 911, ויחי תשע"ב
- ↑ רשומות א, ז' 343, הערה 1
- ↑ רבי יצחק ליפיץ, ספר מטעמים, ערך מילה, ווארשא, תר"נ, עמ' 76
- ↑ נדה לא, ב
- ↑ אברהם אליעזר הירשאוויץ, אוצר כל מנהגי ישרון, סימן כז - יולדת, סט. לואיס, תרע"ח, עמ' 64
- ↑ משבצות זהב, או"ח סי' תמ"ד סק"ט
- ↑ ברית יצחק, ליל שמיני קודם המילה., תרכ"ה
- ↑ דארט, לויט שיר השירים רבה, פרשה ו', פסקה י"א
- ↑ 28.0 28.1 רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, יורה דעה, סימן רס"ה, סעיף ל"ז
- ↑ יצחק ריבקינד, "פון מיין ווערטערביכל", יידישע שפראך 15, נומ' 1, תשט"ו
- ↑ 30.0 30.1 יעקב ליפשיץ (העב'), זכרון יעקב א, פרק כב. חיי היהודים, 1924, עמ' 65
- ↑ יעקב הגוזר, זכרון ברית לראשונים, חלק המילואים סי' א, קראקא, תרנ"ב, עמ' 147
- ↑ יהודה שורפין, חומוס מבושל ובירה: יודעים מה זה "שלום זכר"?, בית חב"ד
- ↑ בבא בתרא טז, ב
- ↑ אבן ישראל חלק ב, שער א' - סעודת ברית מילה
- ↑ שו"ת מור ואהלות, אהל ברכות והודאות; לויט בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י"ד
- ↑ רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם שפע חיים מכתבים, חלק א' עמוד קע"ה
- ↑ תרומת הדשן, רמ"א
- ↑ רבי ישראל ברוך ברוין, אבן ישראל חלק ב, שער א', סעודת ברית מילה
- ↑ אוצר הברית, פרק ג', סי' ב' ס"ז, א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ אורחות רבינו, חלק ג' עמוד קנט
- ↑ רמב"ן, כתובות יז, א
- ↑ זעט שאול ליברמן, תוספתא כפשוטה, מגילה ג, יד, 47-48
- ↑ חולין צה, ב
- ↑ תרומת הדשן, א, רסט; לבוש רסה, יב; מהרש"ל אין ים של שלמה בבא קמא לז; רמ"א יו"ד רסה, יב.