בנימין
![]() | |
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין | |
געבורט |
ב'ר"ח צווישן בית אל און בית לחם, ארץ ישראל |
---|---|
פטירה |
ב'שכ"ג (אלט: 115 בערך) מצרים |
טאטע | יעקב אבינו |
מאמע | רחל |
צאל קינדער | 10 |
בִּנְיָמִין (אין גאנצע תורה בנימן אויסער די ערשטע מאל[1]; ב'ר"ח – י"א חשון ב'שכ"ג) איז דער יונגסטער זון פון יעקב דורך רחל, און דער פּאטריארך פון שבט בנימין.
ביאגראפיע
געבורט
לויט ווי פארציילט אין די אפאקריפישע צוואות השבטים, איז רחל געווען אן עקרה צוועלף יאר נאך וואס זי האט געבוירן יוסף, און דאן, נאך תפילות און תעניתים, איז זי טראגעדיג געווארן מיט בנימין[2]. אבער די צאל יארן שטימט נישט לויט סדר עולם און אנדערע מדרשי חז"ל, באזירט אויף די פסוקים, אז בנימין איז געבוירן ווען יעקב איז אלט געווען הונדערט יאר[3][4], וואס קומט אויס אכט-ניין יאר נאך יוסף[5].
באלד פאר בנימין'ס געבורט, האט גאט זיך באוויזן צו יעקב און אים געבענטשט צו "זיין פרוכטבאר און זיך מערן … און מלכים וועלן ארויסגיין פון דיינע לענדן." זינט בנימין איז געווען דער איינציגער געבוירן נאך דער ברכה, האט עס אים געמיינט[6].
בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין כנען. ער איז געבוירן אויפ'ן וועג צווישן בית אל און אפרת[7], וואס איז בית לחם[8]. לויט ילקוט שמעוני איז ער געבוירן אום י"א חשון[9], און אזוי אויך לויט ספר היובלים[10]. לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן פרילינג צווישן פסח און שבועות[11]. אנדערע זאגן אז דאס איז געווען כ' סיון[12]. מיט בנימין איז געבוירן אן עקסטערע צווילינג מיידל, אויסער די איינע וואס איז געבוירן מיט יעדן פון די שבטים[13]. זיין מאמע רחל איז אוועק ביי זיין געבורט.
נאמען
אנדערש ווי ביי די אנדערע שבטים, ווערט נישט ערקלערט אין די תורה דעם באדייט פון זיין נאמען. עס ווערט נאר פארציילט אז אויסהויכנדיג איר נשמה, האט אים זיין מאמע גערופן גערופן בֶּן-אוֹנִי[14] - "זון פון מיין פּיין" אין אראמיש[15][14.1], אדער "פון מיין טרויער (אנינות)"[14.2].
זיין טאטע האט אים אבער גערופן בנימין, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון די ווערטער "בן ימין", וואס ווערט געטייטשט אויף פארשידענע וועגן, צווישן אנדערע:
- "זון פון דרום"[16], וויבאלד ער איז געווען דער איינציגער צו געבוירן ווערן אין דרום, דאס איז כנען (אלע זיינע ברידער זענען געבוירן אין ארם נהריים)[4][14.3].
- א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער. לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[17] לְקֵץ הַיָּמִין[14.4]. אויך איז ימ"ן בגימטריא 100, צייגנדיג אויף די עלטער פון יעקב ביי בנימנ'ס געבורט[3].
- א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים[14.5].
- ווילנדיג אים רופן מיטן נאמען וואס די מאמע האט אים געגעבן, האט יעקב אויסגעטייטשט בן אוני ווי 'דער זון פון מיין קראפט', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט, ווייל די רעכטע זייט צייגט אויף כוח און הצלחה[14.6].
א פּאראלעל צו דעם נאמען בנימין געניצט אין דעם זינען פון "מענטשן פון דרום" טרעפט מען אין די מארי שריפטן פון א קעניג פון ארך וועלכער ווערט גערעכנט צו זיין אין די צייטן פון אברהם אבינו, און געבט זיך אן צו זיין א מיטגליד פון די "ביני-ימינא" גרופע, מיטן באדייט פון מענטשן פון דרום[18].
אין די פראנצויזישע, פוילישע און שפאנישע שפראכן איז גאנגבאר "בנימין" אלס צונאמען פאר דער יונגסטער און ליבלינג פון משפחה.
לעבנס געשיכטע
בנימין איז געווען דער איינציגסטער ברודער פון יוסף פון זייער מאמע'ס זייט. ווען יעקב האט געשיקט זיינע זין קיין מצרים צו שאפן שפייז בשעת'ן הונגער האט ער נישט מיטגעשיקט בנימין, וויבאלד זייענדיג דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל איז יעקב געווען גאר צוגעבינדן צו אים און ער האט זיך געפארכט עס זאל אים נישט פאסירן קיין אומגליק, אבער יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט אז זיי זאלן ברענגען אויך זייער יונגסטן ברודער. אנפאנג האט יעקב נישט צוגעשטימט אבער עווענטועל האט בנימין באגלייט זיינע ברידער קיין מצרים נאך וואס יהודה האט אונטערגענומען צו זיין פאראנטווארטליך פאר אים[19]. ווען בנימין איז אים פארגעשטעלט געווארן, איז יוסף געווארן אזוי איבערגענומען פון זיינע געפילן, אז ער איז אריין אין א פּריוואטן צימער און דארטן געוויינט. ער האט געלאדנט זיינע ברידער צו א מאלצייט, וואו ער האט געשענקט בנימין מיט פינף מאל אזויפיל פּארציעס ווי פאר די אנדערע. יוסף האט אבער געשטעלט זיינע ברידער אויף פּראבע און זיך נישט דערקענט פאר זיי. ער האט באפוילן זיין פארוואלטער צו באהאלטן זיין זילבערנעם בעכער אין בנימין'ס זאַק און דערנאך איבערפאלן די ברידער אויף זייער וועג אהיים און אים באשולדיגן אין גנב'ענען, אויף וואס אלס שטראף האט ער אים געוואלט האלטן פאר א שקלאף. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער און זיך איינגעריסן פאר אים. יהודה, געטריי צו זיין צוזאג, איז צוגעגאנגען צו יוסף בעטנדיג אז מען זאל אים נעמען אלס קנעכט אנשטאט בנימין, וואס אויב זאל ער נישט צוריקקומען וואלט דאס גורם געווען זייער פאטער צו אראפגיין אין שאול מיט טרויער. ווען יוסף האט ענדליך אנטפלעקט זיין אידענטיטעט, זענען יוסף און בנימין ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט. יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פּאָר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק[20]. בנימין, וועלכער איז ביז יענער צייט באצייכנט געווארן ווי "א קינד"[21], האט זיך, מיט זיין פאטער יעקב, געצויגן קיין מצרים, אליין זייענדיג דער פאטער פון צען זין[22].
ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין אויף זיין טויטן-בעט, האט ער געבענטשט בנימין: "בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל" – "בנימין איז א פארציקנדער וואלף; אינדערפרי עסט ער דעם פיינט און ביינאכט צעטיילט ער דעם רויב"[23]; דאס האט אנטהאלטן די נבואה אז זיין שבט וועט צושטעלן פאר די אידן זייער ערשטער און לעצטער הערשער; סיי שאול און סיי אסתר, וועלכע האבן געשטאמט פון שבט בנימין[24]. אויף זיין שבט'ס פאָן איז געווען געמאלן א בילד פון א וואלף[25].
פטירה
לויט פארשידענע גרסאות אין די מדרשים און מקורות, האט בנימין געלעבט 109, 111, אדער 115 יאר[26]. לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין איז ער אלט געווען 125 יאר אין טאג וואס ער איז נפטר געווארן[2].
די גמרא זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב חטא אדם הראשון[א][27]; אזוי אויך איז ער איינער פון די זיבן וואס אין זייער קערפער האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא[28] טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו״[29][ב].
זיינע קינדער
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין: "וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ"[22]. די גמרא אין מסכת סוטה ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס האבן געדארפט צו ארויסקומען פון יוסף און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף[30].
בְּשָׁעָה שֶׁעָמַד יוֹסֵף עִם בִּנְיָמִין שְׁאֵלֵיהּ אִית לָךְ בְּנִין, אֲמַר לֵיהּ אִין, אֲמַר לֵיהּ כַּמָּה, אֲמַר לֵיהּ עֲשָׂרָה. אֲמַר וּמַה שְּׁמָהוֹן, אֲמַר לֵיהּ הֲוָה לִי חַד אָח וְהָיוּ מַעֲשָׂיו נָאִים וּנְעִימִים וְנִשְׁבָּה מִמֶּנִּי, וְהוֹצֵאתִי לָהֶם שֵׁמוֹת לְשֵׁם הַמְאֹרָע שֶׁלּוֹ, בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע מִמֶּנִּי. בֶּכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר לִי. אַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה מִמֶּנִּי. גֵּרָא, שֶׁגָּר בְּאֶרֶץ אַחֶרֶת. נַעֲמָן, שֶׁהָיוּ מַעֲשָׂיו נָאִים וּנְעִימִים. אֵחִי, שֶׁהָיָה אָחִי וַדַּאי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה לִי לְרֹאשׁ, וְהוּא [ראשון] רֹאשָׁן שֶׁל אֶחָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: תָּבוֹאתָה לְרֹאשׁ יוֹסֵף (דברים ל״ג:ט״ז). מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה מְאֹד בְּכָל דָּבָר, וְשֶׁכָּל הֲלָכוֹת שֶׁמָּסְרוּ שֵׁם וְעֵבֶר לְיַעֲקֹב מְסָרוֹ לוֹ. וְחֻפִּים, שֶׁלֹא רָאָה בְּחֻפָּתִי וְלֹא רָאִיתִי בְּחֻפָּתוֹ, וְשֶׁחִפּוּ עָלָיו דְּבָרִים וְאָמְרוּ: חַיָּה רָעָה אֲכָלָתְהוּ (בראשית ל״ז:ל״ג). וָאָרְדְּ, שֶׁהָיָה דּוֹמֶה לְוֶרֶד. וָאָרְדְּ, עַל שֵׁם: כִּי אֵרֵד אֶל בְּנִי אָבֵל שְׁאֹלָה
לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר האט בנימין, זייענדיג צען יאר אלט, חתונה געהאט מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זין (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג 18 אלט יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד)[31].
קבר
פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין ספר הישר געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו[32]. ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין[33]”.וועגן די מסורת, איז געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'עט אז זיין קבר איז אין א מערה אין נאבי עוכשא אויף שטראוס גאס אין ירושלים, אבער די אידענטיפיקאציע האט נישט קיין מקור[34].
נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נאבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די מאמלוקישע רעגירונג וואס איז געבויט געווארן אויפן באפעל פון דער עמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער הערשער איבער ארץ ישראל אין יענע צייטן (14'טער יארהונדערט). נאך א מסורת שטעלט אוועק זיין קבר ערגעצוואו אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון; אבער עס איז נישט באקאנט קיין קלארע לאקאציע[35].
לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין, איז ער באהאלטענערהייט ארויפגעטראגן געווארן נאך זייענדיג אין גלות מצרים, און ער איז באערדיגט געווארן אין חברון צופיסנס פון די אבות[2].
אין חז"ל
לויט איין מיינונג איז בנימין געווען דער געשטאלט פון זיין מוטער, רחל[36], און לויט אן אנדער מיינונג האט ער אויסגעזען ווי זיין פאטער[37].
ער איז געווען דער איינציגער ברודער וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי מכירת יוסף[ג]; דערפאר האט ער זוכה געווען אז דער בית המקדש (דער היכל און קדש הקדשים[40]) זאל געבויעט ווערן אויף דעם שטח פון זיין שבט[41]. נאך סיבות זענען, וויבאלד ער איז נאך נישט געווען געבוירן ווען זיין פאטער און ברידער האבן זיך געביקט פאר עשו[42] (דער של"ה שרייבט אז דעריבער האט בנימין געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער און עס זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים[43]); און וויבאלד ער איז דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל[44].
כאטש ער האט געוואוסט אז יוסף איז פארקויפט געווארן פאר שקלאפעריי, האט ער דאס קיינמאל נישט אנטפלעקט צו זיין פאטער[45].
די פיר חלקים וואס יוסף האט געגעבן בנימין מער ווי זיינע ברידער[46] זענען באשטאנען איינס פון יוסף, איינס פון אסנת, און איינס פון יעדער פון זייערע זין אפרים און מנשה[47].
נאכדעם ווי יוסף'ס זילבערנע בעכער איז געפונען געווארן אין בנימין'ס זאק, האבן זיינע ברידער געשלאגן בנימין אויף דער אקסל, זאגנדיג, "איי גנב און זון פון א גנב, דו האסט געברענגט אויף אונז די זעלבע בושה וואס דיין מוטער האט געברענגט אויף אונזער פאטער, ווען זי האט גע'גנב'עט די תרפים וואס זענען געווען איר פאטער'ס"[48]. און צוליב די קלעפ צווישן זיינע אקסלען האט ער זוכה געווען אז די שכינה האט גערוט ווי "צווישן זיינע אקסלען" (ובין כתפיו שכן)[37].
קעגן די שבטים וועלכע האבן צעריסן זייערע קליידער אויף בנימין, איז פון אים ארויסגעקומען מרדכי וועלכער האט צעריסן זיינע קליידער אויף די אידן ביי די גזירה פון המן[37].
אין איסלאם
כאטש מוכאמאד טוט נישט דערמאנען דעם נאמען בנימין אין די סוראַ פון יוסוף[49], איז קיין צווייפל ווער עס איז דער ברודער וועמען יוסף וויל ברענגען צו אים קיין מצרים. דער קוראן זעצט פאר מיט דעם תורה'דיגן באריכט[50], לויט דער ווערסיע ארויסגענומען פון אגדות חז"ל. נישט בלויז ראובן נאר אלע ברידער גאראנטירן יעקב'ן אז זיי וועלן צוריקברענגען בנימין[51]. אין מוסולמענע לעגענדעס זענען פארהאן פילע באריכטן איבער די דראאונגען פון בנימין'ס ברידער ווען יוסף האט אים געוואלט איינשפארן[52].
צו ליינען מער
- זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.
דרויסנדיגע לינקס
- "ציון המצוינת פון בנימין משבטי קה בן יעקב אבינו ורחל אמנו", אשכול אויף אייוועלט
- מידיע און בילדער איבער בנימין אויף וויקיקאמאנס
נאטיצן
- ↑ די אנדערע זענען עמרם, ישי, און כלאב דער זון פון דוד.
- ↑ די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און מרים הנביאה.
- ↑ דער משך חכמה[38] ערקלערט, אז אויך יוסף וועלכער איז זעלבסט פארקויפט געווארן האט נישט אויסגעזאגט פאר זיין טאטע אז ער לעבט (צוליב דעם חרם), דעריבער איז בנימין געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט מצער געווען זיין טאטע. דערפאר האט די געשיכטע פון דמא בן נתינה - ווען השי"ת האט געוויזן די גרויסקייט פון כיבוד אב, פאסירט מיט'ן פארלוירענעם שטיין פון בנימין[39], די "ישפה".
רעפערענצן
- ↑ סוטה לו, ב; זעט תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק ז', הלכה ד' אמר ר׳ יוחנן בנימין בותולדותם מלא; מנחת שי בראשית לה, יח און דברים לג, יב.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 2.0 2.1 2.2 צוואת בנימין, אויף וויקיטעקסט
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 3.0 3.1 במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ח'
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 4.0 4.1 ספר הישר, וישלח .
- ↑ זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 35 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ זעט בראשית לה, יא און רש"י דארט; בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ד'
- ↑ בראשית לה, טז
- ↑ ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם. בראשית מח, ז.
- ↑ ילקוט שמעוני שמות, רמז קס"ב
- ↑ יובלים, פרק ל"ב, פסוק ל"ג
- ↑ פסיקתא רבתי, ג'; זעט יעל לוין, בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל, אויף "דעת"
- ↑ משיבת נפש, אויף בראשית ל"ה, כ"ו
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ח'
- ↑ בראשית לה, יח
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ט'
- ↑ ווי אינעם פסוק תהלים פט, יג: צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם.
- ↑ דניאל יב, יג.
- ↑ Dietz-Otto Edzard: Die Nomaden in der altbabylonischen Zeit In: Elena Cassin, Jean Bottéro, Jean Vercoutter: Die Altorientalischen Reiche I - Vom Paläolithikum bis zur Mitte des 2. Jahrtausends v. Chr. -, Fischer, Frankfurt am Main 1965 (gleichnamige limitierte Sonderausgabe 2003), S. 170.
- ↑ בראשית מב; מג, ח–י
- ↑ בראשית מג; מה
- ↑ בראשית מב, יג; מד, כ
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 22.0 22.1 בראשית מו, כא
- ↑ בראשית מט, כז
- ↑ בראשית רבה, פרשה צ"ט, פסקה ג'
- ↑ במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
- ↑ זעט: סדר הדורות, שנת ב"א ר"ח
- ↑ שבת נה, ב
- ↑ בבא בתרא יז, א
- ↑ דברים לג, יב
- ↑ סוטה לו, ב
- ↑ ספר הישר, וישב כא
- ↑ ספר הישר, שמות ז, עמ' רכז
- ↑ ספר הישר, יהושע י
- ↑ היסטארישע אויפדעקונגען : ביים פריש אנטפלעקטע קבר בנימין, אויף א בליק וועבזייטל
- ↑ זאב ווילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל, ירושלים, תשכ"ג, זייט קיז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף ר"ב, עמוד ב'; תנחומא באבער א, קצז
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 37.0 37.1 37.2 מדרש תנחומא פרשת מקץ פיסקא י'
- ↑ משך חכמה, שמות כח, ט
- ↑ ווי געברענגט אין תלמוד ירושלמי, מסכת קידושין, פרק א', הלכה ז'.
- ↑ יומא יב, א; זבחים נד, א
- ↑ בראשית רבה, פרשה צ"ט, פסקה א'
- ↑ תרגום שני, אסתר ג, ג
- ↑ של"ה, וישב, מקץ, ויגש, תורה אור
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות יא, יח
- ↑ מדרש פסיקתא טו, ו
- ↑ בראשית מג, לד
- ↑ בראשית רבה, פרשה צ"ב, פסקה ה'
- ↑ תנחומא באבער א, קצח
- ↑ סוראַ 12, פסוק 69 און ווייטער.
- ↑ פארגלייכט בראשית מב–מג
- ↑ סורא 12, 66; פארגלייך מדרש תנחומא פרשת מקץ פיסקא ח'
- ↑ פארגלייך בראשית מד, יז
באהאלטיחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
יעקב'ס קינדער | ||
---|---|---|
קינדער פון לאה | ראובן • שמעון • לוי • יהודה • יששכר • זבולון • דינה (טאכטער) | ![]() |
קינדער פון רחל | יוסף • בנימין | |
קינדער פון בלהה | דן • נפתלי | |
קינדער פון זלפה | גד • אשר | |
אנדערע | בנות יעקב |