יוכבד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


יוכבד בת לוי
געבורט אוראלט מצרים
פטירה כנען
עיסוק הייבאם
מקום קבורה קבר האמהות
32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E / 32.802; 35.522611 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע לוי
קינדער מרים, אהרן, משה
בן זוג עמרם
קינדער מרים, אהרן, משה
עיסוק הייבאם
בתנ"ך שמות א - ב; במדבר כו, נט
קבר האמהות אין טבריה, וואו יוכבד איז באערדיגט לויט די מסורה

יוֹכֶבֶד איז די טאכטער פון לֵוִי; ווייב פון איר פלימעניק עמרם; און מאמע פון מרים, אהרן און משה. אין קאַפּיטל ב', וואו עס ווערט געשילדערט די געבורט פון משה, און דאס ווערן באהאלטן אין א קאסטן דורך זיין מוטער, ווערט נישט דערמאנט איר נאמען, ווי אויך נישט דער פאטער אדער שוועסטער פון משה. נאר שפעטער אין פרשת וארא[1] און פינחס[2] ווערט דערמאנט זייערע נעמען ביים אויסרעכענען די ייחוס פון די דורות. יוכבד ווערט אויך אידענטיפיצירט מיט שפרה.

ביאגראפיע

יונגע יארן

אין חומש, פרשת פינחס, ווערט יוכבד באשריבן אלס די טאכטער פון לוי, געבוירן צו אים אין מצרים[3], און אזוי איז זי געווען עמרם'ס מומע פון פאטערס-זייט[1]. אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[4]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[5]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[6].

כאטש וואס עס שטייט אז זי איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[7], וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין מצרים[8][9][א].

אין מדרש הגדול שטייט: "פארוואס האט זי געהייסן יוכבד, ווייל איר געזיכט איז געווען ענליך צום זיו הכבוד"[10]. א לעצטיגע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך שפעטערדיגע נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'[11].

זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק[ב], דער "גדול הדור" עמרם דער זון פון איר ברודער קהת, און געבוירן מיט אים מרים, און אהרן. ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי, זייענדיג אין די דריטע חודש פון די שוואנגערשאפט פון משה, זאגנדיג אז "אונזער מי איז פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי. פאר זייער ווידער-הייראט האט ער איר געמאכט אַן אפריון, פונקט ווי אן ערשטע חתונה, און אהרן און מרים האבן געטאנצט פאר זיי[8].

משה'ס געבורט

משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג. וויבאלד יוכבד איז געבוירן "בין החומות", איז זי דעריבער געווען 130 יאר ביי זיין געבורט[8], דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן[14]. טראץ דעם ווערט זי אנגערופן די "טאכטער" פון לוי[15] ווייל איר יוגנט האט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן[16].

דער אבן עזרא איז אבער נישט צופרידן צו לערנען אז זי איז געווען אזוי אלט ביים געבן געבורט, מיט'ן טענה אז די תורה וואלט דאס געדארפט ארויסהייבן אלס נס, ווי ביי שרה'ס געבורט פון יצחק[17]. דער רמב"ן קריטיקירט די ווערטער פון אבן עזרא קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר[18], און געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן[19].

צוליב איר צדקות זענען די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון חוה[8][20]. לויט איין שיטה איז זי טראגעדיג געווארן נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים[8]; די תרגום יונתן זאגט אז די געבורט איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש[21]; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג[10.1]. דער ספר הישר שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען[22]) איז "יקותיאל"[23].

די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט משה אין א קאסטן באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. בִתיה, די טאכטער פון פרעה, האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז[24].

אלס הייבאם

אין ספר שמות, קאַפּיטל א' ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט באפוילן די אידישע הייבאמס, שפרה און פועה, צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, " וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים". חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב), רעספּעקטיוו[25][8][ג]. יוכבד איז אידענטיפיצירט מיט שפרה, וויבאלד אלס הייבאם האט זי שיין געמאכט – שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת – דאס קינד, און וויבאלד די אידן זענען געווען פרוכטבאר – שֶׁפָּרוּ – אין אירע טעג[27], און מיט היהודיה[28], וויבאלד זי האט געברענגט אידן אויף דער וועלט[29]. די "הייזער" וואס זענען געגעבן געווארן צו די צוויי עברי'שע הייבאמס[30] מיינט, אז זי איז געווען באשערט צו ווערן די שטאמ-מוטער פון דער כהנים־משפחה[31].

ענדע לעבן

אין ילקוט שמעוני שטייט אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין זכות פון עמרם און יוכבד[32]. לויט'ן סדר עולם האט זי איבערגעלעבט אלע אירע קינדער און איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[33][34]. לויט א שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין קבר האמהות אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[35].

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.
  2. חתונה האבן מיט א מומע איז קעגן די הלכה פון ויקרא יח, יב. דאס איז אין איינקלאנג מיט פּרע-מתן-תורה'דיגע טראדיציעס אין וועלכע די געבורט אדער אפשטאמונג פון וויכטיגע פיגורן קומען פון שפּעטער-פארבעטענע אישות: יעקב און די צוויי שוועסטער רחל און לאה[12]; יהודה און תמר, זיין שניר[13].
  3. דער בני יששכר[26] ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.
  1. 1.0 1.1 שמות ו, כ.
  2. במדבר כו, נט.
  3. במדבר כו, נט; פארגלייך שמות ב, א.
  4. דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
  5. ספר הישר, וישב כ.
  6. ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים (צוואת לוי)..
  7. בראשית מו, כז.
  8. 8.0 8.1 8.2 8.3 8.4 8.5 סוטה יב, א.
  9. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו.
  10. מדרש הגדול, שמות ב, א.
    1. דארט, פסוק ב'
  11. אנציקלופדיה מקראית, כרך ג', ערך יוכבד.
  12. ויקרא יח, יח.
  13. ויקרא טו, טו.
  14. שמות ז, ז.
  15. שמות ב, א.
  16. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'.
  17. אבן עזרא, בראשית מו, כז.
  18. שמות ו, טז.
  19. רמב"ן, בראשית מו, טו.
  20. שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'; פארגלייך בראשית ג, טז.
  21. תרגום יונתן, שמות ב, ב.
  22. שמות ב, י.
  23. ספר הישר, וישב כא.
  24. בראשית ב, א–י.
  25. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג.
  26. חודש ניסן, מאמר ד'.
  27. סוטה יא, ב.
  28. דברי הימים א' ד, יח.
  29. ויקרא רבה, פרשה א', פסקה ג'.
  30. שמות א, כא.
  31. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ז.
  32. ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ.
  33. סדר עולם פרק ט'.
  34. דער של"ה שרייבט ענליך אין אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב, און דער אבן עזרא, בראשית מו, כז ברענגט אויך אזוי פון א פיוט פאר שמחת תורה: "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה".
  35. ווערט ערשט דערמאנט אין די ספר המסע פון רבי יעקב בן נתנאל הכהן, א תלמיד פונעם רמב"ן.


קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר שמות קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה קאטעגאריע:לוויים אין תנ"ך קאטעגאריע:פרשת שמות קאטעגאריע:יורדי מצרים קאטעגאריע:פערזאנען אין תנ"ך עלטער פון 110 קאטעגאריע:משה